בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 12:40 pm
דורך סקרן
בינגא האט נעכטען געזאגט פאר איינער אז נעקסטע וואך קומען הוטן און בעקיטשעס סוט'ס וועלן נאך נעמען צייט
איך האב נעכטן געזעהן א זייער בעל הביתשער איד קויפן א שטריימל נעכטן ער זאגט אז ער פארט כסדר אין קאנטרי אדער אויף טריפס און וויל נישט מיטנעמען די שיינע שטריימל
טאמער גייט ער אריין אין קרויס אדער מיללער קאסט עס אים כאטש צוויי א האלב דריי טויזענט דאלער פאר א ספער שטריימל
דא האט מיט די קאטעדז טשיז און קארנפלעיקס געקויפט א שטריימל

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 12:44 pm
דורך שבת אחים
די האר פון בינגאוס שטריימלעך איז פלעסטיק געמישט מיט פאקס-האר. גרויסע שכוח! ווער וויל גייען מיט א בעזעם אויפן קאפ?

ער פארקויפט ענק גארביטש...

Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 12:54 pm
דורך החוקר
איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געהערט אז די שטריימלעך זענען געווען מיללער שטריימלעך.

ער לייגט מיר צו אז ער ווייסט אז מיללער זיצט אסאך ביי קלאוזינגס. קלערט ער, אז עס איז גאנץ מעגליך אז מיללער געדארפט קעש שנעל, האט ער געשיקט שוואכע סחורה צו בינגא. אליינס פארקויפן פאר 500 האט ער זעלבסט פארשטענדליך נישט געוואלט.

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 1:02 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: לפי זה קומט אויס אז אויב די ישיבות און כוללים טיילן אויס עסנווארג און פעמפערס פאר פסח, וועללן די גראסערי אייגנטומערס זיך מוזן זעצן לערנען. זיי האבן סייווי נישט קיין ביזנעס. זיי טענה'ן אז בינגא נעמט אלעס אוועק...!

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 1:05 pm
דורך סקרן
@החוקר: דו ארבעטס אפשר פאר א גראסערי אדער א שטריימל געשעפט? דו סאונדס זייער וויי געטוהן פון די גאנצע מעשה

Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 2:32 pm
דורך מוזיק עקספערט
יעקב מענטש האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:א טובה פאר מיך און דיך, אבער ער ברענגט אינטער אונזער עקאנאמי, אזוי מיין איך. כ'הער אז נעקסט קומט היטן און בעקיטשעס!!

ס'איז נישט נארמאל

dont worry

ס'איז נאר פאר 15 מינוט צו גיין אויף אלע וואצעפפ גרופס.

כמעשהו מיט די סוכה ברעטער, כפרות, כך מעשהו בשטריימלעך
סוכה ברעטער מיט כפרות ווייַס איך נישט אבער שטריימלעך גייט שוין אן יעצט צום צווייטן טאג

Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 2:32 pm
דורך החוקר
סקרן האט געשריבן:@החוקר: דו ארבעטס אפשר פאר א גראסערי אדער א שטריימל געשעפט? דו סאונדס זייער וויי געטוהן פון די גאנצע מעשה

איך? וויי געטוהן?? וואס עפעס.

Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 9:16 am
דורך זיכענדיגע שטיר
לויט ווי איך פארשטיי וועט אייביג זיין די בעסערע שמעקערס וואס וועלן ספענדן אין די וועלט אריין ווי למשל איינקויפן בעיבי פעמפערס אויף וואלאבאוט, טויזענטערס אויף פלויערס וכדו׳, איך און נאך טויזנטער אידן זענען נישט אינטערסערט אין דעים! מיין ווייב האט איינגעקויפט אלע מלבישים פאר מיין ניי געבוירן קינד אין דאונטאון ברוקלין פאר א קנאפע 30 טאלער, איך וועל אי״ה חתונה מאכן אין א שול און איך פארמאג איין שריימעל וואס האט געקאסט $1500 דאלער.
בינגא טוט א מוירעדיגע זאך, איך גיי כמעט נישט אהין ווייל איך בין גרייט צי צאלן א טראפ מער נישט צי דארפן פארן אויף ב״פ און איך האב א קליינע פאמיליע עניוועיס, אבער סאיז צייט פאר איינעם צי איטערדרוקן די נישט נארמאלע הויעכע סטאנדארט וואס מהאט ארויפגעצווינגען אויף אונז, אנגעהויבן ביים וואוינען אין ברוקלין און געענדיגט ביי חתונה מאכן.
סאיז נישט קיין עבירה צו געבן ביליגע פרייזן, די אלטע דזאבס גייען ממילה אינטערגיין ׳סונער אר לעיטער׳ אלעס קויפט מען אנליין וכדו׳. דיין זיידן שליטא׳ס קליינע עלעטעראניק סטאר גייט ארויס גיין פון ביזנעס צי בינגא איז דא צי נישט.


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 10:12 am
דורך berlbalaguleh
דער זיכענדיגער שטיר: (ווהאט עי נעים...הא הא הא. מיט א קמץ אזוי ווי ר' יוסל פון סענטע קלאץ פלעגט צו זאגן.). איך האב געהערט זאגן אז בינגא גייט האבן זייער ביליגע מצות פאר ווייניגער ווי $2.50 פאר א קילאגראם (נישט א פונט.). מ'האט לעצטנס באמערקט אז די שליחים פון בינגא זענען ארומגעפארן און קאלעקטעד ביי אלע היימישע לאמבער יארדס און פוירניטשור פעקטאריס די שטויב אפפאל פון די זעג מאשינען. (סאו דאסט בלע"ז). זיי זענען מקפיד נאר צו נעמען ביי אידישע פעקטאריס. ס'גייט זיין אויך א ביסל ווייץ (בערך 4%) אריינגעמישט. די דאקטוירים און נאטורליכע העלטה פראפעשיאנאלס זאגן אז דאס איז זייער געזונט . דער עולם וועט סייווי נישט שפירן קיין חילוק אין טעם. ווייל די טייערע מצות זענען אויכעט מער ווי האלב פארברענט. רבותיי גרייטץ ענק פאר לאנגע ליינס ביי בינגאו. ווייל דער עולם איז שוין מיעד פון די גזילות וואס גייען פאר ביי די מצות.

אי"ה פאר די ימים נוראים סיזן וועללן זיי האבן ביליגע ארבע מינים. וועלכע זענען געוואקסן נעבן דעם אלטן בית החיים וואו דער רב הכולל ז"ל ליגט. אין א בעק יארד, ביי א ספאנישן גוי...!

אונז זעמיר שוין מיעד פון די טאשן שניידעריי וואס גייט אן ביי איינהאנדלען די אלע זאכן וואס מ'דארף האבן כדי צו זיין אן ערליכער איד...!

מכאן הקריאה יוצאת...די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציע ..."נר מצוה"...וועלכע ארבעטן נאר לשם שמים. כדי מזכה צו זיין אידן (און אידענעס) מיט א סאך מצוות. אבער זיי שינדן די הויט פון דעם אידישן פאלק. ווארטס נאר ביז בינגא, יצ"ו וועט זיך נעמען צו ענקערע ביינער...ראו הוזהרתם...!

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 10:31 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:דער זיכענדיגער שטיר: (ווהאט עי נעים...הא הא הא. מיט א קמץ אזוי ווי ר' יוסל פון סענטע קלאץ פלעגט צו זאגן.). איך האב געהערט זאגן אז בינגא גייט האבן זייער ביליגע מצות פאר ווייניגער ווי $2.50 פאר א קילאגראם (נישט א פונט.). מ'האט לעצטנס באמערקט אז די שליחים פון בינגא זענען ארומגעפארן און קאלעקטעד ביי אלע היימישע לאמבער יארדס און פוירניטשור פעקטאריס די שטויב אפפאל פון די זעג מאשינען. (סאו דאסט בלע"ז). זיי זענען מקפיד נאר צו נעמען ביי אידישע פעקטאריס. ס'גייט זיין אויך א ביסל ווייץ (בערך 4%) אריינגעמישט. די דאקטוירים און נאטורליכע העלטה פראפעשיאנאלס זאגן אז דאס איז זייער געזונט . דער עולם וועט סייווי נישט שפירן קיין חילוק אין טעם. ווייל די טייערע מצות זענען אויכעט מער ווי האלב פארברענט. רבותיי גרייטץ ענק פאר לאנגע ליינס ביי בינגאו.


