בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 11:21 pm
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: יא. אבער אונז זעמיר דאך עפעס בני מלכים. וואס ווילסטו אז אונזערע קינדער זאללן גיין אין חדר אזוי ווי להבדיל די שקצים און שיקסעס? מיט דזשינס און די געקעסטלטע, גראבע העמעדער...! וחוץ מזה. אויב אונזערע קינדער וואלטן געגאנגען מיט דזשינס אין חדר אריין.וואלטן שוין די היימישע סוחרים געפונען א וועג פון ארויפציען די פרייזן פאר אט די סחורה...!
אן אריינגיין וועגן מיינע קרומע שיטות איבער עדיוקעשן און קליידונג אין דשענערעל וויל איך דיר זאגן אזוי. שכר לימוד אין וויליאמסבורג בארא פארק, איז ביליגער ווי אין פלעטבוש פאר ראקוועי, (די סיבה איז זייער פשוט, ווייל ס'איז בעיסיקלי א בעיביסיטינג. מ'לערנט נישט דארט גארנישט ממשותדיג), נישט דא שטעקט די פראבלעם. די פראבלעם איז אז מ'פראדוצירט קינדער אן קיין חשבון וואו מ'גייט פון דא ווייטער. וכן לענין קליידונג מ'קען גיין נארמאל אנגעטון, מיט דינע העמדער, אן קיין דשינס. אבער פארוואס די צוויי הונדערט דאללער אויפן קאפ? און פארוואס צען?!?!
כ'דערמאן זיך יעצט. אפאר יאר צוריק ווען איך בין געווען ביים רבי'ן אויף ראש השנה, איך בין געשטאנען ביים טיש אויף די פארענטשעס און איך קוק מיך אזוי ארום אויפ'ן געפאקן עולם. אינמיטן גיב איך מיר א כאפ, לאמיר זאגן אז ס'דא דא ביים טיש צוויי טויזענט שטריימלעך - ס'מסתמא דא מער. און אן עווערידש שטריימל קאסט צוויי טויזענט דאללער - מסתמא מער.שטעל זיך פאר ווען אנשטאט אויסגעבן די געלט אויף א נארישע שוואנץ וואלט יעדער געגעבן די געלט פאר'ן רבי'ס מוסדות. ווייסט וואס מ'קען אלץ טון מיט פיר מילליאן דאללער? און דאס איז נאר איין קלייניקייט, שטעל זיך נאר פאר ווען אונז געבן ווען אויף אלע אנדערע שטותים, אונז וואלטן דאך געווען די ריייכסטע קאמיוניטי אויפ'ן כדור הארץ!!!
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 8:52 am
דורך שמערל
לויט די צענזוס פארדינען היינט ווייסע פאמיליעס אין ברוקלין בערך זיבעציג טויזנט דאללאר א יאר, כ'מיין אז דאס איז מער ווי אונזער עווערעזש, און די נאמבער נעמט שוין אונז אויך אריין אינעם חשבון, וואס מיינט אז אלגעמיינע ווייסע אויב רעכנט מען נישט אריין קיין חרידישע אידן פארדינען היבש מער.
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 9:39 am
דורך רביה''ק זי''ע
שמערל האט געשריבן:לויט די צענזוס פארדינען היינט ווייסע פאמיליעס אין ברוקלין בערך זיבעציג טויזנט דאללאר א יאר, כ'מיין אז דאס איז מער ווי אונזער עווערעזש, און די נאמבער נעמט שוין אונז אויך אריין אינעם חשבון, וואס מיינט אז אלגעמיינע ווייסע אויב רעכנט מען נישט אריין קיין חרידישע אידן פארדינען היבש מער.
געדענק נאר אז א פאמיליע מיינט די מאן מיט די ווייב צוזאמען. וואס מיין קאלקיולעיטער זאגט אז ס'קומט אויס פינף-און-דרייסיג איטליכן.
Re: מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 10:24 am
דורך אונטער חכם
איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס איז מער ווי אונזער עוורידזש.
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:16 pm
דורך יעקב מענטש
אישתישבי האט געשריבן:בכלל דער טענה אז א גוי פארדינט נישט מער איז ליידיגע שטריק.
