בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 11:29 am
דורך דולה ומשקה
שבת אחים האט געשריבן:אינטערסאנט אז ער ברענגט נישט אראפ די ברך משה אז ער פלעגט ליינען יעדען טאג די נ״י טיימס? און איז געוועהן א ביזנסמאן. אדער סאיז נישט אמת?


רבי אברהם משה גאלדרינג ז"ל האט מיר דערציילט אז אין שטוב פון ברך משה איז געווען א ראדיא, ער פרעזענטליך האט געברענגט באר-בי-קיו טשיקן פאר דער ברך משה אויך מיטן טאג מארגען זשורנאל. אין 'משה היה רויעך' שטייט פונקט פארקערט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
החוקר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער געדענקט נאך וואס רע בארן געזאגט אויף די גמרא 'לא היו ימים טובים לישראל'?

וואס ט'ער געזאגט?

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

ועיין למטה שם שהשואל היה ר' יחיאל גאלדהאבער...

למעשה איז טאקע מער מסתבר אז חולות טייטשט נישט טאנצן נאר ארומשפאצירן, אבער צו זאגן אז די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן אויף דעם דארף מען שוין זיין א חסידישע רבי...

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:46 pm
דורך ביבער
אז רבי שלוימעלע באבאווער פלעגט ארויסגיין מיט מיידלעך און גיין אין טעאטערס. נקודה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביבער האט געשריבן:אז רבי שלוימעלע באבאווער פלעגט ארויסגיין מיט מיידלעך און גיין אין טעאטערס. נקודה.


ווען? וואו? קום אריין מיט מער אינפא.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:54 pm
דורך ביבער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:אז רבי שלוימעלע באבאווער פלעגט ארויסגיין מיט מיידלעך און גיין אין טעאטערס. נקודה.


ווען? וואו? קום אריין מיט מער אינפא.

און אז טאקע רביה"ק זי"ע האט אים צוריקגעברענגט.

אה דא דארף מען נישט ברענגען קיין דעקונג. מ'זאגט נקודה און דעטס איט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:56 pm
דורך ליפא
אז פעסטער רבי הרב לעבאוויטש איז א פאלנער לץ ווען קיינער זעט נישט. נקודה

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביבער האט געשריבן:אה דא דארף מען נישט ברענגען קיין דעקונג. מ'זאגט נקודה און דעטס איט.

סא די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן? האסט מיר סתם אנגעצויגן אומזינסט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:04 pm
דורך ביבער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:אה דא דארף מען נישט ברענגען קיין דעקונג. מ'זאגט נקודה און דעטס איט.

סא די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן? האסט מיר סתם אנגעצויגן אומזינסט.

דאס האב איך אויך נישט געזאגט. אז דו האסט געליינט ביז אהער אנע קשיות קענסטו דעס אויך ליינען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביבער האט געשריבן:דאס האב איך אויך נישט געזאגט. אז דו האסט געליינט ביז אהער אנע קשיות קענסטו דעס אויך ליינען.

אויף די זאכן ביז אהער האב איך נישט געהאט קיין קשיות, אז א בנש"קל זאל זיין א סוחר אדער א גנב איז בכלל נישט קיין חידוש. משא"כ דאס וואס דו האסט געזאגט. פארשטייסט טאקע נישט די חילוק?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:18 pm
דורך ביבער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:דאס האב איך אויך נישט געזאגט. אז דו האסט געליינט ביז אהער אנע קשיות קענסטו דעס אויך ליינען.

אויף די זאכן ביז אהער האב איך נישט געהאט קיין קשיות, אז א בנש"קל זאל זיין א סוחר אדער א גנב איז בכלל נישט קיין חידוש. משא"כ דאס וואס דו האסט געזאגט. פארשטייסט טאקע נישט די חילוק?

אוודאי פארשטיי איך די חילוק אבער מיר איז גראדע מסתבר פונקט פארקערט. בכל אופן גלייב וואס און וויפיל דו ווילסט והדברים ידועים ליו"ח ודו"ק וד"ל ודפח"ח והמבין יבין. נקודה. ביי רובאשקין.

Re: חסידישע פאקטן

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:19 pm
דורך גראף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:אה דא דארף מען נישט ברענגען קיין דעקונג. מ'זאגט נקודה און דעטס איט.

סא די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן? האסט מיר סתם אנגעצויגן אומזינסט.
ס'איז אלטע שקרים וואס מאנכע באטשיס פלעגן דערציילען אז זיי געדענקן עס נאך אפילו זיי האבן נאך געהאדעוועט גענז אין אונגערען נאך דער קריג פאר צען יאר.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:26 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ער איז מענדיל הורוויץ?
דעיס איז דאך דער ראדינער קצב...

