בלאט 2 פון 15
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 7:53 am
דורך קאצקע ציקער
עמעזאן האט געשריבן:פון די לעצטע ארגינאלע רביים אויפגעשטעלט זיין אמפעריע מיט זיינע צוויי האנד, געהאט א פערזענליכע קשר מיט זיינע חסידים ביז ממש לעצטענס, א רבי א תלמיד חכם און פארלאנגט פון די חסידים לימוד התורה.
בייגעלייגט איז א מכתב געשיקט צו אדמו"ר הברך משה מסאטמר נאך די טיילונג אין סאטמר ווי אדמו"ר רז"ל איז נתמנה געווארן אלס רב אין ווילימסבורג ווי ער בעט עם מחילה אויף דעם וואס ער האט גערעדט אויף זיין קהילה, און ער פירט וישכון בינינו שלום ורעות
וויזוי איז ער א קרוב מיטן ברך?
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 8:21 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: וואסי א חילוק וויאזוי...?! דו דארפסט גלייבן. דאס איז דער עיקר. און וויאזוי דער קרעטשניפער פון רחובות-ירושלים איז א קרוב מיט דעם פישפיקלאדאניער פון מישקאלץ-אנטווערפן פארשטייסטו יא...?!
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 8:40 am
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:פון די לעצטע ארגינאלע רביים אויפגעשטעלט זיין אמפעריע מיט זיינע צוויי האנד, געהאט א פערזענליכע קשר מיט זיינע חסידים ביז ממש לעצטענס, א רבי א תלמיד חכם און פארלאנגט פון די חסידים לימוד התורה.
בייגעלייגט איז א מכתב געשיקט צו אדמו"ר הברך משה מסאטמר נאך די טיילונג אין סאטמר ווי אדמו"ר רז"ל איז נתמנה געווארן אלס רב אין ווילימסבורג ווי ער בעט עם מחילה אויף דעם וואס ער האט גערעדט אויף זיין קהילה, און ער פירט וישכון בינינו שלום ורעות
וויזוי איז ער א קרוב מיטן ברך?
ר' שלום אליעזר'ס רעביצין איז געווען א טשערנאבלע אייניקל, וכן אמו של ר' מאטעלע (דאס איז דערווייל די נאנסטע וואס איך קען טראכטן).
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 10:11 am
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:פון די לעצטע ארגינאלע רביים אויפגעשטעלט זיין אמפעריע מיט זיינע צוויי האנד, געהאט א פערזענליכע קשר מיט זיינע חסידים ביז ממש לעצטענס, א רבי א תלמיד חכם און פארלאנגט פון די חסידים לימוד התורה.
בייגעלייגט איז א מכתב געשיקט צו אדמו"ר הברך משה מסאטמר נאך די טיילונג אין סאטמר ווי אדמו"ר רז"ל איז נתמנה געווארן אלס רב אין ווילימסבורג ווי ער בעט עם מחילה אויף דעם וואס ער האט גערעדט אויף זיין קהילה, און ער פירט וישכון בינינו שלום ורעות
דאס קשר וואס זיינע חסידים האבן געהאט צו אים אין פערסאנעל איז טאקע געווען להפליא
בנוגע דעם בריוו
טאקע א היסטארישע בריוו ווארפט א ליכט אויף די גאנצע מחלוקה און מחאות ודי למבין
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 10:27 am
דורך שבת אחים
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך לאך... איי וועלט האט שוין 13 פעדזעס וועגן די פטירה אין דא ניטאמאל איינס
מ׳טאהר נישט לאכן אין די שבעה פון א צדיק. ווארט כאטש ביז מ'ענדיגט די שלושים. נאכדעם וועל איך מיט דיר לאכן אינאיינעם.
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 10:31 am
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: פארוואס זאללן זיי יא האבן אפילו איינס. דער סטיווען האוקינג האטציך דאך נישט געווייקט ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע...זייט זיי האבן אויפגעהערט צו שרייבן ניבול פה זענען זיי געווארן זייער שטארק פרום. נאך פרומער פונ'ם פויפסט. (טאקע אזא סארט פרומקייט) און זיי צענזורירן אלעס וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט זייער שיטה...! נישט די שיטה פון רביה"ק זי":ע דער עכטער...!
גראדע פארשטיי איך זיי זייער גוט, ס׳דארף דאך זיין כאטש איין פארום פאר די משומר אידן אויך. אז נישט וועלן זיי גארנישט האבן.