דער שאלה איז נישט וויפיל מער א גוי פארדינט, די שאלה איז וויפיל מער קען איך פארדינען מיט א בעסערע ענגליש, און דער תירוץ איז, אסאך אסאך מער.
really??
קען פליס ליטוואק קאנפוירמען צו די מצב ביי די ליטאים איז טאקע גאלד? אדער כאטש
אסאך אסאך בעסער פון די חסידים?
אינטערסאנט, איך דיעל מיט עטליכע פלעטבושע אינגעלייט וואס רעדן
נאר ענליש, און ווי ווייט איך ווייס מאכן זיי נישט מער פון מיר וויליאמסבורגער, און זיכער נישט מער פון זייער וויזניצער בעל הבית...
סאיז צייט זיך אויפצווועקן פון דעם זיסן חלום, אז לערנען דעם עולם גייט מאכן א גרויסע חילוק אויף די דורכשניטליכע באטטאם ליין פונעם חרידישן ציבור.
Re: מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 6:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא אזויפיהל פרטים, אזש מ׳קען גארנישט ברענגען קיין ראיות.
א. איך האב געליינט דער מאמענט איבער יו"ט, און געזען אז עסקנים פראבירען צו נידערען די פרייז פון חתונה מאכען אויף פופציג אלפים א צד! דאס איז אין לעיקוואד נישט דא. די מעבל איז נישט ווי ביי ענק, די צירונג, די מתנות, אלסדינג איז פיהל ביליגער. די מיידלעך גייען ביליגערע קליידער, די הוטען קאסטען ווייניגער, און איבערהויפט די רענט איז ביליגער. איך דינג א הויז מיט דריי שלאף צימערען און א חתיכת קרקע ארום פאר 1050 א חודש. קענסט בכלל נישט צושטעלען צו ברוקלין.
ב. דער ליטווישע עולם איז פיהל ווייניגער טיכטיג ווי חסידים, עכ"פ אזוי הייסט עס. עס איז דא ווייניגער ענטרעפענורשיפ.
ג. דער עולם גייט געווענדליך ארבעטען שפעטער, אנהייבענדיג ביי די 27.
ד. עפ"י רוב, ארבעטען די ווייבער. דאס איז א דאפעלטע פארדינסט. ערשטנס אז עס ברענגט מער געלט. צווייטענס אז זי ווייסט דער ווערד פון א דאללאר. א פרוי איז פיהל שנעלער זיך צו פיהרען שפארזאם, ווען זי ווייסט וויפיהל מ׳ארבעט דאס צו פארדינען. ועוד, אז זי האט ווייניגער צייט צו פאטשקען מיט קויפען און ריטירנס.
דאס איז יא, אז קענען ענגליש העלפט ארויס די שוואכע עלעמענט צו טרעפען נארמאלערע דזשאבס. די וואס זענען נישט אזוי קלוג, קענען כאטש ארבעטען ווי א גוי, עפעס וואס עגזיסטירט ווייניגער ביי אידיש רעדנערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 11:02 pm
דורך yatzmachp
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:.
דאס איז יא, אז קענען ענגליש העלפט ארויס די שוואכע עלעמענט צו טרעפען נארמאלערע דזשאבס. די וואס זענען נישט אזוי קלוג, קענען כאטש ארבעטען ווי א גוי, עפעס וואס עגזיסטירט ווייניגער ביי אידיש רעדנערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זיי ביטע מסביר און געב משלים.
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 11:57 pm
דורך שמעון וואלף
די טאפיק איז שוין אזויפיל מאל אויסגעשמועסט געווארן. איך טענה אבער אז צו לערנען לימודי חול מיט בחורים וועט נישט ארבעטן. קודם ווייל דאס וועט פארשטייט זיך זיין אין די נאכמיטאג אדער נאכט שעות ווען די קאפ איז שוין אפגעדינט און די בחורים זענען הייפער. צווייטענס, בחורים באנעמען נישט די ערענסטקייט און וויכטיגקייט דערפון און ס'וועט זיין א דורכפאל פון די ערשטע מינוט.
