בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 8:59 pm
דורך פריינדליך
לאמיר גיין מיט די מהלך אז תשובה העלפט, תשובה העלפט דאך אייביג,
דא איז דאך אבער דא א פראבלעם פון בין אדם לחבירו, ער האט שאדען געמאכט פאר טויזענטער אידן טויזענטער דאלער, אפגערעדט פון די גראסערי סטאר האבן דאך טויזענטער אידן ארויסגעווארפן און געכשר'ט כלים, ווי אזוי וועט ער זיך מיט דעם א עצה געבן???

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:04 pm
דורך אשכנ
ווי איך געדענק האט מען נישט פראבירט משתיק זיין, נאר מתחילה האבען זיי נישט קלאר געכאפט עד היכן הדברים מגיעים. עס איז שווער פאר מענטשען צו גלייבן דאס ערגסטע אויף זייער באקאנט'ן, בפרט פאר די רבנים אין יענע פרשה וואס זענען ספעציעל איידל.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:11 pm
דורך זר זהב
וואס איז פשט פון דיין ניק "אשכנ"

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:34 pm
דורך קרעקער
אשכנזי
זיין הענט האטצעך עם צובראכן אינמיטן טייפן

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:39 pm
דורך איך אויך
ארי שטיי כאפ נישט.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:55 pm
דורך אשכנ
קרעקער האט געשריבן:אשכנזי
זיין הענט האטצעך עם צובראכן אינמיטן טייפן

דאס איז קרוב לאמת. מיין האנט איז נישט מיד געווארען, אבער איך האב ליב short and to the point, און אזוי שרייב איך מיינע הודעות.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:00 pm
דורך זר זהב
פאני ניקים נערווירן מיך, און ווען איך האב דיר נישט געקענט פרעגן אין אישי האסטי מיר אינגאנצן דערשראקן.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:17 pm
דורך אשכנ
איך בעט מחילה פון סיי וועמען איך האב געמאכט נערוועז אדער אומבאקוועם בכל אופן שהוא.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:32 pm
דורך זר זהב
איך וועל דיר מוחל זיין ווען העסט מיר זאגן פשט פון אשכנ...

חתן מוחלין לו על כל עוונותיו

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:53 pm
דורך real jew
חתן וילך עשו אל ישמעאל ויקח את מחלת בת ישמעאל, וכי מחלת שמה
והלא בשמת שמה, אלא שנמחלו לו כל עונותיו

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:56 pm
דורך אשכנ
זר זהב האט געשריבן:איך וועל דיר מוחל זיין ווען העסט מיר זאגן פשט פון אשכנ...

טאקע אזוי ווי קרעקער האט געזאגט, א קיצור פון אשכנזי. עס איז א כבוד אז מ'איז אינטריסירט...

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:56 pm
דורך זר זהב
מחול לך!

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 9:56 am
דורך שיינע אתרוג
בנוגע די פינקעל פרשה צו מ'האט אים מוחל געוען צו נישט.

אזוי ווי מען לעבט דאך שוין היינט אין אביסל אן אפענע וועלט און מזעהט וואס מען קען טוען פאר פאליטיק עיין ערך ווייץ, צומות הגידין, ערכעות,
ווי איך מעג און די טארסט נישט, רעדט איך מיט מיינס א חבר נעכטן נאכט, זאגט ער מיר צווישען די שורות אז אפשר הייבסטו אן טראכטן פארקערט אפשר דארף פינקעל אונז מוחל זיין פאר אינטערברענגן זיין לעבן.
די גאנצע מעשה פון טריפות זאגט ער איז נישט מער ווי ער האט געהאט א מחלוקה מיט הרה"ג ר' משה גרין'ס זוהן יארן לאנג און ער האט אים פארשפראכן נקמה......
און די איבריגע וועל איך לאזן דא צו דאבאטירן

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:05 am
דורך יואליש
איז דא איינער אין קאווע שטיבל וועלכע האט טועם געווען פון פינקל'ס טריפות? האט עס אן אנדערע טעם פון כשר'ס?

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 3:05 pm
דורך הדד בן בדד
שיינע אתרוג האט געשריבן:בנוגע די פינקעל פרשה צו מ'האט אים מוחל געוען צו נישט.

