בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 10:26 pm
דורך גאנצל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:צו אלע וואס פרובירן טוישן די מציאות און זאגן אז ס'איז געווען אנדערש
(אפי' האסט א נקודה ווייל איש ימים ישראל דיפפ וכל שאר חניכא דילי' איז שוין נישט דא)


ביי די וועי די תגובה איז איש ימים ישראל דיףף סטייל תגובה

איך וועל דיר זאגן א סוד בעלזע רב איז אויך ניט געווארן רב איידער די אלטע רעבעצן האט געכאפט געהרגעטע מכות או אזוי איז אויך געווען אין אנדערע חסידות סאו ווער ניט אזוי ווילד פון סאטמאר

און דאס איז גאר א תירוץ?!
עד מתי פתאים תאהבו פתי


איך האב דאס נישט געשריבען אלס תירוץ און איך זעי נישט ווי דו האסט דאס באטראכט אלס תירוץ

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 9:51 am
דורך קאצקע ציקער
Hasidik one

געפעלט מיר ווי אלע זאליס בני יואלערס זענען ביזי מיט חיה רויזא'ס יאהרצייט היינט
זיי האבען דאך איהר געהארגעט ווען אלטע פייגא האט געלעבט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 10:23 am
דורך berlbalaguleh
דאס בילד פון די סאטמאר'ע רביצין פיגא טייטלבוים מיט איהר שטיעף טאכטער, חי' רויזא טייטלבוים אין די גוטע צייטן. כ'ווייס נישט פונקטליך (און ס'איז נישט קיין חילוק) וואו דער שטן האטציך אריינגעמישט און אנגעמאכט א מחלוקת און פירוד לבבות צווישן זיי...!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 10:58 am
דורך סקרן
יא פרעג סאסובער רבי ער איז אריין צום סאטמאר רב וואס האט אים געגעבן וואס די גבאים האבן אים געגעבן א פעקל הונדרעטערס!!
ער איז ארויס פון שטיב האט ער בודק געווען נאר די אויבישטער און אינטערשטער זענען געווען הונדרעטערס די רעשט איז געווען סינגלס
יא חתונה געמאכט? יא רשעות!
באוזני שמעתי פון סאסובער רבי

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 12:21 pm
דורך אוהב ספרים
סקרן האט געשריבן:יא פרעג סאסובער רבי ער איז אריין צום סאטמאר רב וואס האט אים געגעבן וואס די גבאים האבן אים געגעבן א פעקל הונדרעטערס!!
ער איז ארויס פון שטיב האט ער בודק געווען נאר די אויבישטער און אינטערשטער זענען געווען הונדרעטערס די רעשט איז געווען סינגלס
יא חתונה געמאכט? יא רשעות!
באוזני שמעתי פון סאסובער רבי



ביסט א שקרן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 12:25 pm
דורך סקרן
דו האסט פון אים געהערט אנדערש?
איך האב עס געהערט פון אים ווי אזוי קענסטו זאגן אז איך בין א שקרן?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 2:24 am
דורך שלמה המלך
א שטיק זייער אינטערעסאנטע היסטאריע - אסאך געהערט אבער נישט פינקליך!
יאך מיין אז פאר דעם איז ק"וו זייער גיט - איינמאל פאראלעמאל איז אויסשצועסען מיט'ן גאנצען קראפט!
קען איינער זאגען קלאר ווער האט איהר אראפ געשטיפט די שטיגען? איך גלייב אז נישט עזריל אליין!
ווי איז עס געוועהן? און וואס פינקליך האט פאסירט - מיר ווייסען אז נישט לאנג דערויפט האט די אויסגעהויעכט - אבער ווער ווייסט מער דעטאלען ארינגס און ארים????

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 4:43 pm
דורך פליקער
איר מצבה אין טברי'

בילד

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 11:58 am
דורך אייניקעל
פריש אפגעפונענע דאקומענטן פון הרבנית חי' רוזא מיט איר מאן הרב הגה"צ מסעמיהאלי זצ"ל

אינעם דאקומענט פון אפריל 1946 ווערט געזען זייערע בילדער, פארשידענע פרטים
ווי אויך זייער אדאפטירט קינד 'מאטל' א מיידל פון 10 יאר אלט לויטן דאקומענט

הרב הגה"צ מסעמיהאלי זצ"ל האט געטוישט זיין משפחה נאמען פון מאיר (מאייער) צו טייטלבוים

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 12:03 pm
דורך אייניקעל
בייגעלייגט די דאקומענט
https://goo.gl/TVLRSz

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:34 pm
דורך שלמה המלך
שטייט אויף די מציבה קלאר אז זי איז געוועהן 47
מילא צו זיין מעוברת איז א שוואכע טשאנס אבער פארט מעגליך...

היצטערט איז נאך אלץ נישט קלאר ווער האט איהר אראפגעשטיפט די שטיגען????

Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 5:06 am
דורך יהודי פשוט
שלמה המלך האט געשריבן:היצטערט איז נאך אלץ נישט קלאר ווער האט איהר אראפגעשטיפט די שטיגען????


אוודאי איז נישט קלאר ווער ס'האט איר אראפ געשטופט, ווייל קיינער האט איר נישט אראפ געשטופט.

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 10:17 am
דורך אספקלריה
אינעם היינטיגן טאג ה' אייר, א טאג וואס איז מעורר מחשבה אין פארשידענע פראנטן, איז זיכער כדאי אריינצוטראכטען אביסעל אין די מער טונקעלע זייט פון קהילת סאטמער ומלחמת הציונות.

קיינער האט קיין ספק נישט אז דער סאטמאר רב זצ"ל האט געברענט כבוד שמים און ס'האט עם קראנק געמאכט צו זעהן רח"ל די העברת הדת.

אבער וואס איז נוגע אונז היימישע יודן וואס זענען נאמנים לד' ולתורתו, זיך מתבונן צו זיין וויאזוי די גווארדיע ארום דעם צדיק האבן אויפגעשטעלט א מגדל ושם און געמאכט א מפלגה, און מ'קען זאגן רח"ל א שטיקל טעראר גרופע ארום דעם צדיק.

ס'איז ליידער נישט קיין סוד היינט, שמועסט ארום מיט 50 יעריגע יודן און יודענעס וואס זענען אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג, אויב ביסטו נישט געווען אין איינקלאנג מיט די זאך, ווער רעדט נאך אויב ביסטו געווען משמעו לקחו פון הרב מקלויזענבורג, צו מקהילות בעלזא, איז אויטאמאטיש דיין בלוט געווען הפקר, קינדער זענען אויסגעשטאנען בוליאינג אויפ'ן שטארקסטן אופן, רבי'ס און רבנים וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו די געווארדיע איז זייער בלוט געווען הפקר.

הגם ס'איז ב"ה אכשר דרא און מ'זעהט שוין כמעט נישט דיע טעראר, איז אבער נאך דא ליידער שיריים פון די עבודה זרה.

צו מהאט יא אראפגעווארפן די טרעפ בפועל איז נישט נוגע, ס'איז זיכער אז די גווארדיע און די טעראר וועכטער האבן גע'הרג'עט איהר מאראל און גע'שחט'ען דעם נפש, און ליידער אסאך אנדערע.

ס'איז שטארק מעגליך אז מיט דעם וואס מ'וועט תשובה טוהן און זיך אוועקקערן פון פייניגן אנדערע אונטערן שלייער פון קנאות און פארטיי, וועט עס זיין א כבוד שמים און א קירוב הגאולה, און ס'וועט זיכער זיין ריינער און קלארער וואס דער צדיק האט געקרענקט און געווייטאגט ווען מ'וועט אראפציען און אראפווישן דיע אלע קליפות וואס האבען פארכאפט דעם צדיק און פארדעקט אז זיין שיין און נקודה זאל זיך שווערער אריבערהערן צו כלל ישראל.

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 10:58 am
דורך berlbalaguleh
נאר ס'איז געקומען א מלאך און האט איהר געגעבן א שטופ אראפ פון אלע סטעפס...!

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 11:03 am
דורך וחלופיהן
וואו דער ס"ר זצ"ל האט געוועלטיקט איז געווען קריגעריי און שלעגעריי. און דער זעלבער איז געווען אין זיין אייגן משפחה. עס איז באטעמעמט צו באשולדיגן די ארום אים נאר די פאקטן ווייזן אנדערש. ער איז געווען אן אדם גדול וכל הגדול מחבירו... ער האט געהאט מעלות אבער ער איז אויך נישט געווען ריין פון חסרונות.

Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 2:03 pm
דורך יהודי פשוט
berlbalaguleh האט געשריבן:נאר ס'איז געקומען א מלאך און האט איהר געגעבן א שטופ אראפ פון אלע סטעפס...!
נישט קיין מלאך און נישט קיין מענטש, זי איז פשוט אראפ געגאנגען די סטעפס ביז זי איז אנגעקומען אונטן....און שוין

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 2:41 pm
דורך berlbalaguleh
און פון דעם האט מען זי געדארפט אריינפיהרן אין שפיטאל...! (What are you covering up...?! who are you covering for...?!)...!

