בלאט 2 פון 6
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 7:51 am
דורך קווארטין
לעצטענס געליינט א בוך מיטן נאמען "behind the walls", זייער טרויעריג, רעדטזיך פון א בעלגיש מיידל וואס האט איבער געלעבט די קריג, קודם זייענדיג א יאר אליין אין א כמו בונקער, נאכהער איז זי געווען אין א מאנאסטיר, וואס דארט האבן אויך נישט געפעלט קיין פארשאלטענע אנטיסעמיטן. די גרעסטע קידוש השם, אז זי האט אויפגעשטעלט בליע"ה א שיין הערליך דור. פאר די וואס גלייכן האלאקאסט ביכער וואלטעך רעקאמענדירט צו ליינען אט דיזן בוך.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 8:30 am
דורך שרייבער
יא, ס'איז דא אין אידיש אויך, אונטערן שווארצן פליגל הייסט עס, דורך מקור חיים, אבער כמובן איז אינו דומה ווי אזוי ס'איז געשריבן אין אידיש ווי אין ענגליש, אין ענגליש זעסטו מער ווי עכט די מעשה איז, ס'איז דא בילדער, אין אידיש ביסטעך אין וומסב"ג, האט עס אזא פנים
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 7:03 pm
דורך איך אויך
ושניהם הם תרגומים מהספר שהופיע במקורו בעברית, מקודם זה היה בהמשכים באחד העיתונים (לכאורה משפחה).
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:33 pm
דורך איחוד פעלד
גלות יוד האט געשריבן:דא האט עטס די באוויסטע מאווי פון די צוויי אידן רודולף וורבע און אלפרעד וועצלער ווי אזוי זיי האבן זיך ארויסגעשמוגלט פון אוישוויץ און זיי האבן למעשה געברענגט צו די וועלט די אינפארמאציע וועגן די געפערליכע טהאטן פון די דייטשן ימ"ש ס'איז זייער אינטרעסאנט
http://www.pbs.org/wnet/secrets/episode ... schwitz/8/
עס לייגט שטיקל א וואלקען אויף דער רבי זי"ע הצלה, ווען דער קאסטנער האט "געראטעוועט" איין טראנספארט ווען ער האט געקענט ראטעווען הונדרעטער טויזענטער.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 1:15 am
דורך zurich
איחוד פעלד האט געשריבן:גלות יוד האט געשריבן:דא האט עטס די באוויסטע מאווי פון די צוויי אידן רודולף וורבע און אלפרעד וועצלער ווי אזוי זיי האבן זיך ארויסגעשמוגלט פון אוישוויץ און זיי האבן למעשה געברענגט צו די וועלט די אינפארמאציע וועגן די געפערליכע טהאטן פון די דייטשן ימ"ש ס'איז זייער אינטרעסאנט
http://www.pbs.org/wnet/secrets/episode ... schwitz/8/
עס לייגט שטיקל א וואלקען אויף דער רבי זי"ע הצלה, ווען דער קאסטנער האט "געראטעוועט" איין טראנספארט ווען ער האט געקענט ראטעווען הונדרעטער טויזענטער.
וועלכע רבי??
קאווע שטיבל איז דירעקט געגרינדעט געווארן אלטס אומפארטייאיש,און נישט אזוי ווי די אנדערע סייט,ווען מען זאגט רבי ווייסט יעדער וועים מ'מיינט!! א דאנק
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:28 am
דורך zurich
קווארטין האט געשריבן:לעצטענס געליינט א בוך מיטן נאמען "behind the walls", זייער טרויעריג, רעדטזיך פון א בעלגיש מיידל וואס האט איבער געלעבט די קריג, קודם זייענדיג א יאר אליין אין א כמו בונקער, נאכהער איז זי געווען אין א מאנאסטיר, וואס דארט האבן אויך נישט געפעלט קיין פארשאלטענע אנטיסעמיטן. די גרעסטע קידוש השם, אז זי האט אויפגעשטעלט בליע"ה א שיין הערליך דור. פאר די וואס גלייכן האלאקאסט ביכער וואלטעך רעקאמענדירט צו ליינען אט דיזן בוך.
