בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2018 3:15 pm
דורך קאך_לעפל
קל וחומר האט געשריבן:מעניין לעניין.

ס'באדערט מיך שוין לאנג דעם איסור פון רעדן לשון הרע.
ווי באקאנט טאמער איז דא א תועלת אינעם לשון הרע איז נישט אסור.

לשון הרע איז לכאורה די שטארקסטע זאך וואס האלט מענטשן אין די ראמען. (עכ"פ בזמה"ז שבטלה בי"ד ועונשים).
שטעלט אייך פאר א וועלט וואו קיינער רעדט נישט קיין לשון הרע, וויפול אידן וואלטן מזנה געווען, וויפול שלעכטס וואלטן מענטשן געטוהן וויסענדיג אז ס'נישט פארהאן קיינע קאנסעקווענצן.

לשון הרע איז דער יסוד צו מורא בשר ודם.
לפי"ז אין לך תועלת גדולה מזו.


זאג, די ביזט ביי די קלארע געדאנקן?

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2018 3:36 pm
דורך נקודת-אמת
וזהו [tag]קל וחומר[/tag] שאין עליו תשובה...
:lol: :lol:

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2018 5:05 pm
דורך טאמבל סאס
מ'קען זאגן אז ס'מיינט נישט ממש צרעת. נאר מענטשן וואס זענען פארנומען ארומטראגן לשון הרע און רכילות ווערן פארמיאוסט אין די אויגן פון אנדערע מענטשן. ווי אויך ווערן זיי פארמיאוסט אין די אייגענע אויגן צוליב וואס נאכן זיך אנקענען מיט אזויפיל שמוץ וואס מענטשן טוען איז עס מוריד מעלת האדם כידוע.

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2018 5:12 pm
דורך טאמבל סאס
ועוד קען מען זאגן. די פרוצים וואס ליגן אין זנות זענען מסתמא אויך שטענדיג פארנומען מיט זייער אויסזע דערפאר אזא איינער אפילו ער איז נישט מנוגע איז ער אויך מנוגע צוליב וואס יעדע קרעצל און עקני פימפל לייגט אים אריין אין א דעפרעסיע. במילא זענען די צוויי גארנישט אזעלכע פרעמדע נושאים.

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2018 5:21 pm
דורך לחיים ולברכה
קל וחומר האט געשריבן:מעניין לעניין.

ס'באדערט מיך שוין לאנג דעם איסור פון רעדן לשון הרע.
ווי באקאנט טאמער איז דא א תועלת אינעם לשון הרע איז נישט אסור.

דאן איז עס גאר א מצוה עיין בחפץ חיים