בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2018 7:03 am
דורך תורה ומדע
פון עקספיריענס מיטן כלל קען איך זאגען בפה מלא אז איינער וואס לעבט אויף א מינמימאלער באדזעט טראכט גוט אריין איידער ער איז מוסיף אינם ״לשבת יצרה״. אבער איך בין מסכים מיט אייך אז דאס עיקר פראבלעם איז אויף די זייט פון איבערגעטריבענע הוצאות. נו, אומר ועושה לאזן מיר מאכען א ליסטע פון גרויסע הוצאות וועלכער זענען איבריג. רבותי אויב טוען מיר נישט למעשה יעצט וועט ניט טויגען!

Re: דאס חרידישע סאציועקאנאמיק קריזיס- poll

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2018 8:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הושענות און מחצית השקל זענען נישט די נושא. מ׳דארף אויך נעמען אין באטראכט אז די אינדוסטריע לעבט פון איבערגעטריבענע הוצאות. ווען מיר וואלטען אויפגעהערט צו גייען אין קאנטרי, וואלטען א שיינע פאר בעלי פרנסה און זאגאר גבירים געדארפט זיך נעמען שנאררען צו מאכען שבת. און אזוי אויך ביים גרויסע שמחות, טייערע קליידער און מעבעל ועוד. די פארקויפערס זענען אויך היימישע אידען וואס וואוינען צווישען אונז און זענען די זעלבע זארג אונזערע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2018 12:39 pm
דורך Chuchem
לכאורה איינער וואס האט נישט צוויי פון די זיבען דארף די מצב זיין בעסער.

אבער מען דארף צולייגען אן אפּציע אז ס׳איז צוליב נישט לערנען פּשוטע Budgeting Skills.

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2018 12:43 pm
דורך Chuchem
ווען מען לערנט ווען אויס How to live within your means
וואלט געווען לייכטער צו טוישן די קולטור

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2018 1:52 pm
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הושענות און מחצית השקל זענען נישט די נושא. מ׳דארף אויך נעמען אין באטראכט אז די אינדוסטריע לעבט פון איבערגעטריבענע הוצאות. ווען מיר וואלטען אויפגעהערט צו גייען אין קאנטרי, וואלטען א שיינע פאר בעלי פרנסה און זאגאר גבירים געדארפט זיך נעמען שנאררען צו מאכען שבת. און אזוי אויך ביים גרויסע שמחות, טייערע קליידער און מעבעל ועוד. די פארקויפערס זענען אויך היימישע אידען וואס וואוינען צווישען אונז און זענען די זעלבע זארג אונזערע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אמת א גרויסע פראצענט פונעם חרדישן עקאנאמיע לעבט פון די איבערגעטריבענע הוצאות. אבער אויב עדוקעישאן וועט זיך פארבעסערען וועלען זיין מער פראפעסיאנעליער ארבייטער און ממילא וויניגער צורך פון לוקסוס ביזנעסער ווי רעסטאראנטען, טייערע מעביל און קיטשענס, מתנות און זילבערוואג, וכדו

Re: דאס חרידישע סאציועקאנאמיק קריזיס- poll

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2018 1:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס האב איך געמיינט צו זאגען. די אלע וואס טענה׳ן אז מ׳דארף נאר רעדוצירען די הוצאות, און דאס איז גענוג, נעמען נישט אריין אין חשבון די צווייטע טריט וואס קומט נאך דעם. נעמליך אז אסאך ביזנעסערע וועלען זיך מוזען פארמאכען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2018 6:04 pm
דורך יעקב מענטש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס האב איך געמיינט צו זאגען. די אלע וואס טענה׳ן אז מ׳דארף נאר רעדוצירען די הוצאות, און דאס איז גענוג, נעמען נישט אריין אין חשבון די צווייטע טריט וואס קומט נאך דעם. נעמליך אז אסאך ביזנעסערע וועלען זיך מוזען פארמאכען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך ווייס נישט צו ממש פארמאכן אדער ענדערש רעדוצירן, בכל אופן וועט דאס זיין א נעט פאזיטיוו אפעקט אויף די קאמיוניטי בכלליות.

תורה ומדע האט געשריבן:פון עקספיריענס מיטן כלל קען איך זאגען בפה מלא אז איינער וואס לעבט אויף א מינמימאלער באדזעט טראכט גוט אריין איידער ער איז מוסיף אינם ״לשבת יצרה״. אבער איך בין מסכים מיט אייך אז דאס עיקר פראבלעם איז אויף די זייט פון איבערגעטריבענע הוצאות. נו, אומר ועושה לאזן מיר מאכען א ליסטע פון גרויסע הוצאות וועלכער זענען איבריג. רבותי אויב טוען מיר נישט למעשה יעצט וועט ניט טויגען!

זיך שוין לאנג געוואונדערט צו א דאגה פון געלט איז א לעגיטימע סיבה צו באגרעניצן דעם לשבת יצרה, ווייסט איינער?
מ'רעדט דאך נישט פון קיין שנת בצורת.

איך פרעג נישט יעדן זיינע פערזענליכע החלטות, אבער אויף וויפיל איך קוק מיך ארום, קוקט נישט אויס אז דייקא די מיט אויסגערעכענטע בודזשעטן טוען פעולות אין דעם ריכטונג.

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2018 7:21 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:זיך שוין לאנג געוואונדערט צו א דאגה פון געלט איז א לעגיטימע סיבה צו באגרעניצן דעם לשבת יצרה, ווייסט איינער?
מ'רעדט דאך נישט פון קיין שנת בצורת.
על פי הלכה דארף מען נישט בארגן קיין געלט צו מקיים זיין א מצוה

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 5:33 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:זיך שוין לאנג געוואונדערט צו א דאגה פון געלט איז א לעגיטימע סיבה צו באגרעניצן דעם לשבת יצרה, ווייסט איינער?
מ'רעדט דאך נישט פון קיין שנת בצורת.
על פי הלכה דארף מען נישט בארגן קיין געלט צו מקיים זיין א מצוה

איך פארשטיי נישט וואס דו שריבסט.

אויב א ארבעטער ביי בי ענד עידזש וואס האט שוין 6 קינדער, און ער זעהט נישט וויאזוי ער גייט קענען אויסהאלטן נאך א קינד לויט די פראספעקטס פון א מענטש אין זיין פאזיציע, איז עס א היתר צו נעמען די נויטיגע מיטלען? אדער איז געלט בכלל נישט אין די equation ווען מ'זוכט א היתר?

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 7:37 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לשיטתך אז מ'דארף א היתר אויף דעם, איז דאס זייער א גוטע היתר.