שמעתי! פון א בחור אין שיעור ד' אז נעכטען דינסטאג פר' אמור ערב לג בעומר,שבועות , כ' סיון, ביי די תהילים שיעור, ווי מען האט היסטאריש פאר צוויי חדשים כעמאלגען דעם ריזיגען סאטמארען צוזאמקים אויף אדער ה' אייר און אדער כ' סיון, איז געווען א אפדעיט הנוגע לכ' סיון הבא עלינו לטובה פון די קאמאנדיר און טשיף, זאגענדיג בערך אזוי, נאכען זאגען טיפזיניגע פשטים אין תהילים און דברי מוסר האט די רבי געזאגט אזא בערך, יעדר ווייסט אז איך בין עוסק צוזאמנעמען אלע תלמידים פון פעטער זי"ע צו א גרויסע כינוס הסברה א קעגין די רעיון הציוני, סיודע אז דער פעטער ז"ל האט געהאלטען אז ביי יעדען מחאה דארף מען רעדען פון די אריגענעל פראבלעם הקמת המדינה והמסתעף, איך האב מכבד געווען א רב צו זיין א דרשן ביי אט דער כינוס, דער רב האט גשטעלט א תנאי אז ער וויל יא רעדען פון די גזירות גיוס, וואס דאס איז נישט די סיבה פון די כינוס נאר די עצם הקמת המדינה נישט קיין זייטיגע געסעל, לאמיך אייך פרעגען א איד וואס האלט אז סנישטא א גזירה גיוס, קען נישט מוחה זיין אויף עצם קיום המדינה? למשל א פאר יאר צוריק איז געווען א רעש איבער א בית הקברות אין בית שמש, זה בכה וזה בכה, אז איך האלט אז סנישטא דארט קיין ביינער האלט איך שוין אז די מדינה איז גיט? וואס האט איינס מיט די אנדערע? ליידער ליידער די פירוד לבבות פוןן די תלמידים פון פעטער איז גורם מען זאל זיך נישט קענען צוזאמקימען אלע איניינעם, ליידער, ביים ענדיגען די דרשה האט די הויז בחור שנעל פארכאפט אלע טעיפרעקאדערס און וישתוקו קיינער ווייסט נישט פון די דרשה! גזירת השתקה בתפארתה! יעצט אזוי לדעתי קען מען מאכען דריי פאלען פון דרשות פון בעל מטה אהרן וזהו בס"ד א' געזאגטע דרשות וואס יעדער ווייסט, ב' נישט געזאגטע דרשות, ווי חול המועד פסח נ"ט וכו' ג' געזאגטע און קיינער ווייסט נישט, ווי די פלניא גזלן הוא, אדער א"ק ימ"ש אדער יעצט, ווער עס קען לייגען די ידים אויף די דרשות תבוא עליו הברכה! ווייל רבינו שליט"א איז נאך אזוי קליג ווי די קליקע משתמשים בקודש, וואס שעמען זיך פון קיטשי וואלי אדער אנדערע אומפארגינערס ביטע ברענגט די דרשות בערל בעל עגלה כבעט דיך זיי מיך מהנה, אדער גאנצעל לאמיר זעהן כוחך הגדול דעליווער דא אין שטיבעל סוועט זיין כמים קרים
די רבי'ס דרשה וועגן די כינוס. ער זאגט אז ער האט געוואלט אז אלע חסידים פון די פעטער זאלן זיך באטייליגן אין ער איז גרייט געווען נישט צו רעדן אין געלאזט אז די דרשות זאלן אויך רעדן קעגן גיוס אבער ס'האט זיך נישט אועסגעארבעט. ער זאגט אז ער האט געוואלט אז התאחדות זאל עס רופן, נישט אז זיי ברענגען מענטשן...נאר אזוי וואלט עס געווען נאטראל. אזוי אויך זאגט ער אז ווער ס'האלט אז ס'נישט דא קיין גיוס אדער ס'נישט דא קיין קברים אין בית שמש ווערט נישט אויטאמאטיש א ציוני... אין א וועג האב איך ליב אז ער מאכט זיך נישט אזויווי די אנדערע רבי'ס וואס ווייסן כאילו נישט וואס אנדערע זאגן אויף זיי אין וואס מ'שמועסט אויף די גאס אדער אז ס'איז דא א פירוד לבבות צוויישן די פארטייען וכו' ער רעדט אפן אין קלאר... https://www.dropbox.com/s/q9uph6jr30pgl ... 5.mp3?dl=0
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די וועלכע האלטן אז ס'איז יא דא גזירת גיוס און קברים אין בית שמש זענען רשעים. זיי זענען סתם פאלשע מענטשן וועלכע שטופן אן אגענדא פון א וואוילן יוד א חשוב'ער ראש ישיבה. און א גרויסער גאון (ווי מ'שמועסט). אבער דאס אלעס מאכט נאך נישט די זאכן אמת. פאקטן קענמען נישט טוישן. מ'קען פרובירן. און איך דאנק דעם באשעפער אז איך טו מיך גרופירן ארום א איד א מנהיג ישראל וועלכער זעהט איין ...און זאגט ארויס דעם אמת... אן מורא און פחד. און אן פאליטישע חשבונות...! (והדברים ידועים. ואין צריך לפורטם כאן.)...!