דאס אבער יא. געוויסע האבן ערווענט א גאר גוטע געדאנק און איך האלט אז דאס וואלט מען געדארפט אימפלאמענטן. נעמליך, די ישיבות און כוללים וואס באקומען קאלעזש פראגרעמס זאלן צושטעלן קורסעס פאר חתנים און יונגעלייט, אריינגערעכענט כולל יונגעלייט, זיך אויסצולערנען ביזנעס בעיסיקס.
אסאך ישיבות לאזן נישט חתנים צוריקקומען אין ישיבה ווייל זייער קאפ ליגט נישט אין די גמרא. אזוי אויך זענען דא אסאך כולל יונגעלייט וואס זענען דארט פשוט צו שטיפן די טאג און די ראש הכולל וויל זיי ארויסזעהן פון דארט. פארוואס זאלן זיי נישט האבן א פלאץ ווי צו זיין און עפעס אויפטון? געלט איז נישט קיין פראבלעם, די גאווערמענט גיט דאך מיט א ברייטקייט. נאך מער, ס'קען הייסן "כולל" און מ'וועט לערנען לימודי קודש 2-3 שעה א טאג, און די אנדערע העלפט טאג וועט זיין לימודי חול. אסאך חתנים וואלטן זיך מחיה געווען דערמיט פילענדיג אז מ'טיט עפעס אויף מיט די צייט און די זעלבע מיט יונגעלייט וואס האלטן נאכנישט ביים גיין ארבעטן.
ס'זענען דא אסאך חסידישע אקאונטענטס, לאיערס, ארקיטעקטס, און אנדערע פראפעשינאלס וואס האבן זיך אלעס אויסגעלערנט נאך די חתונה. אונזער פראבלעם איז אז ביז די טאג וואס מ'איז מחליט אז מ'גייט ארבעטן, טראכט מען נישט דערפון און מ'גרייט זיך נישט. און ווען מ'מאכט די החלטה איז שוין געווענדליך צו שפעט זיך צו גיין לערנען ווייל דעמאלטס איז מען שוין געדריקט און מ'מוז אהיימברענגן די פעיטשעק. די קורסעס וואס איך שלאג פאר וועלן עפענען די קאפ פאר די יונגעלייט אין עולם המסחר זיי זאלן פשוט וויסן פון די אפערטוניטיס וואס עקזיסטירן און וועם ס'ציעט וועט גיין צו די נעקסט לעוועל און זיך לערנען אמר פראפעשן און ווער נישט וועט כאטש קענען שרייבן אויף זיין רעזומעי אז ער האט די בעיסיקס וואס פעלט זיך אויס פאר א גוטע ארבעטער.
Re: מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 7:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
yatzmachp האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:.
דאס איז יא, אז קענען ענגליש העלפט ארויס די שוואכע עלעמענט צו טרעפען נארמאלערע דזשאבס. די וואס זענען נישט אזוי קלוג, קענען כאטש ארבעטען ווי א גוי, עפעס וואס עגזיסטירט ווייניגער ביי אידיש רעדנערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זיי ביטע מסביר און געב משלים.
א מענטש מיט א שוואכע שכל, וואס קען ער טוהן? וויאזוי קען ער ארבעטען? ער קען וועלגערען אין מצה בעקעריי, אדער זיין א קאשיער אין א גראסערי, דזשאבס וואס אידיש איז גענוג. נאר די אלע דזשאבס פארלאזען זיך אויף קמחא דפסחא, ווארום דער ארבעטער דעקט די חודש נאר צוזאמען מיט צדקה געלט.
ווען ער קען ענגליש, קען ער גייען ארבעטען אין פעטהמארק מיט אלע בענעפיטען, אדער סיי וואו. דעמאלס וועלען די אידישע ארבעטס געבער מוזען זיך קאנקורירען מיט די דזשאבס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 8:22 am
דורך איך אויך
איך האב אביסל מיטגעהאלטן דאס יאר פאר פסח אין א מצה בעקעריי, העפפענס טו בי אז די פראפעסיאנאלע ארבייטערס לאזן זיך גאר פיין באצאלן. לדוגמה דער גומר האט פארלאנגט $180 א שעה! וכן השיבער נישט קיין סאך ווייניגער. איך וואלט געזאגט עס איז פון די סאמע העכסטע באצאלטע דשאבס בכל כדור העולם אינעם היימישן עקענאמיע.