דער געוואגטער יונגל: ייש"כ. נישט א יעדער דא כאפט די עמקות פון דיין קאמענט...נו, לאמיר זעהן אויב איינער (אדער צוויי) קען מסביר (מאזבער) זיין...?...

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביבער האט געשריבן: בכל אופן גלייב וואס און וויפיל דו ווילסט והדברים ידועים ליו"ח ודו"ק וד"ל ודפח"ח והמבין יבין. נקודה. ביי רובאשקין.

וואס האט דיך אזויי ארויסגענומען פון די גלייזן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גראף האט געשריבן:ס'איז אלטע שקרים וואס מאנכע באטשיס פלעגן דערציילען אז זיי געדענקן עס נאך אפילו זיי האבן נאך געהאדעוועט גענז אין אונגערען נאך דער קריג פאר צען יאר.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

מער פרטים ביטע.

Re: חסידישע פאקטן

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:36 pm
דורך גראף
בעיסיקלי אז דער סאטמער רבי האט איהם צוריק געברענגט צו אידישקייט...

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:37 pm
דורך סקרן
די בילד וואס ער האט צוגעברענגט איז פון די ספר ח"ח וואס אויפ'ן דעקל איז דא די בילד פון איינער וואס ס'איז דא א שערוריא ווער דאס איז
טייל ווילן זאגן אז ס'איז די ראדינער קצב
{איך האב מאריך געווען אין א דבר פשטות ווייל ס'זעהט אויס אז ס'איז דא וואס פארשטייען נישט אהן דעם

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גראף האט געשריבן:בעיסיקלי אז דער סאטמער רבי האט איהם צוריק געברענגט צו אידישקייט...

Sent from my XT1096 using Tapatalk

שוין, איך זעה אז דו האלטסט נישט ביים מיטארבעטן, א גוטן פורים.

Re: חסידישע פאקטן

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:58 pm
דורך גראף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:בעיסיקלי אז דער סאטמער רבי האט איהם צוריק געברענגט צו אידישקייט...

Sent from my XT1096 using Tapatalk

שוין, איך זעה אז דו האלטסט נישט ביים מיטארבעטן, א גוטן פורים.
איך פאסט היינט סאו איך בין זייער ערנסט.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 4:17 pm
דורך berlbalaguleh
סקרן האט געשריבן:די בילד וואס ער האט צוגעברענגט איז פון די ספר ח"ח וואס אויפ'ן דעקל איז דא די בילד פון איינער וואס ס'איז דא א שערוריא ווער דאס איז
טייל ווילן זאגן אז ס'איז די ראדינער קצב
{איך האב מאריך געווען אין א דבר פשטות ווייל ס'זעהט אויס אז ס'איז דא וואס פארשטייען נישט אהן דעם

סקרן: אבער איך, פערזעליך האב די אנדערע בויך קוועטשענישן צי דער סאטמאר'ע רבי האט איהם יא, אדער נישט צוריקגעברענגט צו אידישקייט, אין בוידעם. איך האב געוואלט א ביסל מרחיב את הדיבור זיין אין די קאנטראווערסיע צי די וועלט בארימטע און אנגענימענע בילד איז פון חפץ חיים אדער נישט. אונז אידן זענען ב"ה געבענטשט מיט דעמאגאגן און איפכא מסתברא'ניקעס פאר זייערע אייגענע אגענדאס. און איינער פון זיי איז דער הייליגער ליאז'נער/ליובאוויטשער רבי שליט"א וועלכער איז א שטארקער איפכא מסתברא'ניק. און זיינע פאפולערע שטיצער זענען פשוט מיט איהם, סיי וועלכע וואנזיניגע טעאריע ער ווארפט ארויס און וויל איינרעדן פאר'ן עולם. נאר צוליעב זיין נאטורליכע התנגדות צו חב"ד ליובאוויטש...! זאגט ער, לאמור...אזוי צו זאגן ...אז די וועלט בארימטע בילד מיט די איידעלע צורה וואס די וועלט האלט איז פונ'ם חפץ חיים איז גאר פון דעם בוטשער פון די שטאט ראדין...! מארגן וועט קומען א צווייטער צודרייטער און ער וועט זאגן אז די צורה פון אהבת ישראל איז נישט פן וויזשניצער רבי'ן נאר גאר פון דעם וויזשניצער פלאמבער...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 12:25 am
דורך אישתישבי
דער אשכול קען מען אנוואטען אלץ דער מערסטע סטופיד אשכול מיום הוסדה פין ק"ש.