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 11:54 am
דורך ימים ידברו
איך בין שטארק מסופק צו א ארטאדקסישע איד מעג בכלל דא רעדען בשבחו של אותו צדיק, וואס די גאנצע מעשה דא, איז נגדו ונגד הדרכתו ונגד כוונתו, און ווייטער איך האב געהערט מפי השמיעה, אז ער האט בצוואתו הק' געשריבען אז לאזט נישט מען זאל אים באשרייבען אויף קיין שום ארט, וכל שכן א ארט ווי מ'מעג נישט זאגען נאר וואס די בעל בתים זענען מחליט, ד"מ עס מיז זיין אויף די גיסטע פון אפאר דיקטאטורעס, מיינט דאך דאס מקען נישט זאגען די אמת לאמיתו בכל ענין, און ער איז דאך געווען מקור האמת, ווי אזוי קען מען דא רעדען פון אזא איד?
ווייטע נישט שרייבען, גייט דאך אריין אינעם כלל פון המתעצל בהספדו של חכם... איז דאך אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי,
אבער א מחאה גדולה צו מאכען איז זיכער זיין רצון קדשו, מוחה זיין אויף די זילזולים און שקרים וואס וועערן געזאגט פון אנשי שקר, דאס מעג מען מוז מען וועט מען, טוט תשובה און גייט און זיינע הייליגע אמתע דרכים ויהא זכרו הטהור מבורך אמן כן יהי רצון
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 12:29 pm
דורך berlbalaguleh
דו שייגעץ, דו פארדארבענער לץ. דו קענסט קיין גראד ווארט נישט ארויסזאגן אפילו בשוגג. נאר שיסן דיינע באהאלטוענע גיפטיגע פיילן. יעצט פארשטיי איך שוין דעם מאמר חז"ל שינה לרשעים נאה להם ונאה לעולם...! גיי צוריק שלאפן...!
ש"ב
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 1:08 pm
דורך נקודת-אמת
שאר בשרי איז געוועהן ביי אסאך צדיקים א טיטל
ס'האט נישט געמיינט שני בשני (-פירסט-קאזין) און אפי' נישט שלישי בשלישי (-סעקנד-קאזין)
ס'האט געמיינט אז פון ערעגערטס וואו האט מען א פאמיליע נאנטקייט ותו לא מידי.
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 1:23 pm
דורך ימים ידברו
בערל אז די רעגט זיך אזוי שטארק, מיין איך דיך טאקע, די קענסט מיר זזאעגן פשט און דיין נערישע אויסברויך דא? ווער רעד פון דיר? אלא מאי די ווייסט זייער גיט אז יעדע ווארט וואס איך שרייב איז אמת ויציב
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 1:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
׳ימים׳ על ימי מלך שטויס איהם, שטויס איהם ארויס פון דא!!!
בד״ו, האסטו באמערקט אז די איינציגסטע לייק וואס ער האט געגעבן איז געווען פאר זיך אליין?
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 1:31 pm
דורך נקודת-אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:׳ימים׳ על ימי מלך שטויס איהם, שטויס איהם ארויס פון דא!!!
בד״ו, האסטו באמערקט אז די איינציגסטע לייק וואס ער האט געגעבן איז געווען פאר זיך אליין?
גילוי?
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 1:36 pm
דורך ימים ידברו
יוא איך וויל דיך אזוי לייקען פרעג נאר בערל צו מיין עידזש קען זיך אויס?
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 1:41 pm
דורך שבת אחים
במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש. קיינער קען נישט שרייבן א געהריגע ביאגראפיע אויף ר׳ מאטלע וועל איך שרייבן אין קורצן.
ר׳ מאטלע איז געבוירן אין גרויסווארדיין רומעניע י״ח תמוז תרפ״ב ולמספרם יולי 14 1922. צו זיין טאטען הרה״ק ר׳ חיים מאירל בעל האמרי חיים מוויזניץ זצ״ל. זיין מאמע הרבנית מרגליא ע״ה איז געוועהן די טאכטער פון הרה״ק ר׳ וועלוועל ראחמסטריווקער זצ״ל. ער איז אויפגעוואקסן אויפן שויס פונעם הייליגן זיידען דער אהבת ישראל און ער איז געבליבן דבוק צו אים זיין גאנץ לעבן.
יונגערהייט האט ער אסאך געהארעוועט אויף
תורה צוזאמען מיט זיין עלטערע ברודער דער ישיעות משה פון וויזניץ זצ״ל. אלץ בחור האט ער גלערנט ביים אמרי יהודה מסקהעליד און שפעטער אין פאפא ביי הרה״ק ר׳ יוסף גרינוואלד זצ״ל. ער האט זיך אויך געדרייט אלץ בחור פאר גאר א קורצע וויילע אין סאטמאר ביי הרה״ק ר׳ יואל טייטלבוים זצ״ל. ווי ער איז פארבליבן פון זיינע נאכפאלגער זיין גאנץ לעבן.
