בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:48 pm
דורך קאוריג
אישתישבי האט געשריבן:סירוס איז אסור מדאורייתא.


מנהג ברעכט א דין

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 4:55 pm
דורך דערוועקט
אישתישבי האט געשריבן:סירוס איז אסור מדאורייתא.

עס איז נישט קיין גענצליכע סירוס. עס טוט מינעמוזירן א עקסטעמע געשלעכטליכע נויגונג צו היפש ווייניגער ווי די נאטורליכע שטאפלען עס ווערט הויפטזעכטליך געניצט פאר געשעכטליכע פארגוואלטיגער און האט פארשידענע נעגאטיווע זייטן ווירקונגען ווי פעשקייט, געזיכט פארענדערונג , און זעבסט שאץ טרייסלונגען

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 6:18 pm
דורך אישתישבי
און בורט קאנטראל איז אזוי געפערלעך אז פאר מען האט נישט זעקס קינדער אינטער זעקס און דער ווייב האלט ביי א נערווען בראך גיבט דער רב נישט זיין פאלשער היתר פאר זעקס חדשים.

אבער איין סמארטפאן איז אלעס מתיר.

אפשר זאל מען געבען פאר די פרויען סמארטפאנס און דורך דעם וועלען זיי באקומען א גערער היתר פאר בורט קאנטראל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 6:22 pm
דורך מרדכי ישראל
פיני האט עס גוט אראפגעלייגט ער האט נישט קיין טענות אויפן משגיח ער טוט זיין דזשאב און וואס ער גלייבט אמת'דיג דערין זיין קשיא איז אויפן דר. ער ווייסט דאך יא די שאדן וואס עס מאכט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 8:51 pm
דורך berlbalaguleh
גראף האט געשריבן:וואס האט מען געטיען אמאל פאר עס זענען געווען די אלע ''טריטמענטס''? יעצט ווערט מען שוין נישט מגולגל? אכשר דרא.

גראף: מ'איז נאר מגולגל געווארן אין א קאץ אדער הונט, אין חדר ווען די רבי האט פארציילט די שרעקעדיגע מעשיות און פארגעלערנט פון די ספרים וואס איך וויל נישט דערמאנען. וועלכע זענען שעדליך צו לערנען מיט קליינע קינדער...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי ישראל האט געשריבן:פיני האט עס גוט אראפגעלייגט ער האט נישט קיין טענות אויפן משגיח ער טוט זיין דזשאב און וואס ער גלייבט אמת'דיג דערין זיין קשיא איז אויפן דר. ער ווייסט דאך יא די שאדן וואס עס מאכט

דער ..."דאקטער"... איז א געלטגייציגער בריאה. און די גאווערנמענט דארף איהם אוועקנעמען די לייסענס...!

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:04 pm
דורך טרויבן88
א שרעקליכע עפיזאד אין וויטער אלעס אין די נאמען פון אייבערשטען, מיר איז אינטערעסאנט געווען אז דער דאקטאר קומט פון אמעריקא ווייל ער רעדט דאך די אמעריקאנע עברית, האט ער נישט געהאט בעסער וואס צי טון ווי מופן קיין ישראל און מסרס זיין בחורים?.

און אגאנצן צייט פרובירט ער זיכער צי מאכן ביים משגיח אז ער איז נישט קיין פדופיל, איז משמע אז אויב יא וואלט מען עס עם פארשטענדליך געגעבן, מיר איז נישט באוואוסט אפילו פון איינעם וואס אלץ בחור האט מען עם געגעבן איינשפריץ אפילו אויב ער איז געווען א פדופיל, איז מיר אינטערעסאנט אויב איינער אין אמעריקא ווייסט פון איינעם וואס האט באקומען איינשפריץ פאר דעם?.

און דער זעט אויך שרעקליך די בריסטן האבן עם געוואקסן אזוי ווי ע פרוי ווייל ער פארלוירן די טעסטאסטראן אזוי עס ווערט ארויסגעברענגט אונעם דאקומענטאר, און ציבאקומען 50 פונט, אומגערהערטע רשעות

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:38 pm
דורך יהושע חיים
און אינז רעדן זיך איין אז גור האט א העכערע פראצענט פון איבערוואגיגע פון עסען גאלע (=וואסער) מיט הערינג (=פראטין)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 11:45 pm
דורך טרויבן88
יוליש קרויס האלט אז עס איז יא ריכטיג, נא פארוואס טוט מען עס נישט אין אמעריקא? און בפרט צי געבן די איינשפריץ פאר א בחור? פאר ברוך מרדכי דארף מען עס געבן אבער... לינק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 12:12 am
דורך איסר האטלקי
דערוועקט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:סירוס איז אסור מדאורייתא.