גלייבטס מיר ר' בערל, ס'וועט זיין נאך לענגערע ליינס ביי די בעסכיסעס ביז טיף אין די ספירה טעג פון דע מצות...

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 10:55 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער אז איך בין שיעור נישט אראפגעפאללן פון בענקל. און מיין שכן איז געקומען טשעקן אויב אלעס איז אין ארדענונג...נאכמער ווי ווען כ'האב געליינט די אינטרעסאנטע תשובות אין דעם הייליגן ספר ...שו"ת זאב יטרף...!

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 11:16 am
דורך נקודת-אמת
בן פרצי האט געשריבן:
נקודת-אמת האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז ער לויפט יעצט אריבער צו קרויס. וואס איז? זיי מאכן א ריזיגע גראסערי סעיל אויף פסח'דיגע פראדוקטן...

אין ירושלים עיה"ק אנטקעגן איבער אפיריון (פאר ווער ס'קען) איז פארהאן א-פרוכט-און-וועדזשטעבל-געשעפט מיט'ן נאמען 'זול-ובגדול'
לעצטנ'ס האבן זיי געעפנט אין זייט א אופטיק (ברילען געשעפט) וואס רופט זיך: "רואים-בגדול".
אויף די זעלבע גאס (עלי הכהן) איז דא א פענסי אפטיק געשעפט (וואס געהערט צו א היימישער יונגערמאן לעפקאוויטש) מיט'ן נאמען "וויסטא"
ווען דער זול ובגדול האט געעפנט די אופטיקא, האט דער לעפקאוויטש זיי מודיע געוועהן אז ער הייבט אהן צו פארקויפן פרוכט און וועדזשטעבל...

דאכט זיך מיר, אז ס'שוין דא הארט דערנעבן א פרוכט געשעפט/ווערהייז, ניין?
אמאל האט זיך ארומגעדרייט שמועות אז דער 'זול ובגדול' טערעראזירט יעדער איינער וואס וויל עפענען א פרוכט געשעפט אין די גאנצע געגענט

דער בעה"ב פון זול ובגדול פארמאגט קיין-עין-הרע אסאך, און א יעדע לאך וואס קען פארנעמען אזא סארט געשעפט,
קויפט ער אפ כדי אז זיינע קאנקארענצן זאלן נישט קענען דארטן עפענען א קאמפעטישן פאר עם.
אין די היימישע געגנד איז טאקע כמעט נישטא פון די אנדערע (ווי יש, בר-כל, מעיין-2000 און אושר-עד{בינגא-יזרעאל})
אבער אין גבעת-שאול איז דא פון די אלע, און ווער ס'וויל קען אהינפאהרן

Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 11:26 am
דורך החוקר
וואלווי האט געשריבן:גלייבטס מיר ר' בערל, ס'וועט זיין נאך לענגערע ליינס ביי די בעסכיסעס ביז טיף אין די ספירה טעג פון דע מצות...

נישט געזאגט, בינגא ארבייט יעצט מיט גרויסע קעפ אין טשיינע צו פראדוצירן קליינע פארטעבל דשזאן טו גא'ס. זיי גייען שטעלן מיטערס אין פארנט פון די גרעסערע בתי מדרשים, און פאר א צוגענגליכע פרייז וועט מען עס קענען דארט אוועקשטעלן און ניצן.

