בלאט 2 פון 5

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 1:07 pm
דורך געוואלדיג
מן הסתם, א ענין ווי עובדא דחול.

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 1:34 pm
דורך אברך משי
Gimpel האט געשריבן:עיין בשבט הלוי כתיבה על מחשב היא כתיבה גמורה


איך האב יעצט אפירגעהאלטן מיין נאנטער ידיד יֶרֶד'ן און ער האט מסביר געווען אז זיין משפחה פירט זיך נישט אייביג לויט די פסקים פון שבט הלוי, ער באנוצט זיך מיט אנדערע פוסקים און תשובה ספרים לעת הצורך :lol:

Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 1:50 pm
דורך Yummi
וואס איז מיט בען שפירא (Ben Shapiro) אסאך מאהל איז דא פון עם יוטיוב ווידעאס אויף שבת קודש, טוויטס בין איך נישט זיכער, ער איז א אורטורדוקס מיין איך


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:22 pm
דורך berlbalaguleh
לגבי די קושנערס. אן ארטאדאקסיע וואס פארט אום שבת קודש און גייט הוילן קאפ און די רעבעצין גייט אנגעטון בפריצות הייסט נישט קיין ארטאדאקסיע...!
איי ס'איז דא קליפס וואו זי מאכט המן טאשן צוזאמען מיט איהרע קינדער...? דאס איז א קנאפע אידישקייט...!

לגבי בען שפירא'ס אידישקייט. מ'דארף נישט נתפעל ווערן פון זיין בערדל. דאס איז נישט קיין ערליכע בארד. ווי אזוי האט מען געזאגט ביי אונז אין די ליטא . א בארד אן פיאות איז א טריפה'נע בארד. הערצל האט אויך א בארד...(קרעדיט: חיים גראדע)...!

כתיבה

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 5:05 pm
דורך Gimpel
איש תשבי עיין בבית יצחק להגאון מלמברג לדבר על טייפ יש איסור כתיבה

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 5:11 pm
דורך אברך משי
berlbalaguleh האט געשריבן:איי ס'איז דא קליפס וואו זי מאכט המן טאשן צוזאמען מיט איהרע קינדער...? דאס איז א קנאפע אידישקייט...!


אוי גיוואלד! מ'האממיר זיך דערלעבט א זלזול נורא אין מנהגי ישראל, ווער נאך ווי א פארצייטישע בעל עגלה וואס האט זעך נאך געהאדעוועט ביים באבן ע"ה ווייסט וויפיל אידישקייט ס'שטעקט אין די האמענטאשען (ספעציעל דעי וואס זענען אנגעפילט מיט מאן אדער מיט לעקוואר)
אהה, כ'כאפ שוין, איוואנקא האט געמאכט טאקע מיט סטראמבערי דזשעם, און ווערד נאך אז די סטראמבערי'ס האבן א שאלה פון ווערים, יצא שכרה בהפסדה

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
איוואנקא טראמפ/קושנער האלט טאקע איין א מסורה פון באקן המן טאשן מיט איהרע קינדערלעך. אבער האלטן שבת איז אויך א מסורה. טראדיציע. און גיין בבגדי צניעות איז אויך א מסורה. ס'קומט אויס אז איהרע קינדער וועללן אום שבת באקן די המן טאשן. און שיקן די פיקטשערס פאר'ן זיידן...!

נאר ס'איז מעגליך אז דאמאלד טראמפ אליין בכבודו ובעצמו וועט זיך שוין ביז דאמאלס מגייר זיין...!

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:53 pm
דורך קורקלענד
איז ער נישט גענוג א איד אויב עסט ער פון די המן טאשן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
Gimpel האט געשריבן:עיין בשבט הלוי כתיבה על מחשב היא כתיבה גמורה
נו, אז ער האט נישט געוואוסט ווי אזוי א סקרין ארבעט איז קיינעמס שולד.

אין תלמוד שטייט אז א כתב שאינו מתקיים איז אסור מדרבנן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:02 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: די שאלה איז וואס הייסט כתב שאינו מתקיים. אפשר איז שרייבן אויף א קאמפיוטער סקרין און סטארידזשן די די דעיטא, אזוי ווי גוגל און אנדערע קאמפעניס אפפערן צו טון, מער א כתב שמתקיים ווי שרייבן אויף פאפיר...?!

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:20 am
דורך רביה''ק זי''ע
כתב שאינו מתקיים מיינט, א זאך וואס מעקט זיך אויס פון זיך אליינס. לגבי די ווערטער אויפן סקרין איז פשוט א ס'איז נישט מתקיים, ס'מעקט זיך אויס פון זיך אליין ווען די סקרין לעשט זיך אויס. לגבי די אנדערע זאכן קען איך מיך נישט אויס. אויב די דאטא בלייבט אויפגעשריבן אויף איין פלאץ, יתכן אז ס'איז א דאורייתא. אבער דאכצעך מיר אז ס'בלייבט נישט אויף איין פלאץ, נאר ס'פארט ארום פון איין פלאץ צום צווייטן, ד.ה. ס'ווערט אויסגעמעקט פון איין פלאץ און ס'ווערט אויפגעשריבן אויף א צווייטן פלאץ.

Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:34 am
דורך חסיד פון ליטא
אזאנע שטותים צו רעדן

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:42 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק: דו וואלסט געווען גאנץ א גוטער רעפארם אדער קאנסערוואטיווער ראביי. איך זוך טאקע אזא ראביי. ווייל איך האב א גאנצע ליסט פון שאלות וואס איך וויל פרעגן. למשל אויב איך מעג פארן אום שב"ק מיט מיין קאר. מ'דארף שוין היינט נישט נוצן א שליסל. (ווייל מיט'ן עירוב טאר מען דאך נישט טראגן) נאר מ'דרוקט א באטטן. אויך, וויל איך וויסן אויב איך מעג גיין קויפן א טשיעזבורגער בפסח שחל להיות בשבת מיט א קרעדיט קארד. ווייל אויב קויף איך מיט א קרעדיט קארט איז עס דאך דעם גוי'ס חמץ. איך דינג עס נאר אפ.... לויט ווי איך האב געהערט האטציך לעצטנס אויפגעמאכט א גרויסע קאסינא אין די שטאט מאנטיסעללא, יצ"ו. יעצט איז די שאלה אויב איך מעג אום שבת פארן אהין. אויב איך מאך אן עירובי תחומין און איך לייג עס ארויף אויף א פארנ'דיגע דראון. צי מעג איך מיך באנוצן מיט אזא עירוב...?!

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:45 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך בין נישט קיין ראביי און נישט קיין רעפארם אדער קאנסערוואטיוו, איך זאג נאר נאך וואס איך ליין און הער, אויב איך בין זיך טועה ביטע מיר אויפמערקן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
חסיד פון ליטא האט געשריבן:אזאנע שטותים צו רעדן

בילד

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:49 am
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק: דו וואלסט געווען גאנץ א גוטער רעפארם אדער קאנסערוואטיווער ראביי. איך זוך טאקע אזא ראביי. ווייל איך האב א גאנצע ליסט פון שאלות וואס איך וויל פרעגן. למשל אויב איך מעג פארן אום שב"ק מיט מיין קאר. מ'דארף שוין היינט נישט נוצן א שליסל. (ווייל מיט'ן עירוב טאר מען דאך נישט טראגן) נאר מ'דרוקט א באטטן. אויך, וויל איך וויסן אויב איך מעג גיין קויפן א טשיעזבורגער בפסח שחל להיות בשבת מיט א קרעדיט קארד. ווייל אויב קויף איך מיט א קרעדיט קארט איז עס דאך דעם גוי'ס חמץ. איך דינג עס נאר אפ.... לויט ווי איך האב געהערט האטציך לעצטנס אויפגעמאכט א גרויסע קאסינא אין די שטאט מאנטיסעללא, יצ"ו. יעצט איז די שאלה אויב איך מעג אום שבת פארן אהין. אויב איך מאך אן עירובי תחומין און איך לייג עס ארויף אויף א פארנ'דיגע דראון. צי מעג איך מיך באנוצן מיט אזא עירוב...?!


און די מעגסט פארען דיין באס אין שבת מיט א היתר עיסקא.

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:54 am
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: יא. אזא פנים האט מען ווען מ'הייבט אן צו פאטשקען מיט אידישקייט. די רעפארמער און קאנסערוואטיוון זענען אויכעט נאר אנגעקומען ווי זיי זענען היינט, אויף דעם זעלבן וועג...! איז , לאמיר לאזן די תוה"ק אומבארירט. און נישט זוכן היתרים...!

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 2:04 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך לאז די תורה אומבארירט, כ'האב נאר נאכגעזאגט וואס איך האב געזען שטיין אין די אומבארירטע תורה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 2:12 am
דורך אישתישבי
Gimpel האט געשריבן:איש תשבי עיין בבית יצחק להגאון מלמברג לדבר על טייפ יש איסור כתיבה

קען זיין אז ער זאגט אזוי, כ'דענק נישט. אבער מען דארף וויסן דער מציאות דעמאלס, צו עס איז געוועהן א מעשה מיט דער פאנאגראף.

ועוד והוא העיקר, מען קען נישט מדייק זיין אחרונים ווייל זיי זאגן נישט עפעס איז א ראי' אז זיי האלטען נישט פין דעם, כידוע.

א אחרון איז נאר אויף דעם וואס ער אדרעסירט, כידוע מהדברי חיים..

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 2:39 am
דורך רביה''ק זי''ע
קודם וויל איך איהם זען יוצא זיין די מגילה פון א טעלעפאון, אזויווי דעברעצינער רב האט גע'פסק'נט, און נאכדעם עמער זען וועגן שבת.

כתיבה

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 2:49 am
דורך Gimpel
איש תשבי בית יצחק כתב לדבר בטייפ יש איסור כתיבה הגע עצמך וכי בשביל שאינו משתמש בידיו אין בו איסור יש הרבה מלאכות שאין עושים בידיים וכי המכבה בפה אינו עובר על הבערה ר

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 3:17 am
דורך אישתישבי
הוא מנפח, מדובר כאן באמירה. אמירה לעכו"ם שבות. אמירה לקוף הוא מחמר, אמירה לכלי? אפשר לדון כי מותר לכתחילה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 3:19 am
דורך אישתישבי
Gimpel האט געשריבן:איש תשבי עיין בבית יצחק להגאון מלמברג לדבר על טייפ יש איסור כתיבה


יש לך סימנים של טראל. כבר עניתי לך פעם אחת, והנך כותב שוב מבלי להתייחס אל דברי. אם אתה לא תתייחס למה שאחרים כותבים, למה יתייחסו אחרים למה שאתה כותב?