בלאט 2 פון 2

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 12:21 pm
דורך אונטער חכם
שבת אחים האט געשריבן:ואנכי לא ידעתי. (איך שיק במילא נישט ארום קיין קליפס פאר קיינעם) אבער ווען כהאב עס געזעהן, האב איך גאר געמיינט אז דער בעל הקומסט-צו-מיר-עסען-שאבעס. מאכט זיך בדוקא נעריש, און ס'גייט אים נישט אן אז משיקט ארום די קליפס א שטייגער ווי דער פאפענער ווערצבערגער פון די 'אידישער רעפאטער' גייט נישט אן אז מ'שיקט ארום זיינע קליפס און פונקט ווי יואלי לעבאוויטש און ליפא שמעלצער און אלע אנדערע וואס מאכן זיך נעריש פאר פרנסה צי פאר אטענטשאן. זיי גייט דאך גאנץ קנאפ אן אז משיקט ארום זייערע קליפס. פארקערט! דאס מאכט זיי פאפולער.
.


איך האב געליינט דעם מאמענט ארטיקל און לויט ווי איך פארשטיי איז דעיס טאקע דער חורבן, ער לייגט דארט אראפ ווי מענטשן פירן זיך אויף צו אים ממש ווי צו א משוגענעם , פאר ווערצבערגער שטערט עס טאקע נישט אבער פאר א נארמאלער מענטש אז מען זאל אים פלוצלונג אנהייבן צו באהאנדלען ווי קהל'ס נאר איז עס א געפערליכע זאך.

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 1:14 pm
דורך berlbalaguleh
גראף האט געשריבן:די זעלבע אמאל ביי די מצווה טאנץ ווען בדחנים (וואס זייגן) פלעגן נאך מאכען מענטשן וואס שטאטערן און דער עולם פלעגט לאכן. מיינס א קרוב פלעגט זיך טוישן קאלירן און מען האט עקסטרע געדארפט אן זאגן פארדעם אויף צו קומען מיט אנדערע קארני זשאוקס.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

גראף: דער בלאט האט אמאל געברענגט אז ס'זענען דא (הייליגע) פרויען וואס שעמען זיך ווען מ'רופט אויס ביי א מצוה טאנץ אז דער מאן פון די פרוי איז א לעקטערישן אדער פלאמבער, אדער גאר א באס דרייווער. און נישט קיין כולל יונגערמאן אדער מגיד שיעור אדער ראש ישיבה. זעה איך פון דא אז דער אייבישטער איז מזווג זיווגים. ווייל מיין ווייב האטציך קיינמאל נישט געשעהמט ווען א בדחן האט ביי א מצוה טאנץ אויסגערופן אז בערל דער בעל עגלה זאלל ארויפקומען טאנצן...! פארשטייצעך אז ר'האט עס נישט אינגאנצן אזוי געזאגט. איך וועל נישט איבערזאגן וועלכע (נישט אמת'ע?) קאמפלימענטן דער בדחן האט צוגעלייגט. בפקודת דעם בעל השמחה...לאל...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 1:17 pm
דורך קאצקע ציקער
אבער למעשה אינטערסאנט איז אז ער האט אנגעהויבן מיט שיקן די קליפס , ס'איז ארימגעגאנגען קליפס ווי ער זאגט אריין אינעם קעמרע מיין נאמען איז עקיבה קליין מייין נאמבער איז ...
און ס'געווען פאני....

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 1:23 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: איך האב נישט געהערט דעם (אריגינאלן) חלק פון קליפ וואו ער זאגט זיין נאמען און נאמבער. איך האב נאר געהערט דעם פסוק ווי ער זאגט..."קימסט צי מיער עסן שאבעס"...איך האב גארנישט געזעהן שפעטבאר אין דעם. מ'האט געגעבן א גוטן שמייכל און געגאנגען ווייטער...אפשר ווייל איך האב נישט פארשטאנען דעם הקשר הדברים...ס'האט געמוזט זיין א גאנצער דיאלאג וואס מ'האט בכוונה אויסגעשניטן...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 12:29 am
דורך שמעקעדיג
רביצין טראמפ איז פון די עסקני המערכה!

https://www.good.is/articles/melania-ca ... erbullying

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:07 am
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:רביצין טראמפ איז פון די עסקני המערכה!

https://www.good.is/articles/melania-ca ... erbullying


אלעס פיין און וואויל, ווי לאנג מ'איז פטור געווארען פון רעביצין אבאמא'ס איסורי סודה וסנעקים.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:30 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:רביצין טראמפ איז פון די עסקני המערכה!

https://www.good.is/articles/melania-ca ... erbullying

שמעקעדיג: יש"כ פאר ברענגען דעם לינק. נאר איך בין מסכים מיט דאנאלד טראמפ'ס טוויט אקעיגן די אנטיסעמיט'קע בת פוילישער אנטיסעמיט ושיכורה (שיכור'טע) וואס שטינקט פון וואדקא, כהודאת עצמה. מיעקא ברזעזינסקי (בזשעזשינסקי). וועמענ'ס סינדיקיר'טע ראדיא פראגראם ..."מארנינג דזשאו"...איז געלאפן דאהי אין נ.י. צוזאמען מיט איהר..."מאן"...דזשאו סקארבאראו. נאר די נעטווארק (עי.ב.סי.) האט עס אוועקגעווארפן צוליעב די שלעכטע רעיטינגס און אנטיסעמיטיזם וואס זי האט געשפיגן די גאנצע צייט...! זי און איהר ..."ליוו אין"...האבן גארנישט געהאט צו פארקויפן פאר'ן ניו יארקער מארקעט. חוץ שפייען און איבערקייען איהר טאטנ'ס נאטורליכער, פוילישער אנטיסעמיטיזם...!

