בלאט 2 פון 7
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:30 am
דורך ישראל גלויבער
די גרעסטע דזשאויק איז, אז די אהרונים רעדן זיך איין זיי זענען חסידים, און חסידים מוזן ווייזן זיי האבן נישט מיט ברעסלעוו זיי האבן זייער אייגענע פארטיי. אבער זענען דען אהרונים חסידים? פונקט ווי א ליטוואק עסט גאלע..
אין יעדע אהרוני ליגט א זאלוני אין בויך.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:51 am
דורך berlbalaguleh
....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:28 am
דורך diff
....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 6:35 am
דורך berlbalaguleh
....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 6:59 am
דורך diff
....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 7:46 am
דורך פלאוויוס
ס'איז א מיאוס'ע זאך ארויסצואווארפן א מלמד פאר אזא סיבה. נישט ווייניגער מיאוס איז דאס צו פארענטפערן, היות די אומלאגיק פון די תירוצים זענען גענוג אנזעבאר.
יעדע רשעות אין דער וועלט האט זיך א געדרייטן תירוץ (פון אונטערצינדן הייזער צוליב נישט דאווענען אין רבינ'ס מנין, ביז ארויסווארפן קינדער פון מוסדות על לא עוול בכפם), אבער די מעשים שרייען מער ווי אלע תירוצים. אפילו ווען צען מלמדים זאלן וועלן פארן קיין אומאן וואלט דער מוסד געמעגט (און געדארפט) צולאזן ממלאי-מקום וואס זאלן זיי ערזעצן פאר די צוויי טאג. דער פחד פון "מוח-וואשונג" אין חדר איז נישט בארעכטיגט, כל זמן מ'האט נישט געכאפט עמיצן מיט מוח-וואשונג. מ'קען נישט ווארפן א מענטש צוליב הוילע חששות, בלויז צוליב דעם ווייל ער איז צוגעבונדן צו א השקפה/באוועגונג/חסידות וואס איז כשר עפ"י הלכה און ס'שטערט נישט קיינעם.
איך בעט איבער די וואס האבן פרובירט צו פארענטפערן, ווייל זיי האבן זיכער געמיינט לטובה, אבער לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. ווען מ'פארענטפערט רשעות גיט מען א יד פאר'ן רשעות. מ'טאר נישט גיין אין דעם וועג.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 8:00 am
דורך diff
מקען ניש צוגלייכען עובד ציבור צו פריוואטע מענשען. סגעט א גושפנקא פאר ליידיגע בחורים ועוד
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אן ארבעטארער איז נישט קיין עבד נרצע. די מוסד מעג נישט פארלאנגען אז ער זאל דאווענען נוסח ספרד צו דוקא דרייען די פאות רעכטס און נישט לינקס.
טאמער ער האט מבטל געווען ארבעט, איז ער טאקע נישט אויסגעהאלטען. א ציווי פון א רבי טאר נישט זיין שווה בשווה מיט א פסוק חומש, ועי׳ רמב"ם סוף הל' שכירות.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:14 am
דורך מרדכי ישראל
אידישקייט איז נישט טראמפ אונז האמיר א תורה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:20 am
דורך כפתור
נעגעל וואסער האט געשריבן:אויב די הנהלה האט געווארנט פאר דעם איז וואס איז זייער געוויין? די ביזסט עמפלאויד איז פארפאלן, מ'דארף פאלגן ווי א חדר אינגל. אויב נישט דעמאלס איז דאס שוין היפש א טענה ובפרט אז ער פארט שוין יארן.
זכרנו ימים מקדם, דערמאן איך מיר יעצט ווען אונז פלעגן האבן א במקום מלמד אין איינער פון די אינגערע כתות, ער איז געווען א ברסלבר. אונז האבן זייער הנאה געהאט פון איהם. אונז האבן נישט געלערנט כמעט קיין אות אחת מיט איהם, ער האט די גאנצע צייט דערציילט די סיפורי מעשיות! אסאך פון זיי זענען טאקע געשמאק אבער גאר קראנק לאותו דבר און זענען דא מיט א ציהל דיר איבערצורעדן.