Re: מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 8:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געזאגט וועלגערען פאר א סבה. שיבער איז אי א מעשה אומן, אי א מסוכנ׳דיגע דזשאב. א גומר איז אויך א מעשה אומן. א וועלגערער איז א קאנקוראנט פון רוסישע פרויען און בית רחל צעפ טראגערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 12:13 pm
דורך yatzmachp
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:yatzmachp האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:.
דאס איז יא, אז קענען ענגליש העלפט ארויס די שוואכע עלעמענט צו טרעפען נארמאלערע דזשאבס. די וואס זענען נישט אזוי קלוג, קענען כאטש ארבעטען ווי א גוי, עפעס וואס עגזיסטירט ווייניגער ביי אידיש רעדנערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זיי ביטע מסביר און געב משלים.
א מענטש מיט א שוואכע שכל, וואס קען ער טוהן? וויאזוי קען ער ארבעטען? ער קען וועלגערען אין מצה בעקעריי, אדער זיין א קאשיער אין א גראסערי, דזשאבס וואס אידיש איז גענוג. נאר די אלע דזשאבס פארלאזען זיך אויף קמחא דפסחא, ווארום דער ארבעטער דעקט די חודש נאר צוזאמען מיט צדקה געלט.
ווען ער קען ענגליש, קען ער גייען ארבעטען אין פעטהמארק מיט אלע בענעפיטען, אדער סיי וואו. דעמאלס וועלען די אידישע ארבעטס געבער מוזען זיך קאנקורירען מיט די דזשאבס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מען זעהט אז דו האסט נאך נישט גערעדט צו איינעם וואס ארבעט ביי פעטהמארק. טוה כאטש א גוגל זוך.
How much does Pathmark in the United States pay?
Average Pathmark hourly pay ranges from approximately $8.54 per hour for Store Clerk to $51.64 per hour for Pharmacist. The average Pathmark salary ranges from approximately $16,295 per year for Customer Service Associate / Cashier to $101,476 per year for Staff Pharmacist.
https://www.indeed.com/cmp/Pathmark/salaries
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 12:15 pm
דורך yatzmachp
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געזאגט וועלגערען פאר א סבה. שיבער איז אי א מעשה אומן, אי א מסוכנ׳דיגע דזשאב. א גומר איז אויך א מעשה אומן. א וועלגערער איז א קאנקוראנט פון רוסישע פרויען און בית רחל צעפ טראגערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדרבה, לאז אונז הערן ווי פיל מען צאלט? איך ווייס פאר א פאקט אז מען צאלט ווייניגסטנס 12 פאר א שעה פלאס בעיביסיטינג. מער ווי פעטהמארק.
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 1:18 pm
דורך יעקב מענטש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא אזויפיהל פרטים, אזש מ׳קען גארנישט ברענגען קיין ראיות.
א. איך האב געליינט דער מאמענט איבער יו"ט, און געזען אז עסקנים פראבירען צו נידערען די פרייז פון חתונה מאכען אויף פופציג אלפים א צד! דאס איז אין לעיקוואד נישט דא. די מעבל איז נישט ווי ביי ענק, די צירונג, די מתנות, אלסדינג איז פיהל ביליגער. די מיידלעך גייען ביליגערע קליידער, די הוטען קאסטען ווייניגער, און איבערהויפט די רענט איז ביליגער. איך דינג א הויז מיט דריי שלאף צימערען און א חתיכת קרקע ארום פאר 1050 א חודש. קענסט בכלל נישט צושטעלען צו ברוקלין.
ב. דער ליטווישע עולם איז פיהל ווייניגער טיכטיג ווי חסידים, עכ"פ אזוי הייסט עס. עס איז דא ווייניגער ענטרעפענורשיפ.
