בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 2:34 am
דורך מפיל קינד
בת קול האט געשריבן:שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

לאז כאטש הערן דא.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 9:49 am
דורך berlbalaguleh
בת קול האט געשריבן:שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

דו פארדינסט טאקע צו ווערן אויסגעשפארט (אויף אייביג). ווייל דו רעדסט זייער פרעך און געמיין צו אנדערע שרייבערס און באנוצערס אויף קאווע שטיבל.

איך האב נישט אזא שלעכטן זיכרון. דער עולם איז געלאדנט צו דעם קידוש וואס איך וועל אי"ה בלי"נ געבן ווען דער פאלשער..."בת קול"... וועט אויסגעשפארט ווערן...לאל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:05 am
דורך בת קול
berlbalaguleh האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

דו פארדינסט טאקע צו ווערן אויסגעשפארט (אויף אייביג). ווייל דו רעדסט זייער פרעך און געמיין צו אנדערע שרייבערס און באנוצערס אויף קאווע שטיבל.

איך האב נישט אזא שלעכטן זיכרון. דער עולם איז געלאדנט צו דעם קידוש וואס איך וועל אי"ה בלי"נ געבן ווען דער פאלשער..."בת קול"... וועט אויסגעשפארט ווערן...לאל


גראדע בוסטו געבלאקט ביי מיר. איך ווייס נישט פארוואס איך האב געקליקט צו ליינען דיין תגובה.
אפשר האב איך זיך איינגערעדט אז דו לייגסט דא עפעס צו תוכן צום שמועס.
איך געדענק נישט אז איך זאל דיר אמאל עפעס שלעכטס טוהן אז דו זאלסט זיין אזא בולי צו מיר.
אן אנטשולדיגונג וואלט געווען שיין.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:18 am
דורך berlbalaguleh
איך וואלט דיר באמת נישט געדארפט צו ענטפערן (נאר איגנארן) מקיים צו זיין א פסוק. אבער דאך. דערמאן דיך נאר צוריק דעם ערשטן דיאלאג. וויאזוי דו האסט געשריבן דיין תגובה. קעיס קלאוזד...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 11:06 pm
דורך שמעקעדיג
בת קול האט געשריבן:שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...

אפשר פארציילסטו די סיבות פארוואס?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 11:10 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:איך וואלט דיר באמת נישט געדארפט צו ענטפערן (נאר איגנארן) מקיים צו זיין א פסוק. אבער דאך. דערמאן דיך נאר צוריק דעם ערשטן דיאלאג. וויאזוי דו האסט געשריבן דיין תגובה. קעיס קלאוזד...!

וועלכע פסוק איז מען מקיים?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 11:11 pm
דורך קאצקע ציקער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פעך, נאר דאס קעפל ברענגט מיר שוין צו ברעכן, שוין בעסער צו זיין אויסגעשפארט.

פעך איז ווייניג געזאגט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 11:40 pm
דורך בת קול
שמעקעדיג האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...

אפשר פארציילסטו די סיבות פארוואס?


פארן שרייבן עפעס איבער די וועקער, און פארן זיך אננעמען פאר פרויען רעכטן אין א שמועס איבער געבן א געהאלט פאר פרויען.
2 אנדערע ניקים.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 1:02 am
דורך קאצקע ציקער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פעך, נאר דאס קעפל ברענגט מיר שוין צו ברעכן, שוין בעסער צו זיין אויסגעשפארט.

דעם קעפל ברענגט דיר נישט צו ברעכן?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=50255

נשלח: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 7:20 am
דורך שמעקעדיג
קאצקע וואס איז שלעכט מיט יענעם אשכול? איך האלט שטארק דערפון! די משוגעת אז די פילטערינג קאמפאניס טוען דאס נישט פאר בחורים אדער מיידלעך איז לדעתי אן עוולה, און איך האב הנאה אז זיי שמועסן עס אויס!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 9:43 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך וואלט דיר באמת נישט געדארפט צו ענטפערן (נאר איגנארן) מקיים צו זיין א פסוק. אבער דאך. דערמאן דיך נאר צוריק דעם ערשטן דיאלאג. וויאזוי דו האסט געשריבן דיין תגובה. קעיס קלאוזד...!

וועלכע פסוק איז מען מקיים?

קאצקע ציקער: דו מאכסט מיך לאכן...! ..."אל תען כסיל כאיוולתו"...!

דו דערמאנסט מיך א זיסע מעשה וואס כ'האב געהערט.

פאר די 2'טע וועלט מלחמה איז דער מנחת אלעזר אמאל געפארן קיין גור (אדער ערגעץ אנדערש) וואו ער האטציך געטראפן מיט איינעם פון די גערער רבי'ס און געפיהרט א ויכוח איבער די אגודה. פאר ער איז אריין צום רבי'ן האט איהם באגעגנט איינער פון די גערער שווענץ, אן אויבער חכם. וויסנדיג גאנץ גוט ווער ער איז און פארוואס ער איז געקומען, האט ער איהם געפרעגט..."פון וואנען איז א איד?"...האט איהם דער מונקאטשער רב געענטפערט..."פון אלטאאן"... פרעגט ער (דער חכם) ווייטער....נעבן וואוו"?... (ס'זעהט אויס אז ר'האט קיינמאל נישט געהערט פון אזא שטאט)...זאגט דער מונקאטשער רב..."נעבן כסיל כאיוולתו"....!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 8:16 pm
דורך מרדכי מרדכי
בת קול האט געשריבן:שוין 2 מאל אויסגעשפארט געווארן...
א שאד איך קען נישט לאזן מיינע צוויי צענט אינעם יעצטיגן אשכול "וואס טוהט איר מיט אייער טאכטערס געלט."

מען דארף רופן טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס פאר אפאר חברה דארט