בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:09 pm
דורך או אינו
פלאוויוס האט געשריבן:די ווערטער צו וועלכע איך האב מיך באצויגן איז אין דעם פאלגנדן ציטאט:
או אינו האט געשריבן:דיינע ווערטער טראגן אונטער זיך אסאך א טיפערע שאלה. קיקט אויס אז טרויבן ווייסט נישט אז כל העומד לריסוק. איז דאס ריכטיג אז "שלעכטס" האט ערלויבט פאר "גוט" זיך צי ארויסצובאקומען. וואלט איר אמאל פארשטאנען אז קול דמי אחיך צועקים ווען קין הרג'עט ווען נישט הבל?

אדאנק היטלער ימ"ש האט די וועלט פין מעדעצין געמאכט אסאך פארשריט, די אינדוסטריעל וועלט, די טעק וועלט. לית נהורא אלא דנפיק מגו חשיכא. אבער ווי טיילט זיך דאס.


קען זיין אז דו האסט נישט געמיינט דאס וואס ס'קוקט אויס אין דיינע ווערטער, אבער אזוי האט עס ווייניגסטנס אויסגעזען. דער המשך אין דער דעבאטע צווישן דיר און בערל בעל-עגלה האט אויסגעזען ווי ס'פירט ווייטער אין דער ריכטונג.

רציחה איז אסור ווייל מיר פארשטייען אינסטינקטיוו דעם רצון הבורא אין דעם הינזיכט. דאס איז פון די יסודות וועלכע זענען קודמים לתורה. אויב הקרבה למולך איז א ראיה, דעמאלט איז יעדע סארט מלחמה פארברעכן אויך עטיש, היות די וועלט האט אמאל נישט געהאט קיין כללים קעגן דעם. די מענטשהייט אנטוויקלט די עטישע ראפינירטקייט לאנגזאם און צוביסלעך.

@פלאוויס ווייל מיר פארשטיין אינסטיקטיוו, איז נישט ריכטיג. ווייל דער מולך האט נאכן חזר'ן דעם ליגענט איבעגעגעבן פאר די קינדער דעם אינסטינקט און אלעס האט געפאלגט ווי אנדערש איז נישט מעגליך. דיינע לעצטע ווערטער די מענטשהייט אנטוויקלט עטיקס אווערטיים איז אן הודעה אז דורכן עקספריענסן דעם רע ווערט דער טוב איידלער און איידלער. לית נהורא אלא דנפיק מגו חשיכא.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:12 pm
דורך או אינו
פלאוויוס האט געשריבן:טרויבן88 האט נישט פארמינערט פון דער טראגעדיע פון 60 מיליאן, נאר ער האט ארויסגעברענגט אז ווען מ'איז מבליע די אידישע מיליאנען אין די 60 מיליאן האט מען פארמינערט פון דער אידישער טראגעדיע. ס'איז א גרויסע נפקא מינה!

דער וועלטס-קריג האט געברענגט אומגעהויערע בלוט-פארגיסונג אויף דער וועלט, בשעת רוב פון די גע'הרג'עטע זענען נישט געווען דירעקט געצילט צוליב אן אידעאלאגיע פון האס. א מלחמה איז טראגיש, אבער א האלאקאסט איז א באזונדערע און אייגנארטיגע טראגעדיע.

ס'איז מיר א וואונדער אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס טרויבן מיינט צו זאגן.

פארקערט, איך האב נישט דיבאטעד וויפיל רע היטלער איז באגאנגען נאר אז עפטער די פאקט, איז דאס וואס שטופט די וועלט פאראויס? און דאס זעלביגע אויף לטוב, נאר כי יצר אדם רק רע כל היום ממילא איז דא מיר רע למעשה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:17 pm
דורך berlbalaguleh
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב נישט געהעריג מיטגעהאלטן די לעצטע וואך, אבער איך גלייב נישט וואס ס'קומט דא פאר. איך בין באמת שאקירט ס'איז דא א איד וואס זאגט אז די 6 מיליאן אידן וואס זענען דערמארדעט געווארן ווייל זיי זענען געווען אידן, איז גאר געווען נישט א שלעכטע זאך, ווייל הער אויס מען האט געמאכט פארשריט אויף מעדיצין אויפן חשבון פון 6 מיליאן אידן, און דער עולם דא דעבאטירט נאך וואס פינקטליך די פארשריט איז געווען, אן עקל און א גרויל וואס ס'קומט פאר, וואלסטו געוואלט מען זאל מאכן פארשריט פון מעדעצין דורך דיר? ווערן נהרג אין לעבראטארי פאר פארשריט פון מעדעצין? ביטע נעם נישט 6 מיליאן אומשולדיגע אידן פאר דיינע שטותימ'דיגע תורות.