ג. דער עולם גייט געווענדליך ארבעטען שפעטער, אנהייבענדיג ביי די 27.
ד. עפ"י רוב, ארבעטען די ווייבער. דאס איז א דאפעלטע פארדינסט. ערשטנס אז עס ברענגט מער געלט. צווייטענס אז זי ווייסט דער ווערד פון א דאללאר. א פרוי איז פיהל שנעלער זיך צו פיהרען שפארזאם, ווען זי ווייסט וויפיהל מ׳ארבעט דאס צו פארדינען. ועוד, אז זי האט ווייניגער צייט צו פאטשקען מיט קויפען און ריטירנס.
דאס איז יא, אז קענען ענגליש העלפט ארויס די שוואכע עלעמענט צו טרעפען נארמאלערע דזשאבס. די וואס זענען נישט אזוי קלוג, קענען כאטש ארבעטען ווי א גוי, עפעס וואס עגזיסטירט ווייניגער ביי אידיש רעדנערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א דאנק פאר דיין תגובה.
איך עגרי מיט דיר מיט כמעט אלעם (חוץ פון די לעצטע שורה בשייכות מיט ענגליש, קוק וויפיל די נידעריגע קלאס גוים פארדינען אין די לאקאלע געשעפטן), און הלואי זאל מען רידיירעקטן די עפארט וואס מ'לייגט אריין אין טוישן די לימודים צו טוישן אונזערע ספענדינג העביטס, מ'וואלט פיל מער אידן געראטעוועט פון פינאנציעלע צרות.
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 1:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:הלואי זאל מען רידיירעקטן די עפארט וואס מ'לייגט אריין אין טוישן די לימודים צו טוישן אונזערע ספענדינג העביטס, מ'וואלט פיל מער אידן געראטעוועט פון פינאנציעלע צרות.
ענדליך רעדט דא איינער צום זאך.
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 1:38 pm
דורך ליפא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:הלואי זאל מען רידיירעקטן די עפארט וואס מ'לייגט אריין אין טוישן די לימודים צו טוישן אונזערע ספענדינג העביטס, מ'וואלט פיל מער אידן געראטעוועט פון פינאנציעלע צרות.
ענדליך רעדט דא איינער צום זאך.
נישט ממש אינגאנצן גערעכט. א איד אפילו אן עקסטער ספענדן קאסט עם דאס לעבן יערליך מיט שווערע טויזענטערס מער פונעם average גוי.
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 1:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליפא האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:הלואי זאל מען רידיירעקטן די עפארט וואס מ'לייגט אריין אין טוישן די לימודים צו טוישן אונזערע ספענדינג העביטס, מ'וואלט פיל מער אידן געראטעוועט פון פינאנציעלע צרות.
ענדליך רעדט דא איינער צום זאך.
נישט ממש אינגאנצן גערעכט. א איד אפילו אן עקסטער ספענדן קאסט עם דאס לעבן יערליך מיט שווערע טויזענטערס מער פונעם average גוי.
כ'מיין אז דיין הגדרה אויף עקסטער ספענדן איז אנדערש ווי מיינער.
Re: מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 3:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער דאללאר איז עפעס. ווען מ׳קען אויפהערען קויפען מעבעל פאר יעדער נייעם פארל, נאר א פאר בעטען פאר פינף הונדרעט דאללאר און א פשוט׳ער טיש מיט צוויי בענקלעך, האט מען זיך איינגעשפארט געזונטע געלט. דארט אין מאמענט איז געשטאנען אז מ׳גיבט אויס פופצען אלפים פאר א דיינינג רום סעט. איז דאס אמת? איך שטיי פופצען יאר נאך די חתונה און איך האב נישט קיין דיינינג רום סעט און עס פעלט מיר גארנישט ב"ה.
אויסרייסען די מגילה קויפאכץ פאר טאטערס וואס פרעגען נאך מאין באתי, אבער דארפען אן אייגענעם מגילה איז נאך א פארדינס פון א טויזענטער פער טשיילד.
אויסרייסען די שווערע טויזענטער וואס מ׳גיבט אויס יערליך פאר׳ן גייען אין קאנטרי.