אזוי ווי מען לעבט דאך שוין היינט אין אביסל אן אפענע וועלט און מזעהט וואס מען קען טוען פאר פאליטיק עיין ערך ווייץ, צומות הגידין, ערכעות,
ווי איך מעג און די טארסט נישט, רעדט איך מיט מיינס א חבר נעכטן נאכט, זאגט ער מיר צווישען די שורות אז אפשר הייבסטו אן טראכטן פארקערט אפשר דארף פינקעל אונז מוחל זיין פאר אינטערברענגן זיין לעבן.
די גאנצע מעשה פון טריפות זאגט ער איז נישט מער ווי ער האט געהאט א מחלוקה מיט הרה"ג ר' משה גרין'ס זוהן יארן לאנג און ער האט אים פארשפראכן נקמה......
און די איבריגע וועל איך לאזן דא צו דאבאטירן

דאס איז איינס פון די מעשיות וועלכע געוויסע ליטווישע\יעקישע אידן האבן געטרייט צו פארקויפן דעמאלס, טרייענדיג אים ריין צו וואשן. דו חלומ'סט פאר איין רגע אז דאס איז אמת?

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 5:57 pm
דורך שרייבער
שיינע אתרוג האט געשריבן:בנוגע די פינקעל פרשה צו מ'האט אים מוחל געוען צו נישט.

אזוי ווי מען לעבט דאך שוין היינט אין אביסל אן אפענע וועלט און מזעהט וואס מען קען טוען פאר פאליטיק עיין ערך ווייץ, צומות הגידין, ערכעות,
ווי איך מעג און די טארסט נישט, רעדט איך מיט מיינס א חבר נעכטן נאכט, זאגט ער מיר צווישען די שורות אז אפשר הייבסטו אן טראכטן פארקערט אפשר דארף פינקעל אונז מוחל זיין פאר אינטערברענגן זיין לעבן.
די גאנצע מעשה פון טריפות זאגט ער איז נישט מער ווי ער האט געהאט א מחלוקה מיט הרה"ג ר' משה גרין'ס זוהן יארן לאנג און ער האט אים פארשפראכן נקמה......
און די איבריגע וועל איך לאזן דא צו דאבאטירן

שטותים און לאקשן!!!
איז ער דען געשטאנען פאר א געריכט אז איינער זאל אים צווינגען עפעס צו זאגן
ער האט דאך געזאגט "די דעוועל געט טו מי", איינער האט אים געהייסן דאס זאגן
ער האט געקענט שרייען שקר און אנטלויפן כמו שעשה ממילא

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 7:55 pm
דורך zurich
יואליש האט געשריבן:איז דא איינער אין קאווע שטיבל וועלכע האט טועם געווען פון פינקל'ס טריפות? האט עס אן אנדערע טעם פון כשר'ס?

דערמאנסט מיר א מעשה.ביי מיר אין ישיבה אין מאנסי איז גיוועין א בחור א פעשליכער,ווען די פינקל מעשה איז געשעהן רופט ער זיך אן,עטס זעיטס דא און ער געט א קלאפ אויף זיין בויך,דא ליגט העווי נבילת וטריפת!!!

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:51 am
דורך קלוג און יונג
פריינדליך האט געשריבן:לאמיר גיין מיט די מהלך אז תשובה העלפט, תשובה העלפט דאך אייביג,
דא איז דאך אבער דא א פראבלעם פון בין אדם לחבירו, ער האט שאדען געמאכט פאר טויזענטער אידן טויזענטער דאלער, אפגערעדט פון די גראסערי סטאר האבן דאך טויזענטער אידן ארויסגעווארפן און געכשר'ט כלים, ווי אזוי וועט ער זיך מיט דעם א עצה געבן???

אויב גלייב מיר באמונה שלמה אז תשובה העלפט, איז נישט די רעכטע וועג אז יעדער זאל אים מוחל זיין אויפען חלק פון ין אדם לחבירו?
איך פארשטיי אז אין אנדערע פעלער בין אדם לחבירו דארף מען נישט איינעם סתם מוחל זיין אז יענער קומט דיר עפעס, אבער אין דעם פאל ווי ס'איז עם נישט מעגליך אפצוצאלען פאר איעדן איז נישט רייט צו קאמפעינען דער עולם זאל מוחל זיין אויף די געלט שאדען?

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:56 am
דורך טאמבל סאס
געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך לערן אין צענע רענע

איך האב שוין טאקע לאנג געהאט א חשד אז דאס איז בעצם דיין ווייבס ניק...