און לויט דיין פארדארבענע שיטה, ווען הייסט מארדן געמארדעט? נאר אויב עס איז נישט פאר מעדעצינישע צוועקן? הלב כואב לי.

טרויבן 88: ווי ס'זעהט אויס האסטו דיך נישט משלים געווען אין ריעדינג קאמפרעהענשיאן... הבנת הנקרא (נישט המקרא, פאר די שוואכע בעלי דקדוק). אויב דו וואלסט מער מדייק געווען אין דעם וואס איך זאג וואלסטו געזעהן אז איך זאג אז ס'זענען פארהאן מענטשן וועלכע האלטן אזוי. אבער איך פערזענליך פארדאם די מיינונג. (דאס איז נאר איידל גערעדט. נישט משפט'ן אויף געוויסע נעגאטיווע כאראקטער שטריכן)...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:26 pm
דורך פלאוויוס
או אינו האט געשריבן:@פלאוויס ווייל מיר פארשטיין אינסטיקטיוו ,איז נישט ריכטיג. ווייל דער מולך האט נאכן חזרן דעם ליגענט איבעגעגעבן פאר די קינדער דעם אינסטינקט אין אלעס האט געפאלגט ווי אנדערש איז נישט מעגליך. דיינע לעצטע ווערטער די מענטשהייט אנטוויקלט עטיקס אווערטיים איז אן הודעה אז דורכן עקספריענסן דעם רע ווערט דער טוב איידלער אין איידלער. לית נהורא אלא דנפיק מגוי חשיכא


איך קריג נישט מיט דיר אויף דעם יסוד פון "לית נהורא וכו'". איך בין נאר מחולק מיט דעם אז ס'איז דא א צד מתיר צו זיין רציחה, ווען נישט וואס ס'איז געשריבן אין דער תורה. (אזוי האט זיך מיר פארשטאנען פון דיינע ווערטער פריער.)

דער "מולך אינסטינקט" איז אין א ברייטערן זין שייך אין אלע צייטן, ווי diff האט פריער דערמאנט. מענטשן זענען מקריב קינדער צוליב פערזענליכע בענעפיטן, לעבנדיג מיטן טעות אז קינדער זענען די אייגנטום פון די עלטערן. ס'וואלט דערפאר ריכטיגער געווען צו זאגן אז ס'איז נישט קיין עטישע אינטואיציע, נאר אן אינסטינקט וואס איז אין קאנפליקט מיט עטיק, נישט אנדערש ווי יעדע מענטשליכע אינטואיציע וואס איז אין קאנפליקט מיט אונזערע חיה'שע אינסטינקטן.

א רעליגיעזער ציווי וואס איז זיך סותר מיט דער עטישער אינטואיציע איז א באזונדערע קאטעגאריע, אבער ס'פאדערט אויך ארויסצורופן א challenge ביי מענטשן. איינער וואס פילט נישט דעם challenge לעבט מיטן יסוד אז עטיק עקזיסטירט נישט אויסער די גרעניצן פון רעליגיע. דאס איז אבער נישט אמת. חז"ל זאגן אונז "דרך ארץ קדמה לתורה", און "אלמלא נתנה תורה היינו למדין צניעות מחתול וכו'".

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:33 pm
דורך או אינו
פלאוויוס האט געשריבן:איך קריג נישט מיט דיר אויף דעם יסוד פון "לית נהורא וכו'". איך בין נאר מחולק מיט דעם אז ס'איז דא א צד מתיר צו זיין רציחה, ווען נישט וואס ס'איז געשריבן אין דער תורה. (אזוי האט זיך מיר פארשטאנען פון דיינע ווערטער פריער.)

דער "מולך אינסטינקט" איז אין א ברייטערן זין שייך אין אלע צייטן, ווי diff האט פריער דערמאנט. מענטשן זענען מקריב קינדער צוליב פערזענליכע בענעפיטן, לעבנדיג מיטן טעות אז קינדער זענען די אייגנטום פון די עלטערן. ס'וואלט דערפאר ריכטיגער געווען צו זאגן אז ס'איז נישט קיין עטישע אינטואיציע, נאר אן אינסטינקט וואס איז אין קאנפליקט מיט עטיק, נישט אנדערש ווי יעדע מענטשליכע אינטואיציע וואס איז אין קאנפליקט מיט אונזערע חיה'שע אינסטינקטן.

א רעליגיעזער ציווי וואס איז זיך סותר מיט דער עטישער אינטואיציע איז א באזונדערע קאטעגאריע, אבער ס'פאדערט אויך ארויסצורופן א challenge ביי מענטשן. איינער וואס פילט נישט דעם challenge לעבט מיטן יסוד אז עטיק עקזיסטירט נישט אויסער די גרעניצן פון רעליגיע. דאס איז אבער נישט אמת. חז"ל זאגן אונז "דרך ארץ קדמה לתורה", און "אלמלא נתנה תורה היינו למדין צניעות מחתול וכו'".