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 11:33 am
דורך בן פרצי
נקודת-אמת האט געשריבן:דער בעה"ב פון זול ובגדול פארמאגט קיין-עין-הרע אסאך, און א יעדע לאך וואס קען פארנעמען אזא סארט געשעפט,
קויפט ער אפ כדי אז זיינע קאנקארענצן זאלן נישט קענען דארטן עפענען א קאמפעטישן פאר עם.
אין די היימישע געגנד איז טאקע כמעט נישטא פון די אנדערע (ווי יש, בר-כל, מעיין-2000 און אושר-עד{בינגא-יזרעאל})
אבער אין גבעת-שאול איז דא פון די אלע, און ווער ס'וויל קען אהינפאהרן

פארוואס דארפסטו גיין ביז גבעת שאול? אין בעלזא/רוממה געגענט האסטו - אושר עד, שערי רווחה, אנ"ש, בר כל.

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 11:56 am
דורך וואלווי
החוקר האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:גלייבטס מיר ר' בערל, ס'וועט זיין נאך לענגערע ליינס ביי די בעסכיסעס ביז טיף אין די ספירה טעג פון דע מצות...

נישט געזאגט, בינגא ארבייט יעצט מיט גרויסע קעפ אין טשיינע צו פראדוצירן קליינע פארטעבל דשזאן טו גא'ס. זיי גייען שטעלן מיטערס אין פארנט פון די גרעסערע בתי מדרשים, און פאר א צוגענגליכע פרייז וועט מען עס קענען דארט אוועקשטעלן און ניצן.


די קאמפלעינער'ס וועלען דעמאלטס נאך אלס בלעימען בינגא פאר אלע זייערע צרות? וועמענ'ס פרנסה וועלען זיי דעמאלטס האבן באגאנבעט?...

אפשר איגוד הפלאמערס דקהילות החרדים בניו יארק רבתי...

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 11:59 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער אז איך בין שיעור נישט אראפגעפאללן פון בענקל. און מיין שכן איז געקומען טשעקן אויב אלעס איז אין ארדענונג...נאכמער ווי ווען כ'האב געליינט די אינטרעסאנטע תשובות אין דעם הייליגן ספר ...שו"ת זאב יטרף...!


פארדעם אליין קענסטו אויך גיין קיין בינגא. זיי עפענען מארגען אן ארדזשענט קעיר...

Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 1:51 pm
דורך החוקר
וואלווי האט געשריבן:די קאמפלעינער'ס וועלען דעמאלטס נאך אלס בלעימען בינגא פאר אלע זייערע צרות? וועמענ'ס פרנסה וועלען זיי דעמאלטס האבן באגאנבעט?...

אפשר איגוד הפלאמערס דקהילות החרדים בניו יארק רבתי...

די פרויען גייען קאמפלעינען אז יעדעס מאל די מצב ווערט אנגעצויגן אינדערהיים, וועלן די מענער זאגן "מאמי ביי, זיי געזונט, איך לויף אין ביסקיס".

די מענער וועל קאמפלעינען אז ווייל בינגאו וויל מאכן געלט, קען מען נישט טרעפן קיין פארקינג אין די גאנצע זופ קאוד ארום.

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 5:15 pm
דורך berlbalaguleh
החוקר האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:גלייבטס מיר ר' בערל, ס'וועט זיין נאך לענגערע ליינס ביי די בעסכיסעס ביז טיף אין די ספירה טעג פון דע מצות...

נישט געזאגט, בינגא ארבייט יעצט מיט גרויסע קעפ אין טשיינע צו פראדוצירן קליינע פארטעבל דשזאן טו גא'ס. זיי גייען שטעלן מיטערס אין פארנט פון די גרעסערע בתי מדרשים, און פאר א צוגענגליכע פרייז וועט מען עס קענען דארט אוועקשטעלן און ניצן.

החוקר: און ווער וועט באקומען די רעכט צו רייניגן די בעסכיסע'ס?. איך שרייב מיך שוין איין...!

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 8:53 pm
דורך קורקלענד
מוזיק עקספערט האט געשריבן:סוכה ברעטער מיט כפרות ווייַס איך נישט אבער שטריימלעך גייט שוין אן יעצט צום צווייטן טאג

זאל זיין צוויי טאג ס'וועט נישט מאכן קיין גרויסע נפקא מינה.