עס איז נישט קיין גענצליכע סירוס. עס טוט מינעמוזירן א עקסטעמע געשלעכטליכע נויגונג צו היפש ווייניגער ווי די נאטורליכע שטאפלען עס ווערט הויפטזעכטליך געניצט פאר געשעכטליכע פארגוואלטיגער און האט פארשידענע נעגאטיווע זייטן ווירקונגען ווי פעשקייט, געזיכט פארענדערונג , און זעבסט שאץ טרייסלונגען

איך האב מיך אלע יארן געוואונדערט וויאזוי אלע גור'ע בחורים קוקן אויס אזוי איבערוואגיג און פארמאגן די זעלבע אויסקוק...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 1:39 am
דורך דערוועקט
איסר האטלקי האט געשריבן:
דערוועקט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:סירוס איז אסור מדאורייתא.

עס איז נישט קיין גענצליכע סירוס. עס טוט מינעמוזירן א עקסטעמע געשלעכטליכע נויגונג צו היפש ווייניגער ווי די נאטורליכע שטאפלען עס ווערט הויפטזעכטליך געניצט פאר געשעכטליכע פארגוואלטיגער און האט פארשידענע נעגאטיווע זייטן ווירקונגען ווי פעשקייט, געזיכט פארענדערונג , און זעבסט שאץ טרייסלונגען

איך האב מיך אלע יארן געוואונדערט וויאזוי אלע גור'ע בחורים קוקן אויס אזוי איבערוואגיג און פארמאגן די זעלבע אויסקוק...

לויט ווי כ'האב אמאל געהערט (איינער קען באשטעטיגן ?)ווערן די גור'ע בחורים דירעקט אויסגעשטעלט צו ווערן פעשליך דורכ'ן זיי שטאפן מיט פעטע אנבלאזנדע עסנווארג אין די חדרים /ישיבות וויבאלד זיי גלויבן אז א פעשע בחור איז ווייניגער עלול זיך צו פארטשעפען מיט'ן יצרא דעריות. גיי רעד צו זיי וועגן הארווי וויינשטיין...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 2:36 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 10:15 am
דורך וואלווי
איך ווייס נישט צו מ'האט שוין אמאל גערעדט דא וועגען דעם, אבער לכאורה שאטמט די אנהייב פון דעם עסק אין גור פונ'ם בית ישראל ז"ל. לענ"ד קומט עס פון זיינס א השגה וואס האט דערגרייכט עד כדי אבסעסיאן נישט פון פרומקייט בעלמא ווי אין שובבי"ם אין סאטמאר אדער ספר שומרי אמונים ביי די ר' אהר'עלעך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 10:42 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: איך ווילל נאר צוגעבן צו דיין און דערוועקט'ס תגובה. אז דער בית ישראל, ווען מ'איז איהם געקומען פרעגן צו ס'איז גוט אז די בחורים זענען שטארק אריינגעטון אין תאוות האכילה. האט ער געענטפערט אז ס'איז בעסער זיי זאללן זיין אריינגעטון אין די תאוה, ווי אין אנדערע תאוות...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 11:02 am
דורך טרויבן88
איך האב עס ארויפגעלייגט אויף יו-טוב יו-טוב

גוגל דרייוו וועט זיין אוועילעבעל אדער באלד אדער ביינאכט

גוגל דרייוו עס וועט דוערן אפאר מינוט עס זאל זיין אוועילעבעל צי סטריעמען, ביטע נישט ארויסשיקן די דרייוו לינק ווייל דאס מאכט אז מען זאל עס נישט קענען וואטשן, דרייוו איז געמאכט פאר חברים השטיבל וואס האבן נישט קיין יו-טוב, די יו-טוב לינק קען מען גערן שיקן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 12:44 pm
דורך אברך משי
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.


קודם כל מערק איך אז [tag]ונבנתה העיר[/tag] גייט אין רעבינ'נס וועגן צו זען דעם טוב הנראה והנגלה אין יעדער יוד און איז זיך מתייחס צום חלק הטוב

אגב אורחא ווילך פרעגן ס'האט מיר עפעס נישט אזוי גוט געקלעבט דער משגיח'ס התנהגות, מצד אחד ווייזט ער נישט ארויס צו פיל עמאציענאלע הרגשים, אבער ער ענטפערט אויף יעדע פראגע ווי א גוט יונגעלע און גיט ארויס האקעלע אינפארמאציע פאר א תלמיד ששנה ופירש וואס האט לכאורה סתם אזוי נישט געהאט מיט עם קיין איבריג גוטע באציאונגען ביז אהין אויך נישט, און אפילו אויב ער האט נישט געוויסט אז ער ווערט אפגעטעיפט, די גאנצע שמועס איז עפעס צווישן קאלט און ווארים, נאנט און ווייט, כ'קען עס עפעס נישט מגדיר זיין.