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2019 2:26 am
דורך טרויבן88
די ערשיינונג פון מתכבד בקלון חבירו נעמט נישט קיין עק, עס איז דא א בחור וואס איז א ביסל דיסעיבלד און רעדט דיסעיבלד, געווען א שפילער יארן לאנג און געקניפט ציצית און זאכן אזויווי דעם, ביז ווער ווייסט ווער האט עם ציגערעדט צי ווערן א בדחן, וויאזוי נעמט א מענטש די פלייצעס צי זיך אינטערציהאלן ארום א דיסעיביליטי? עס איז קלאר אז מען לאכט נישט פון די וויץ, מען לאכט פון די מענטש און פון זיין דיסעיביליטי, און צי דעם קומט לעצטנס צי אז יואלי לעבאוויטש האט זיך אויך צוגעלייגט צי די רשימה פון מענטשן וואס מאכן חוזק פון עם זיין א בדחן, בנוסף וואס איך הער אז קול מבשר האט עס אויף די פורים אפטיילונג, בושה וחרפה,

איז אינטערעסאנט וויאזוי ליידיגייערס ארבייט היינט, מען בעט א דיסעיבלד מענטש צי מאכן א וויץ, מען כאפט עס אפ, מען לאכט דערפון מען אינטערטעינט זיך דערויף, דערנאך זינגט מען עס ביי חתונות און דאס גלייכן אדער בדחנים לייגן עס צי, צי די ליסטע פון זייערע וויצן, און אויב מעג איז זוכה גייט עס אויף קול מבשר, אדער דער אנדערע באנדיט "האסידיק" לייגט עס איבער און איבער פאר 20 יאר מיטן תירוץ אז אז ער ער ווייסט נישט וואס ער לייגט ארויף, דערנאך קומט דער מאמענט און געט ארויס אן ארטיקל איבער דעם, בקיצור אן עקאנאמיע באזירט אויף בלוט

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 1:47 am
דורך או אינו
גאר פארקערט, צפניה איז צפניה אין איז בחנ'ט מיט יעדענס ווארט וואס ער זאגט, איז ציגאב באווינדער איך זיין מדת האמת. דאס אז די דערהייבסט נישט אן אנדערע געדאנק ג'אנג אין באשמירסט דאס מיט דיסעביליטי צייגט אויף לייכטזיניגקייט. ער איז פיינע נייעס! בנוגע לעבאוויטש דאס איז שוין א פארברעך ווייל אז ער זאל חוזק מאכן פין פינקי וואלסטו פארשטאנען דעם פארברעך, על אחת כמה וכמה אויף אזא איינעם וואס האר קאראזש אין מאכט זיך א פרנסה מיט משמח זיין אויף זיין שטיייגער.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 3:14 pm
דורך לבי ובשרי
טרויבן88 האט געשריבן:די ערשיינונג פון מתכבד בקלון חבירו נעמט נישט קיין עק, עס איז דא א בחור וואס איז א ביסל דיסעיבלד און רעדט דיסעיבלד, געווען א שפילער יארן לאנג און געקניפט ציצית און זאכן אזויווי דעם, ביז ווער ווייסט ווער האט עם ציגערעדט צי ווערן א בדחן, וויאזוי נעמט א מענטש די פלייצעס צי זיך אינטערציהאלן ארום א דיסעיביליטי? עס איז קלאר אז מען לאכט נישט פון די וויץ, מען לאכט פון די מענטש און פון זיין דיסעיביליטי, און צי דעם קומט לעצטנס צי אז יואלי לעבאוויטש האט זיך אויך צוגעלייגט צי די רשימה פון מענטשן וואס מאכן חוזק פון עם זיין א בדחן, בנוסף וואס איך הער אז קול מבשר האט עס אויף די פורים אפטיילונג, בושה וחרפה,

איז אינטערעסאנט וויאזוי ליידיגייערס ארבייט היינט, מען בעט א דיסעיבלד מענטש צי מאכן א וויץ, מען כאפט עס אפ, מען לאכט דערפון מען אינטערטעינט זיך דערויף, דערנאך זינגט מען עס ביי חתונות און דאס גלייכן אדער בדחנים לייגן עס צי, צי די ליסטע פון זייערע וויצן, און אויב מעג איז זוכה גייט עס אויף קול מבשר, אדער דער אנדערע באנדיט "האסידיק" לייגט עס איבער און איבער פאר 20 יאר מיטן תירוץ אז אז ער ער ווייסט נישט וואס ער לייגט ארויף, דערנאך קומט דער מאמענט און געט ארויס אן ארטיקל איבער דעם, בקיצור אן עקאנאמיע באזירט אויף בלוט


כל זמן יענער איז א פובליק פיגור און האט קיין פראבלעם צו גיין וויירעל, און אדרבה, ער איז דאס גאר מעודד, דעמאלט, כל הכבוד, זאל מען אים געבן און געבן און דער עולם זאל הנאה האבן.