דאכצוך ס'דא אין יודיש די בוק אויך.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:01 pm
דורך נס קאווע
ס'דא א פילם דער אונטערגאנג ס' איז אין דויטש איינער האט עס איבער געזעצט פון אינטן אויף ענגליש נארמאל האבעך עס נישט אזוי ליעב אבער אזויווי ס'פערטל ענדליך צו יודיש גייט עס מיט, ס' פון היטלער אין בונקער די לעצטע שטיק צייט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:36 pm
דורך קאנצעפט
נס קאווע האט געשריבן:ס'דא א פילם דער אונטערגאנג ס' איז אין דויטש איינער האט עס איבער געזעצט פון אינטן אויף ענגליש נארמאל האבעך עס נישט אזוי ליעב אבער אזויווי ס'פערטל ענדליך צו יודיש גייט עס מיט, ס' פון היטלער אין בונקער די לעצטע שטיק צייט
דער פילם איז געווען די שפילצייג פון אלע לצים אויף יו-טוב וואס האבן אונטערגעשלאגן די ווערטער אויף ענגליש אויפ'ן סקרין ביים סצענע וואו היטלער שרייט און שימפט, האבן די לצים געלייגט ווי ער רעגט זיך אויף יעדע צווייטע זאך... איין טאג אויף גוגל און איין טאג אויף פעיסבוק, און לעצטנס אויף לעידי גאגא...
די פילם'ס ארויסגעבער האלטן אינאיין ארייגעבן קאמפלעינטס צו יו טוב זיי זאלן עס אראפנעמען צוליב קאפירייט פארלעצונגען...
אט זעט איינס ווי ער רעגט זיך ווען ער ווערט געוואויר אז טשאק נאריס קומט אט אט... (כ'גלייב נישט ס'וועט מאריך ימים זיין אוי יו טוב...)
http://www.youtube.com/watch?v=ZrHmcpRA ... re=related
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:52 pm
דורך געפילטע פיש
היטלער ווערט געוואר אז מ'האט געקענסעלט זיין ארדער פאר די HP טאטשפעד פאר $99
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QD0b-DIBPeI[/youtube]
נאך איינס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VuzMSrgc7yY[/youtube]
היטלער ווערט געוואר אז די נייע אייפאון איז א 4S און נישט אייפאון 5.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Lxn6Ag0mmhs[/youtube]
אפשר וויל איינער טין א טובה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:47 am
דורך קאמפיאטער
איך האב א פילטער און ממילא קען איך נישט צוקומען צו די אויבנדערמאטע ווידיאוס.
אפשר וויל עימיצער טון א טובה און דאונלאדן די פילם'ס פון די צווייטע וועלט מלחמה וואס מען האט דא פריער דערמאנט פין יאטוב, און ארויף לייגן אויף דראפ באקס צו דאס גלייכן? עס איז דא צענדליגער פראגרעמ'ס דערפאר פאר פרי.
איך וועל אים דאנקבאר זיין.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 5:22 pm
דורך מאראנצןזאפט
אינטערעסאנט אז איך זע נישט אנמערקן דעם וואונדערבארן אווארד ווינינג פילם life is beautiful
א טראגי-קאמישע געשיכטע ווי א טאטע פרובירט איינצורעדן זיין קינד אז דאס זיך אויפהאלטן זיך אין לאגער איז גאר א שפיל.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 5:39 pm
דורך [NAMELESS]
דאס וודיאו band of brothers
or holocaust
both are terrific
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:39 am
דורך ונבנתה העיר
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז איך זע נישט אנמערקן דעם וואונדערבארן אווארד ווינינג פילם life is beautiful
א טראגי-קאמישע געשיכטע ווי א טאטע פרובירט איינצורעדן זיין קינד אז דאס זיך אויפהאלטן זיך אין לאגער איז גאר א שפיל.