נישט אז ס'איז פאלש, אבער ס'איז אביסל אינטרעסאנטליך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 2:37 pm
דורך קאוריג
דרך אגב, שלא מן הענין

דער דאקיומענטרי איז אין מיינע אויגן צעהן מאל בעסער פון די גאנצע ONE OF US פילם, די אינפארמאציע איז קלאר, די מעשה איז מסודר, מ'קען פארשטיין די גאנצע סיטואציע אהן דארפן צופיל גריבלען און זיך ברעכן קאפ


אוןצו דעם אלעם די עוולה נוראה שרייט קלאר ארויס פון יעדע פרט, משא"כ ביי 'איינער פון אונז' קען מען זייער גרינג אנטאפן אז מ'רעדט פון נישט געזונטע מענטשן


מיין פנים פלאקערט פאר בושה, אז איך בין א חלק פון אזא סאסייעטי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 2:56 pm
דורך דערוועקט
עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך א טעלעוויזיע אויפדעקונג פארש ארבעט צו א דאקומענטרי. בעת וואס אויף טעלעוויזיע זוכט צו מאכן אן סענזאציאנאלע אויפדעקונג און ברענגען הארטע באווייזן צום טיש וועט א דאקומענטרי דיר זוכן ארייצושלעפן מיטצולעבן און מיטפילן א פאסירונג לכל אורך הדרך און וועט קומען מיט נישט ווייניג מיסטעריע נישט אז איך האלט אז One of us איז אזוי גוט נאר מען קען נישט ערווארטן פון א פילם צו זיין אזוי הארט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 3:39 pm
דורך קאצקע ציקער
אברך משי האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.


קודם כל מערק איך אז [tag]ונבנתה העיר[/tag] גייט אין רעבינ'נס וועגן צו זען דעם טוב הנראה והנגלה אין יעדער יוד און איז זיך מתייחס צום חלק הטוב

אגב אורחא ווילך פרעגן ס'האט מיר עפעס נישט אזוי גוט געקלעבט דער משגיח'ס התנהגות, מצד אחד ווייזט ער נישט ארויס צו פיל עמאציענאלע הרגשים, אבער ער ענטפערט אויף יעדע פראגע ווי א גוט יונגעלע און גיט ארויס האקעלע אינפארמאציע פאר א תלמיד ששנה ופירש וואס האט לכאורה סתם אזוי נישט געהאט מיט עם קיין איבריג גוטע באציאונגען ביז אהין אויך נישט, און אפילו אויב ער האט נישט געוויסט אז ער ווערט אפגעטעיפט, די גאנצע שמועס איז עפעס צווישן קאלט און ווארים, נאנט און ווייט, כ'קען עס עפעס נישט מגדיר זיין.

נישט אז ס'איז פאלש, אבער ס'איז אביסל אינטרעסאנטליך

אפשר איז ער אויך א קנעכט צום סיסטעם און פאלגט וואס מען הייסט עים טון און אפשר האט מען עס געטון פאר עים אויך אלטץ בחור און ס'ווייטאגט עים טיף אין הארטץ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 4:32 pm
דורך שושן פורים
berlbalaguleh האט געשריבן:
מרדכי ישראל האט געשריבן:פיני האט עס גוט אראפגעלייגט ער האט נישט קיין טענות אויפן משגיח ער טוט זיין דזשאב און וואס ער גלייבט אמת'דיג דערין זיין קשיא איז אויפן דר. ער ווייסט דאך יא די שאדן וואס עס מאכט

דער ..."דאקטער"... איז א געלטגייציגער בריאה. און די גאווערנמענט דארף איהם אוועקנעמען די לייסענס...!

געזעצליך לכאורה טוט ער גארנישט ראנג, ער רעקאמאנדירט עס נאר פאר ערוואקסענע און זיי שרייבן אונטער א קאנסענט צעטל אז זיי ווייסן פונקטליך וואס די מעגליכע אפעקטן איז.

די עוולה איז נאכאלץ הימל שרייענד, אבער געזעצליך איז לאוו דוקא דא עפעס צו טוען.

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 4:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט פארשטייט מען

http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=84249

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 4:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האלט נאך אין מיטען, אבער וואס קען דאס אויפטוהן? גער וועט זיך טוישען? וויאזוי וועלען זיי זיך פארטיידיגען? איינער וואס האט א גערער חבר ווערט געבעטען זיך אנצו מעלדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:45 pm
דורך Gimpel
The