Re: הרבנית חי' רוזא מסעמיהאלי

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 3:02 pm
דורך יהודי פשוט
berlbalaguleh האט געשריבן:און פון דעם האט מען זי געדארפט אריינפיהרן אין שפיטאל...! (What are you covering up...?! who are you covering for...?!)...!
דער גאנצע מעשה מתחילתו ועד סופו איז אויס גע'חלומ'ט, איך פרוביר נישט צו קאווער'ן קיינעם און גארנישט, איך זאג בסך הכול די פאקטן, איך קען דיר דערציילן אסאך ערגער'ס וואס געוויסע סאטמאר'ע טעראריסטן האבן געטוהן, אבער דער מעשה איז סתם שקר וכזב

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 3:11 pm
דורך berlbalaguleh
וחלופיהן האט געשריבן:וואו דער ס"ר זצ"ל האט געוועלטיקט איז געווען קריגעריי און שלעגעריי. און דער זעלבער איז געווען אין זיין אייגן משפחה. עס איז באטעמעמט צו באשולדיגן די ארום אים נאר די פאקטן ווייזן אנדערש. ער איז געווען אן אדם גדול וכל הגדול מחבירו... ער האט געהאט מעלות אבער ער איז אויך נישט געווען ריין פון חסרונות.

וחילופיהן: יעצט רעדסטו במחילתנו גרויסע שטותים. דער סאטמאר'ער רב האט געהאט א חלק אדער אנגעפיהרט די מחלוקות אין זיין משפחה...?!
די אידענע האט אייביג מורא געהאט פאר איהר פאזיציע. און פון דעם איז אלעס ארויסגעקומען. דאס מרחק זיין זיינע בני משפחה. וכדומה...!

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2018 5:48 pm
דורך אספקלריה
א נייע ווייב מיט א טאכטער איז א שווערע סיטואציע און סאיז זייער שווער סזאל זיך אויסארבעטען.
די טאכטער קוקט אהן די נייע ווייב ווי א פרעמדער,די טאכטער שפירט וואו זי קומט בארואיגען די טאטע פון זיין אלמנות ערפילען זיין לאך,און לאזען איהר די טאכטער אליינס מיט די יתמות.
די טאכטערס הארץ שרייט און ווייטאגט אויפען טאטען פארוואס ער לאזט איהר אליינס,און פארוואס ער פארגעסט פון איהר נאטורליכע מאמע,און זי פרובירט אפצוהאלטען די טאטע פון קאננעקטין מיט די נייע ווייב, אוטאמאטיש ווערט די ווייב פארווייטאגט אויף די שטיף טאכטער פארוואס זי שטערט איהר פון איהר קשר מיט איהר מאן און די שנאה בויעט זיך אויף און סווערט א פייער.
כהיום ב״ד איז מער א אפענע וועלט און מענטשען זענען אפען צו זייער געפילען,און צו אנדערעמס געפילען, און בא אזעלכע סיטואציעס ר״ל מאכט מען open sessions פאר אזעלכע עקסטענדיד פאמיליעס,אבער אמאל פלעגט מען אסאך פארדעקן די געפילען און מהאט זיך פיינט געהאט אהן ארויס האבען וואס גייט פאר.
עכ״פ די מעשה מיט די טאכטער איז כפי הבנתי געווען נעבעך אזוי ווי בא ענדליכע אזעלכע פעלער,נאר דאס וואס דיע געווארדיע האט זיך אריינגעמישט האט זיכער אויפגעפלאקערט און צוגעגאסען זאלץ און פעפער צו די וואונדען.

נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2018 10:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דא איז געווען נאכמער. די טאכטער איז געווען עלטער ווי איר איר שטוף מאמע, און זי איז געווען אסאך מער טיכטיג. זי האט געפירט די גאנצע שטוב ווירטשאפט, און די די רעבעצין האט זיך געפילט ווי א פופטע ראד צום וואגן. כך שמעתי מיודעי ח"ן.

נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2018 11:27 pm
דורך berlbalaguleh
ואני שמעתי: אז די טאכטער חיה רויזא און דער פלימעניק, הרב מ'סיגעט האבן געהעצט דעם סאטמאר'ער רב אז ער זאלל זיך גט'ן פון אלטא פיגא. אנגעבליך וועגן דעם האט זי אייביג געטרייט צו מרחק זיין די קרובים פון סאטמאר רב. און נאכדעים איז זי (במחילת כבודה ) געגאנגען צו איהר מאן און איהם געזאגט. קוק, ווי דיינע קרובים זענען נישט אינטרעסירט דיך צו זעהן...!

נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2018 11:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קלו וקלו דברי אלקים חיים. איך האב נאר מסביר געווען וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן די רייבעריי, און יתכן אז די שטוף טאכטער מיר איר גרויס חכמה האט זיכער געמאכט אז די רעבעצין ווייסט וואו זי שטייט... פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געווען דער אנהויב, און פון דארטן איז עס געגאנגען ווייטער און ווייטער ביז יענעם טראגישן ערב יוהכ"פ. יעדער פארשטייט אליין אז אין יעדע קריגעריי זענען ביידע צדדים שולדיג, איינער מער און איינער ווייניגער, אבער אומשולדיג איז קיינער נישט.