און דייקא יעצט נאכן שרייבן 'צענע רענע' ציה איך צוריק און הויב אן טראכטן אז דאס איז טאקע יא זיין ניק.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:59 am
דורך טאמבל סאס
קרעקער האט געשריבן:אשכנזי
זיין הענט האטצעך עם צובראכן אינמיטן טייפן

אדער האט זיין מוהל אינמיטן טייפן אים אויפגעדעקט דעם סוד אז ער איז א ספרדי.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 10:06 am
דורך טאמבל סאס
שיינע אתרוג האט געשריבן:בנוגע די פינקעל פרשה צו מ'האט אים מוחל געוען צו נישט.

אזוי ווי מען לעבט דאך שוין היינט אין אביסל אן אפענע וועלט און מזעהט וואס מען קען טוען פאר פאליטיק עיין ערך ווייץ, צומות הגידין, ערכעות,
ווי איך מעג און די טארסט נישט, רעדט איך מיט מיינס א חבר נעכטן נאכט, זאגט ער מיר צווישען די שורות אז אפשר הייבסטו אן טראכטן פארקערט אפשר דארף פינקעל אונז מוחל זיין פאר אינטערברענגן זיין לעבן.
די גאנצע מעשה פון טריפות זאגט ער איז נישט מער ווי ער האט געהאט א מחלוקה מיט הרה"ג ר' משה גרין'ס זוהן יארן לאנג און ער האט אים פארשפראכן נקמה......
און די איבריגע וועל איך לאזן דא צו דאבאטירן

:דיסלייק: ס'קוקט אויס ווי דו בענקסט זיך צוריק צו די געשמאקע פעטע שטיקלעך חזיר וואס ער האט געשאנקען פאר גאר ביליגע פרייזן.
איך פארשטיי נישט! דא זענען געווען גרויסע ערליכע חושיבע רבנים, (וואס באלאנגען נישט צו קיין איינזייטיגע פארטיי) וועלכע האבן אלעס גוט אויסגעפארשט און איינגעזען אז דאס איז וואס האט פאסירט. קומסטו מיט דיינע אויפגעקלערטע רייד, און נאך אהן הינטערשטיצונגען אף עני קיינד. ??!
נידער מיט דיינע פרעכע ווערטער.
זאג פאר דיין חבר זאל זיך די מויל אויסוואשן מיט מיסטער קלין. ווען מ'וואלט גערעדט פון א איד וואס האט געזונדיגט פאר זיך, מיט אן עבירה וואס איך און דו האבן נישט פיינט, מילא.
אבער מען רעדט פון א חוטא ומחטיא מיט סתם אנפרעסן טויזנטער ערליכע אידן מיט נבילות וטריפות פאר אפאר גרייצער, יארן אין א ציה...
זאג! דו קענסט עמיצער וואס האט א תאווה צו קוילן א חזיר, צעשניידן אין העלפט, און אריינטראגן סערווירן פאר א תיקון אין ראדני?

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:40 am
דורך דולה ומשקה
טאמבל סאס האט געשריבן:

כוונת דבריו נישט אזוי ווארט אויף פינקל, דער גאר שטארקע טאענה איז דאך אויף דער רב המכשיר מיט זיינע משגיחים, אט טאקע וועגן דעם צאלט מען פאר משגיחים, ביי דעם פרשה איז מען געוואר געווארען נאך חקירות דרישות אז זיי זענען נישט געוועהן קיין משגיח מן החלונות נאר מציץ מן החרכים, ווי ווייניג זיי האבן זיך אומגעקוקט אין געוויסט וואס טוט זיך.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:44 am
דורך איך אויך
אויב דו רעדסט דיך איין אז היינט באקוקט מען יעדע שטקל פלייש לעבסטו אין א גרויסע טעות, אין א דורכשניטליכע בוטשר דרייען זיך אריין און ארויס הונדערטר אומאינדענצעפירטע שטיקלך פלייש יעדע איינציגע טאג, עס איז אוממעגליך צו קאנטראלירן יעדע שטיקל, מוז מען בהכרח זיך פארלאזן אויפן יראת שמים און ישרות פונעם געשפטס מאן.

ד.ה אז א געשעפטס מאן וואס דו פערזענלך וואלטסטו נישט געטרויט זיין לעוועל פון כשרות (לאו דוקא ביי פלייש נאר ביי יעדע עסן געשעפט, נאר ביי פלייש איז דער נסיון אסאך גרעסער) קענסטו זיך נישט פארלאזן אויפן בעל מכשיר און זאגן שלום עלי נפשי, און דאס איז חוץ מזה אז טייל בעלי מכשירים דארפן אליינס א השגחה כידוע.