לצים...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GhIdgiZcS-k[/youtube]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:08 pm
דורך קינד_אן_קייט
פאסיג פאר תשעה באב, דאס פילם ״
דער אינגל מיט די געשטרייפטע נאכט קליידער״ שילדערט וויאזוי א קינד צו נאצישע עלטערן באקענט זיך מיט א אידיש אינגל וואס געפינט זיך אונטערן צוים אין לאגער, גאר א רירענדע געשיכטע וואס שפילט אויף דעם שרעקליכן חורבן פונעם פערספעקטיוו פון אן אכט יעריג קינד:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=c9SKgY1r-9U[/youtube]
פאר נישטיגע דריי טאלער קען מען זעהן דעם
גאנצן פילם אויף יוטויב.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:16 pm
דורך יין שרף
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:20 pm
דורך ישראל קאפקע
קינד_אן_קייט האט געשריבן:פאסיג פאר תשעה באב, דאס פילם ״
דער אינגל מיט די געשטרייפטע נאכט קליידער״ שילדערט וויאזוי א קינד צו נאצישע עלטערן באקענט זיך מיט א אידיש אינגל וואס געפינט זיך אונטערן צוים אין לאגער, גאר א רירענדע געשיכטע וואס שפילט אויף דעם שרעקליכן חורבן פונעם פערספעקטיוו פון אן אכט יעריג קינד:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=c9SKgY1r-9U[/youtube]
פאר נישטיגע דריי טאלער קען מען זעהן דעם
גאנצן פילם אויף יוטויב.
נישט ווערד קיין דריי צענט,
די ערגסטע פילם וועגן די האלאקאוסט וואס איך האב נאר געזען,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:25 pm
דורך ברעט מענינג
וואס מיינסטו די ערגסטע?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:40 pm
דורך קינד_אן_קייט
[tag]ישראל קאפקע[/tag], כ׳בין שטארק מחולק מיט דיר, מיר האט דאס בארירט עד עמקי נשמתי ונחלי דמעות, אבער על טעם וריח אין להתווכח.
אזויפיל בין כ׳מיט דיר מסכים, אז עמיציר וואס האט נאך נישט געזעהן די אבני היסוד כגון ״שינדלער׳ס ליסט״ ודומיהם, זאל לאזן דאס אויף שפעטער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:48 pm
דורך ישראל קאפקע
די מעשה איז זייער אומרעאליסטיש, א אידיש קינד פוילעצט אוועק אין אן טויט לאגער?
די עקטינג איז גארנישט ווערד,
די הויכפונקט איז די טויט פון די קינד פון א נאצי אפיציר? I mean seriously?
Very shallow.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:59 pm
דורך כוכב
מסכים מיט קאפקע, זי איז גאנץ פיין, אבער באופן כללי איז עס ביליגע סחורה.
פאר א לאנגווייליגן תשעה באב קען עס דאך זיין אינטערסאנט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:06 pm
דורך ברעט מענינג
על כל פנים די פעזשאמא מעשה קען מען נישט האבן אויפן פאון,
סאו איינער האט עפעס אינטערעסאנט לאנג שרעקעדיג??
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:10 pm
דורך ישראל קאפקע
נישט ממש וועגן די האלאקאוסט,
The man who cried,
Johnny Depp איז 'די מאן', אבער די מעשה האט גארנישט מיט אים, און ער שפילט גאנץ שוואך,
אן עלנד אידישע מיידעלע און אירע וואגלענישן, זייער טרויעריג,
גאר גוט. אומזיסט אויף יו טוב, אויך אויף נעטפליקס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:20 pm
דורך petergrifin
התנגדות-Defiance איז א מאװי װאס איך האב שוין געזען עטליכע מאל. געשטעלט אויף אן אמת'דיגע געשיכטע. ס'איז װעגן די בעלסקי ברודער און פארטיזאנער װאס האבן צװישן פרובירן איבער צו לעבן און ראטעװען װאס מער אידן האבן זײ געהאקט שטיקער פון די נאצי'ס מיט די אוקרײנער אנטיסעמיטען ימ"ש. נאך דאס זען האט מען שוין נישט קײן שום רחמנות אויף די הײנטיגע אוקרײנער װאס כאפן שלעק פון מאמע רוסלאנד.