אויסרייסען די דריי טויזענט דאללאר א חודש רענט, און אויפטוישען פאר איין טויזענט אין א ביליגערע שטאט איז נאך א תועלת, ווען מ׳קען דארט טרעפען ארבעט (וואס דאס מיינט רעדען די שפראך וואס די ארטיגער איינוואוינער רעדען).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 6:00 pm
דורך יעקב מענטש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעדער דאללאר איז עפעס. ווען מ׳קען אויפהערען קויפען מעבעל פאר יעדער נייעם פארל, נאר א פאר בעטען פאר פינף הונדרעט דאללאר און א פשוט׳ער טיש מיט צוויי בענקלעך, האט מען זיך איינגעשפארט געזונטע געלט. דארט אין מאמענט איז געשטאנען אז מ׳גיבט אויס פופצען אלפים פאר א דיינינג רום סעט. איז דאס אמת? איך שטיי פופצען יאר נאך די חתונה און איך האב נישט קיין דיינינג רום סעט און עס פעלט מיר גארנישט ב"ה.
אויסרייסען די מגילה קויפאכץ פאר טאטערס וואס פרעגען נאך מאין באתי, אבער דארפען אן אייגענעם מגילה איז נאך א פארדינס פון א טויזענטער פער טשיילד.
אויסרייסען די שווערע טויזענטער וואס מ׳גיבט אויס יערליך פאר׳ן גייען אין קאנטרי.
אויסרייסען די דריי טויזענט דאללאר א חודש רענט, און אויפטוישען פאר איין טויזענט אין א ביליגערע שטאט איז נאך א תועלת, ווען מ׳קען דארט טרעפען ארבעט (וואס דאס מיינט רעדען די שפראך וואס די ארטיגער איינוואוינער רעדען).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הלואי איך קען געבן מער ווי איין לייק!
איין זאך זעה איך נישט אין דיין תגובה.
די הוצאות פאר בגדי נשים פאר א חתונה/כלה/בר מצוה. די פרוי/טאכטער וואס טראגט נישט דעם עול פון דעקן דעם באדזשעט, ווייסט נישט/וויל נישט וויסן פון אזא זאך וואס מיינט אז מ'ספענדט נאר וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, נישט לויט וואס מ'וויל.
דאס אליינס וואלט פארשפארט א הויפן אומבארעכטיגטע קאפוויי.
Re: מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 6:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז גראדע ביי ליטווישע עטוואס אויך. מ׳האט איינגעפיהרט עפעס א מאדנע מנהג דאהי אין אמעריקא, אז ביי א חתונה גייט מען א געוויסע קלייד וואס מ׳גייט נישט ביי אן אנדערע געלעגענהייט. דאס הייסט א גאו"ן. אלע שוועסטערס און מומעס און שוועסטער קינדער מוזען גייען די קלייד, און די מחותנת׳טעס מוזען אויסשמועסען די קאלירען כדי אלס זאל קלאפען. די קליידער קען מען דינגען, מ׳דארף עס נישט קויפען, אבער פאר א גוט יאר, וואס פעלט עס אויס? גיי א נארמאלע שבת קלייד, וואס מ׳קען ווייטער נוצען אויף אנדערע געלעגענהייטען.
איך האף אז ווען מיין צייט קומט חתונה מאכען, וועל איך נישט מוזען זיך צושטעלען צו דער מנהג אמעריקא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 8:47 pm
דורך אישתישבי
דער שמועס פארט פין פארדינען געלט צו שפארען געלט. ווי ויכטיג דער מדובר איז, האט עס נישט מיט פארדינען.
און צו יעקבמענטש
די האלסט אין איין איבערגעקייען דער טעות, פין מדמה זיין גברא לגברא, די קענסט נישט ענגליש, און די פארדינסט מער פין דער פלעטבושער וואס קען נאר ענגליש.
אוודאי, עס וועט אייביג זיין דביקים און פארדינערס, אבער נעם דיר אליין פאר א משל, די וואלסט פארדינט מער און גרינגער ווען די קענסט א פערפעקט ענגליש, און די פארשטייסט בעסער צו דיין פאך, נישט קיין חילוק כמעט וועלכע פאך, אפילו ווען די ביסט א קאר סערוויס דרייווער.