ביים צווייטן וועלט קריג איז ער אנטלויפן פון גרויסווארדיין קיין באקערעסט מיט די הילף פון שמוגלערס. צוזאמען מיט זיין טאטע און זיין שוואגער הרה״ק ר׳ יודלע האראוויץ מדזיקוב זצ״ל. דארט אין באקערסט האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית פיגא מלכה ע״ה די טאכטער פון הרה״ק ר׳ יעקב יוסף טווערסקי מסווירא זצ״ל. א קורצע צייט נאכן חתונה איז זי ליידער קראנק געווארן מיט א שווערע אינפעקציע און זי איז נפטר געווארן. דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט איר יונגערע שוועסטער הרבנית סימא מירל ע״ה מיט וועם ער האט אויפגעבויעט זיין הערליכער שטוב פון 14 קינדער.
נאכן קריג איז ער געקומען קיין אמעריקע מיט זיין שווער דער סקווירא רבי זצ״ל און ער האט זיך באזעצט אין וויליאמסבורג ווי ער האט געדינט אלץ רב פון די וויזניצע קהילות דאהי אין אמעריקע. אין די אנהויב די פון זעכציגער יאהרן (למספרם) האט ער מעהר נישט געוואלט פארבלייבן וואוינען און אויפציען זיינע קינדער אין די רוישיגע אויסגעלאסענע ניו-יארקער גאסן. האט ער זיך דעריבער געצויגן אויסערן-שטאט, קיין מאנסי וואס איז דאן געוועהן א מדבר שממה. א קליין הייפלע אידן פון קוים צוויי מנינים האבן זיך דאן מיטגעצויגן מיט אים. און צוביסלעך מיט די יאהרן האבן מעהר און מעהר וויזניצע חסידים זיך ארויסגעצויגן אהין. ער האט דארט אויפגעבויעט מוסדות מיט אלע צוגעהערן ווי אויך א אייגענע שיכון וואס רופט זיך ״כתר ווילעדזש״.
נאך זיין טאטענס פטירה איז זיין עלטערע ברודער הרה״ק ר׳ משה יהושע האגער בעל הישיעות משה זצ״ל געווארן געקרוינט אלץ ממלא מקום און אויפגענומען געווארן אלץ וויזניצער רבי פון בני ברק. און ר׳ מאטלע זצ״ל איז געקרוינט געווארן אלץ וויזניצער רבי פון מאנסי. און לויט זיין טאטענס צוואה האט ער געירשנט אלע וויזניצע בנינים דאהי אין אמעריקע.
זיין געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט פאר זיינע מוסדות און פאר זיינע חסידים איז געוועהן אין לשאר. ער האט אלעס אליינס קאנטראלירט און זיך נישט געלאזט איבערעדן פון קיינעם. ער האט חתונה געמאכט הונדרעטער אידן און אויסגעטיילט שווערע מיליאנען פאר צדקה במשך פון זיין לעבן. ער האט חתונה געמאכט מיין טאטע און מאמע מיט יאהרן צוריק ווען ער אליינס האט נישט געהאט דאן קיין געלט און איז געוועהן אין חובות.
ער האט איבערגעלאזט 14 קינדער
אלע פון זיינע זוהן דינען אלץ אדמו״ר פון וויזניצע קהילת אינדערוועלט:
1)הרה״צ ר׳ פנחס שלום זצ״ל-בארא פארק
2)הרה״צ ר׳ ישראל שליט״א-מאנסי
3)הרה״צ ר׳ מנחם מענדיל שליטא-קיימישע/גיבערס
4)הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן שליט״א-ווילאמסבורג
5)הרה״צ ר׳ אליעזר זאב שליט״א-ירושלים
6)הרה״צ ר׳ דוד שליט״א-לאנדאן
7)הרה״צ ר׳ אהרן שליט״א-מאנטריאל
8)הרה״צ ר׳ ברוך שמשן שליט״א-בית שמש
איידעמער:
1)הרה״צ ר׳ אברהם דוב טווערסקי שליטא אב״ד ראחמאסטריווקא מאנסי
2)הרה״צ ר׳ ישראל אליעזר פיש שליט״א אב״ד ביקסאד וויליאמסבורג
3)הרה״צ ר׳ יהוסף בנצוין ראטטענבערג שליט״א אב״ד קאסאן
4)הרה״צ ר׳ יצחק מיכל מאשקאוויטש שליט״א אב״ד שאץ
5)הרה״צ ר׳ אהרן מענדיל טווערסקי שליט״א (בן גיסו כ״ק אדמו״ר מסקווירא)
6)הרה״צ ר׳ נחמן יוסף טווערסקי שליט״א
היות זיין עלטסטער זוהן הרה״צ ר׳ פנחס שלום לעבט שוין נישט האט מען אויפגענומען זיין אייניקל הרה״צ ר׳ יעקב יוסף שליט״א אלץ רבי
אין די בארא פארקע קהילה.