סתם געפליקט און געפלאפעלט אהן קיין שום ניצען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 3:14 am
דורך שבת אחים
דולה ומשקה האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ער איז מענדיל הורוויץ?
דעיס איז דאך דער ראדינער קצב...


ראחוב רבי
דער האט א גרויסע פייל שוין לאנג באהאלטן געווארן, ער האט געהאט א שותף צו זיינע מצוות ומעשים טובים הרב לייפער.
*
דער בייטשער רבי' עם הארצות איז דאך ברייט באקאנט, פאר דער וואס האט נאר אויסגעטוישט א גוט מארגען. אין א באשרייבונג געזעהן אויף אים אז ער איז געווען א בקי וכו' וכו', להוי ידועה ניטאמאל סידור האט ער געקענט. נקודה.


דער היינטיגער בייטשער רעדסטו פון אדער זיין טאטע?

דער היינטיגער בייטשער איז גראדע א געשמאקע וואוילע מענטש. איך פלעג אסאך דאווענען אין זיין שול ווען כהאב געוואוינט אין גלות ב״פ.

ער איז א ביזנעסמאן א אתרוג סוחר. ער איז ווייט פון א רבי. די גאנצע מעשה איז נישט געמאכט געווארן פאר אים.
זיין טאטע איז דאכצעך געוועהן די לעצטע אור אייניקל פון צאנזער רב.

זיינע אלע איידעמער זענען אלע אזעלכע שיפע-טאשן ביזנעסלייט. איינע פון זיי איז דאך הרה״ח הנגיד ר׳ יענקל פעלדמאן פון וויזניץ זוהן פון הרה״ח ר׳ חיים משה פון לאנדאן. זיין יונגסטע איידעם איז הרב אונדסדארפער דער ״בעל העירוב״ פון ב״פ.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 3:22 am
דורך שבת אחים
ביבער האט געשריבן:אז רבי שלוימעלע באבאווער פלעגט ארויסגיין מיט מיידלעך און גיין אין טעאטערס. נקודה.


כהאב אמאל געהערט אז הרה״ק ר׳ חיים מאירל וויזניצער זצ״ל האט אים געשריבן א לאנגע מוסר בריוו נאך די מלחמה אז ער זאל אננעמען רביסטיווע אזויווי זיינע עלטערן. ער האט זיך פאר א קורצע צייט געדרייט אין בוקארעסט ביי די קריג און זיך אויסבאהאלטן צוזאמען מיט אמרי חיים און זיין משפחה און דארט האבן זיך באקאנט געמאכט. שפעטער נאכן קריג האט ר׳ חיים מאירל געהערט אז ער דרייט זיך מיט א הונט אויף די גאס האט ער אים געשריבן די לאנגע בריוו ווי ער בעט אים ער זאל צוריק אויפבויען די חסידות באבוב אויפדאסניי.

אזוי האב איך געהערט שוין אסאך מאל. קען זיין אז סאיז נישט אמת. אויב איינער ווייסט מעהר פרטים זאל זיך מעלדן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 3:38 am
דורך שבת אחים
ביבער האט געשריבן:אז רבי שלוימעלע באבאווער פלעגט ארויסגיין מיט מיידלעך און גיין אין טעאטערס. נקודה.


ר׳ שלמה באבאווער איז גראדע געוועהן גאר א זעלטענע פיינע מענטש. א גרויסע צדיק.

סאיז דא א צווייטע רבי וואס לעבט שוין נישט. אינטערסאנט טאקע דולה האט גארנישט געשריבן וועגן אים. ער האט געוואוינט אין חיפה. יונגערהייט איז ער געוועהן גענצליך פריי. און ער פלעגט ארום הוליען. איינער האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אים בפירוש געזעהן (יונגערהייט) עסען אין י.. (פארשטיי אליינס) ער האט געדרייווט א טאנק פאר די ישראלדיגע ארמיי. און ווען ער איז געווארן א רבי האט ער תשובה געטוהן. און אנגעטוהן אלע רבישע שמונה בגדים מיט די גאנצע פראכט. סאיז געשטאנען דעמאלטס באשריבן אין די פרייע פרעסע דערוועגן. מיין טאטע האט מיר אלץ קינד געוויזן א אויסשניט פון א איזראלישע פרייע צייטונג וואס האט עס דאן באשריבן.

וועגן די כבוד פון זיין הייליגע זיידע דער סב״ק שרייב איך עס נאר ארויס האלבוועגס.

ער איז למעשה געווארן א פולשטענדיגע בעלי תשובה און די חזל זאגן דאך שוין במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד.

דער נעשיכזער איז געוועהן א גיטע איד. זי״ע ועכ״י.