זיי נישט מדמה גברא לגברא.
בכלל זעה איך אויף טוויטער ווי זיי פראבירן צו ברענגען א ראי' פין איזי ענגלענדער, וואס האט געלערנט אלץ אינגעל אין באבוב.
וואס ווי באקאנט האט מען דעמאלס אין באבוב געלערנט העווי ענגליש, און ער איז ארויס און געגאנגען אין א עמטליכע היי סקול און אפשר אפילו קאלעדזש.
מען זעהט אז די וואס פארענטפערן די חינוך, וועלען זיין גרייט צו זאגען כל מיני שקרים פאר דעם.
און דאס איז א עוון בל יכופר, נישטא קיין תירוץ צו זייער עצלות און די פאר אידיאטען וואס איז געלונגען פאר די יושבי חושך זיי זאלען שרייבען בריוו וכו'.
נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אישתישבי האט געשריבן:דער שמועס פארט פין פארדינען געלט צו שפארען געלט. ווי ויכטיג דער מדובר איז, האט עס נישט מיט פארדינען.
ס''האט שוין איינמאל. כ'על איבערזאגן נאכאמאל. א דורכשניטליכע מענטש, קען נישט עפארדן די חסידישע לייף סטייל. אויב ווילסטו קענען לעבן מיט הרחבת הדעת, וועסטו סייווי מוזן אויפגעבן דיין משוגענע לייף סטייל. איז פארוואס איבערדרייען א וועלט פאר גארנישט און פארנישט? אז מ'קען און מ'דארף סייווי גיין גראד, פארוואס גיין קרום??? אז דו האסט א צובראכענע בריק וואו מענטשן פאלן אראפ און צוברעכן זיך אלע ביינער, גייסטו בויען א שפיטאל אויפ'ן פלאץ, אדער דו גייסט פארעכטן די בריק???
נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2018 12:10 am
דורך שלום על ישראל
יעקב מענטש האט געשריבן:איך עגרי מיט דיר מיט כמעט אלעם (חוץ פון די לעצטע שורה בשייכות מיט ענגליש, קוק וויפיל די נידעריגע קלאס גוים פארדינען אין די לאקאלע געשעפטן), און הלואי זאל מען רידיירעקטן די עפארט וואס מ'לייגט אריין אין טוישן די לימודים צו טוישן אונזערע ספענדינג העביטס, מ'וואלט פיל מער אידן געראטעוועט פון פינאנציעלע צרות.
דאס איז שוין אן אלטע דעבאטע, צו עס איז וויכטיגער צו שננידן עקספענסעס, אסער העכערן אינקאם. (אוודאי איז ביידע בעסער פארן טייסטער; די פראגע איז אויף וועלכע פארלייגט מען מער.)
די מעשה איז אבער, אז די צורידערטקייט מיט וואס אונזער סאסייעטי שפענדט אוועק איז געבויעט אויף א געוויסע פארמאכטקייט און אויסגעשלאסנקייט (לייען אייסאלעשאן און איגנארענס), וואס א נארמאלערע חינות גשמי וואלט שטארק געהאלפן.
נאר צו געבן א ביישפיל: א באקוועמערע ענגליש, וואלט געמיינט א באקוועמערע ארויסוואנדערונג פון די געטא, וואס וואלט אוטאמאטיש געמיינט ווייניגער הוצאות. אמת אז נישט דאס איז דער הויפט אפהאלט, אבער עס איז א טייל פון די שרעק וואס דער עולם האט פון ארויסגיין אויף די וועלט. נישט נאר וואס אינדרויסן פון די געטא זענען זאכען מער אפארדעבאל, נאר דארט פעלט שוין נישט אזוי אויס צו נאכמאכען די "וועלט" (...) יעדע טריט.
חינוך אליינס וועט נישט פאררעכטן די פראבלעם, ווייל עס פארלאנג ווידערווילן, אבער איגנאראנץ פיטערט היפש די פראבלעם.