איך שיק מיינע קינדער און מוסדות ווי ס'איז דא מלמדים פון פארשידענע חסידות.
אסאך פון זיי האבן נישט אויפגעהערט צו פארציילן מעשיות פון זייער רבין. א יעדע יאר האבן זיי געהערט פון א צווייטע צדיק הדור. ס'האט מיך קיינמאל נישט געבאדערט.
אגב, איך זעה נישט ווי ס'שטייט אז ער פארט שוין יארן, ס'שטייט נאר אז ער איז שוין א כתה ב' מלמד פאר 16 יאר. אויב מ'האט אים געווארנט ער זאל נישט פארן. איז שווער צו האבן טענות אויף זיי, הגם איך בין נישט מסכים מיט זיי. אויב עפעס, קענען זיי נאר פארדינען פון א רבי וואס האט א שייכות מיט ברסלב.
אבער דאס איז נאר אויב זייער ציל איז צו מחנך זיין תורה און יראת שמים, אבער אויב זייער ציל איז פארטיי, אוודאי קען מען דאס נישט צולאזן. פארוואס זאל קאקא קולא אריין לאזן פעפסי?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:35 am
דורך diff
....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:49 am
דורך diff
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן ארבעטארער איז נישט קיין עבד נרצע. די מוסד מעג נישט פארלאנגען אז ער זאל דאווענען נוסח ספרד צו דוקא דרייען די פאות רעכטס און נישט לינקס.
טאמער ער האט מבטל געווען ארבעט, איז ער טאקע נישט אויסגעהאלטען. א ציווי פון א רבי טאר נישט זיין שווה בשווה מיט א פסוק חומש, ועי׳ רמב"ם סוף הל' שכירות.
און א ח"כ מעג שטיצן מנובלות?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:05 am
דורך berlbalaguleh
....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז שנעלער, צו ניו יארק אדער מיט א קאר?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:21 am
דורך diff
סאיז א נייע וועג צו חוצפען צי א מוסד. פארוואס באשמוצט ער זיי ביים יונגען ר' ראטה גיי צו א טוען.
כהאב פריער דערמאנט יגאל גואטה וואס ר שך פארטיי האטעם געזרקט דלא כ @ליטוואק
שכוח פאר איבערפרעגן
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:32 am
דורך berlbalaguleh
....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:36 am
דורך סארווירער
מיר טוען אויפפאדערן אלע שרייבערס זיך צו האלטן צום נושא און נישט פארדרייען מיט אנדערע זאכן.
זייטיגע זאכן וועלן פארמעקט ווערן.
הנהלה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:24 am
דורך diff
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז שנעלער, צו ניו יארק אדער מיט א קאר?
?
Re: סאטמאר ק"י ווארפט ארויס מלמדים פאר'ן חטא פון פארן קיין א
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינרעסאנט ווי די הנהלה איז מחליט וואס איז צו דער זאך. וואס האט גואטה צו טוהן מיט די נושא, צו הרב שך, צו מיר? אבער דאס האט מען געלאזט. און ווי קומט דא אריין חברי כנסת?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:34 am
דורך diff
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינרעסאנט ווי די הנהלה איז מחליט וואס איז צו דער זאך. נאר ווער
וואס האט גואטה צו טוהן מיט די נושא, צו הרב שך, צו מיר? אבער דאס האט מען געלאזט. אכן נודע הדבר און ווי קומט דא אריין חברי כנסת? עובד ציבור
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: סאטמאר ק"י ווארפט ארויס מלמדים פאר'ן חטא פון פארן קיין א
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז שנעלער, צו ניו יארק אדער מיט א קאר?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:40 am
דורך diff
.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:53 am
דורך diff
@ליטוואק. דו האסט געבעטן מעקן. ווייל דו קענסט נישט מחלק זיין