אלמלא נתנה תורה, איז נישט קיין סתירה. ווייל די געזעץ פין עטיקס אין די בריאה איז ווייל כך עלה ברצונו אין מיט דעם איז די וועלט באשאפן געווארן. די תורה איז געשריבען אויפצודעקן א טיפערע ווערק אונטער זיך און אונז לערנען אז ממלא כל עלמין וסובב ואי שום מציאות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:14 am
דורך מיש-נייעס
דאס איז איינמאל זיכער אז די שואה האט געברענגט מיט זיך ענדערונגן אויף די וועלט, און די ליסטע איז ענדלאז

און דאס כלומר'שטע גוט'ס וואס עס האט געברענגט איז נאר ווי צו ארוישפקענקלן זאלץ אויך די אפענע וואונדן פון כלל ישראל דורך דעם הציר תמים פעלו וואס ער איז געווען דער חוזה השואה,
אז דאס געבראטן צושניטן ציריסן עם הנבחר זאל ווייטאגן ביים קויפן פרודקטן, זיך היילן פון מיטלן וואס זענען אויסגעפרעסט געווארן פון אירס דם התמצית

א שטייגער ווי אנדערע ווייטאגליכע נאכווייען ווי צום ביישפיל מענגעלע'ס ימ"ש אריכת ימים, און אנדערע חיות בדמות בני אדם וואס האבן אויסגעלעבט זייערע יארן על סיר הבשר און פארמיטן -
על כל פנים פון אונזערע פליישיגע אויגן - דאס גערעכטיגקייט


פשוט, די דיסקאסיע פון דעם סארט, און גלייכצייטיג דאס גלייכגיליגקייט דערביי טוט אונטערשטרייכן מיט רויטע פארבן אז דאס כלומרשטע בענעפיטן פונם שואה איז נישט פראדאצירט געווארן פונ'ם דיסקוסירער בלוט

מיר האלטן שוין טאקע ביי וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא, אבער דאס טוט אונז נאר אויפפאדערן צו ליינען און לערנען דעם שואה אזש מען זאל יא פילן דאס די חיות בדמות בני אדם האבן עס געטון צו "אונז" און נישט צו "אונזער פאלק" און נישט צו רעדן דערפון ווי א ווייטער ויאנחו בני ישראל אין מצריים

כמו עפילאג: עס ווייטיגט, פאר די וואס עס ווייטיגט נאך, פארוואס עס ווייטיגט שוין נישט!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:10 pm
דורך berlbalaguleh
מיש נייעס: ייש"כ. ווער נאך אזוי ווי איך שפיר פערזענליך דעם ווייטאג און די נאכווייען פון דעם האלאקאסט. איך בין געבוירן עטליכע יאר נאך די 2'טע וועלט מלחמה צו עלטערן וועלכע האבן נאך געווייטאגט דעם ווייטאג פון די קאנצענטראציע לאגערן און פון אוישוויץ. (מיין מאמע איז געווען אין אוישוויץ. זי האט דארט געארבעט אין א פעקטארי וועלכע האט צוגעשטעלט חלקים פאר די נאצישע באמבארדיר עראפלאנען.). און מיין טאטע האט מיטגעמאכט דעם עמק הבכא אין די לאגערן פון מונקא (ניין , נישט מונקאטש) טאבאר...! און אלס יונגל האב איך געוואוינט אין אן אייראפעאישע מדינה וואו די גויים האבן נאכגעשריגן פאר א איד..."שמוציגער איד"...אויף עטליכע שפראכן א יעדעס מאל מ'איז ארויסגעגאנגען אין גאס. אונז האבן נישט מורא געהאט פון די ציונים אז אט אט וועללן זיי קומען און מאכן ח"ו א פאגראם אויף אונז. אבער פון די (וואוילע) גויים די אנטיסעמיטן האמיר יא מורא געהאט. און ביי אונזער ביהמ"ד איז א יעדן שבת ויו"ט געשטאנען א פאליציאנט...! איך בין נישט אויפגעוואקסן אויף בעדפארד און ליע עווס. וואו מ'האט נישט געזעהן א גוי פאר א רפואה...!

איך בין טאקע זייער שטארק אנגעווייטאגט אויף די נארישע מענטשן וועלכע טוען מינימיזירן דעם האלאקאוסט. דער איינציגער לימוד זכות אויף זיי איז אז זיי זענען נעבעך תינוקות שנשבו. זיי ווייסן נישט בעסער. זיי האבן געטרונקען פון די פארסמ'טע וואסערן...!