יהי זכרו ברוך. זי״ע
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 3:53 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיין שבת.
דריי הערות:
א' שמעתי פון א סעקלהידע תלמיד אז ער האט למעשה נישט געלערנט אין סעקלהיד, ער האט געוואלט אהינגיין אבער די ישיבה האט זיך דאן פארמאכט.
ב' קיין מאנסי האט ער זיך געצויגן "אנהויב" די זעכציגער יארן, נישט ענדע.
ג' איך הער אז דער אייניקל פון ב"פ ווערט "רבי", נישט בלויז "רב". (למאי נפק"מ? ווייסעך נישט).
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 4:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין ימים איז שטארק פארנומען דא
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=131540Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 5:05 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת-אמת האט געשריבן:שאר בשרי איז געוועהן ביי אסאך צדיקים א טיטל
ס'האט נישט געמיינט שני בשני (-פירסט-קאזין) און אפי' נישט שלישי בשלישי (-סעקנד-קאזין)
ס'האט געמיינט אז פון ערעגערטס וואו האט מען א פאמיליע נאנטקייט ותו לא מידי.
נקודת אמת: דאס קענמען זעהן אויף אלע רעבישע חתונה איינלאדענונגען. אויף א יעדן פון זיי שטייט..."ש"ב, מחותני"...! דער פשט איז, אז רעבעס זענען זיך נאר משדך מיט אנדערע רעבעס. נישט ח"ו, הס מלהזכיר מיט פשוטי עם. מ'קען נישט מחלל זיין די זרע המלוכה...!
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 5:25 pm
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:זייער שיין שבת.
דריי הערות:
א' שמעתי פון א סעקלהידע תלמיד אז ער האט למעשה נישט געלערנט אין סעקלהיד, ער האט געוואלט אהינגיין אבער די ישיבה האט זיך דאן פארמאכט.
ב' קיין מאנסי האט ער זיך געצויגן "אנהויב" די זעכציגער יארן, נישט ענדע.
ג' איך הער אז דער אייניקל פון ב"פ ווערט "רבי", נישט בלויז "רב". (למאי נפק"מ? ווייסעך נישט).
א. קען זיין. איך האב געהערט אז ער האט יא געלערנט דארט.
ב. גערעכט.
ג. גערעכט. טעיתי כהאב געמיינט צושרייבן רבי. איך וועל עס פארעכטן.
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 5:32 pm
דורך berlbalaguleh
ימים ידברו האט געשריבן:יוא איך וויל דיך אזוי לייקען פרעג נאר בערל צו מיין עידזש קען זיך אויס?
ינים ידברו: כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביסט אן אלטער נאר. א זקן ממרא. איינער פון די אלטע בהמות וועלכע זענען געטאנצן און געמאכט לחיים'ס ביי די לויה פון הרב שטיינמאן זצ"ל...!
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 7:06 pm
דורך ביבער
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:קענסט אהערברענגן די בילד פון וואס ער רעדט?
https://m.facebook.com/photo.php?fbid=1 ... &source=48
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 7:14 pm
דורך ביבער
כאב געזעהן אפאר קליפס ווי וויזשניצער חסידים באשרייען פרעמדע צוקוקער וואס האבן גענומען בילדער אויפן גאס ביים באגלייטן. כאב חרטה געהאט אויף נישט זיין ביים לוי'. לאזט מיר וויסן ווען דער נעקסטער לוי' איז איך פאר אהין מיט גאנץ בי ענד עידזש סטאק.
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 9:14 pm
דורך שבת אחים
ביבער האט געשריבן:כאב געזעהן אפאר קליפס ווי וויזשניצער חסידים באשרייען פרעמדע צוקוקער וואס האבן גענומען בילדער אויפן גאס ביים באגלייטן. כאב חרטה געהאט אויף נישט זיין ביים לוי'. לאזט מיר וויסן ווען דער נעקסטער לוי' איז איך פאר אהין מיט גאנץ בי ענד עידזש סטאק.
אדער קענסטו רופן PETA.
סאיז נאר א וויץ. נעם עס נישט ערענסט. פון מיין זייט כאפ וויפל בילדער דו ווילסט...
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 11:22 pm
דורך שבת אחים
די ישראלים האבן דאגות. זיי ווילן וויסן ווי די וויזניצע נגידים גייען יעצט פארטיילן דאס געלט? כאילו ער האט נישט איבערגעלאזט גענוג קינדער און אייניקלעך פארוועם צו געבן...
https://www.kikar.co.il/amp/271158?__tw ... ssion=true