נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 10:38 am
לערנעדיג פרשת וישלח, איז מיר איינגעפאלען א געדאנק אויף דער נושא.
דער פסוק זאגט אונז ויירא יעקב מאד ויצר לו, און אלע ראשונים פרעגען אויף דעם, ווי האט יעקב געקענט פארכטען פון עשיו, ער האט דאך געהאט א הבטחה פון דער אויבישטער והנה אנכי עמך וגו'.
דער רמב"ן אין זיין ספר האמונה והבטחון שרייבט אז א מאמין קען צומאל נישט זיין קיין בוטח, און ס'איז נישט קיין סתירה. פארוואס? ווייל ער האט מורא שמא יגרום החטא. און אויף דעם איז דא א מדרגה פון א בוטח וואס האט נישט קיין מורא שמא יגרום החטא.
לכאורה דארף מען וויסען אויף וואס איז דער בטחון באזירט? אז א חטא קען צונעמען פון א הבטחה, איז ער טאקע אין א פחד. פארוואס זאל ער נישט פארכטען ווען דער יצר איז פרוס תחת רגליו?
נאר לכאורה איז זיין כוונה אז א חלק פון דער בטחון איז אז ער גייט נישט דורכפאלען. ער קען זיך פארלאזען אויף דער אויבישטער אז ער קען איהם האלטען אויף זיין שויס און היטען פון זינדיגען, ווען ער פארלאזט זיך טאקע אויף דעם און ער לייגט זיך אין דער אויבישטער'ס הענט, וועט ער נישט זינדיגען.
דער גאנצע קשיא פון דער פותח האשכול איז געבויט אויף דעם אז מענטשען זענען נישט פארזיכערט אין זייער לעבען, און וויבאלד ס'איז מעגליך און שכיח אז א מענטש זאך זיך ח"ו אפהאקען פון זיין געטליכקייט, איז דער וועלט לגבי איהם א טעות מעיקרא, א שאד די צייט און מיה. נאר א חלק פון די לעבען און דאס זיין א נברא איז אז מ'פארלאזט זיך טאקע גענצליך אויף דער אויבישטער און ער פיהרט דער מענטש'ס וועג מיט גלאטקייט, והוא יישר ארחותיך. דעמאלס האט זיין לעבען טאקע א באדייט, און ער איז נישט קיין וועיסט או ספעיס.
דער מצוה פון בטחון באציט זיך טאקע צו דער פראבלעם, און דער הבטחה פון ושמרתיך איז אז מ'וועט בלייבען א חלק פון די בריאה און נישט ארויס געווארפען ווערען.