קל וחומר האט געשריבן:מעניין לעניין.
ס'באדערט מיך שוין לאנג דעם איסור פון רעדן לשון הרע.
ווי באקאנט טאמער איז דא א תועלת אינעם לשון הרע איז נישט אסור.
לשון הרע איז לכאורה די שטארקסטע זאך וואס האלט מענטשן אין די ראמען. (עכ"פ בזמה"ז שבטלה בי"ד ועונשים).
שטעלט אייך פאר א וועלט וואו קיינער רעדט נישט קיין לשון הרע, וויפול אידן וואלטן מזנה געווען, וויפול שלעכטס וואלטן מענטשן געטוהן וויסענדיג אז ס'נישט פארהאן קיינע קאנסעקווענצן.
לשון הרע איז דער יסוד צו מורא בשר ודם.
לפי"ז אין לך תועלת גדולה מזו.
זאג, די ביזט ביי די קלארע געדאנקן?