כ'האב געהערט נעכטן דער בראדער רב זיך טענה'ן מיט א נארויני און ער האט עם געזאגט דברים של טעם קולע אל השערה.... ר'האט ארויסגעברענגט אז עפ"י לשונו "עס איז איז דא א מעגליכקייט צי לוחם זיין און רעדן קעגן עצם הציונות, וואס איז די רעיון הציוני, וואס איז די איסור פין ציונות, און פארוואס ס'איז קעגן די תורה הקדושה און קעגן די אמונה בשם און קעגן די הנהגת הבורא" דאס איז דער יסוד אויף וואס ר' אהרן וויל מאכן זיין כינוס כ' סיון, ער רעדט זיך אפ אויפן פירוד לבבות ביי די תלמידים פונעם פעטער... וואס איך פארשטיי נאר נישט איז, לויט דעם קריטעריע קען ער מאכן דעם כינוס מיט זיין משפחה (ווי ער ריפט זיי)... די בעלזא זאגן אויך אז זיי זענען געפערליך קעגן דעם עצם ראיון הציוני, און זיי זענען געפערליך לוחם דערקעגן, אין יעדער וויזניצער חסיד ווייסט צו פארציילען וועגן דעם אמרי חיים'ס גאר שארפע מיינונג קעגן ציונות, און אפילו אין גור ווייסט יעדער צו זאגן, אז דער בית ישראל זאל האבן געזאגט אז נאך א מזל סאטמאר רב פארפירט אזוי, ווען נישט וואלט ער געמוזט טוען די ארבעט. נאך מער, אין ליבאוויטש זאגט מען אז אין דעם עצם שיטה האלט ער ממש פינקט ווי סאטמער רב, נאר דער דרך פון די מלחמה!!!! אין אזוי ווייטער אלע, במילא וואס דארף ער התאחדות און די סיקריקים אין די עקסטרמיסטן, זאל ער מאכן דעם כינוס מיט זיין משפחה, אנשטאט דעם פעטער'ס משפחה... ודפח"ח ושפתיים ישק... Cp
ליפא האט געשריבן:כ'האב געהערט נעכטן דער בראדער רב זיך טענה'ן מיט א נארויני און ער האט עם געזאגט דברים של טעם קולע אל השערה.... ר'האט ארויסגעברענגט אז עפ"י לשונו "עס איז איז דא א מעגליכקייט צי לוחם זיין און רעדן קעגן עצם הציונות, וואס איז די רעיון הציוני, וואס איז די איסור פין ציונות, און פארוואס ס'איז קעגן די תורה הקדושה און קעגן די אמונה בשם און קעגן די הנהגת הבורא" דאס איז דער יסוד אויף וואס ר' אהרן וויל מאכן זיין כינוס כ' סיון, ער רעדט זיך אפ אויפן פירוד לבבות ביי די תלמידים פונעם פעטער... וואס איך פארשטיי נאר נישט איז, לויט דעם קריטעריע קען ער מאכן דעם כינוס מיט זיין משפחה (ווי ער ריפט זיי)... די בעלזא זאגן אויך אז זיי זענען געפערליך קעגן דעם עצם ראיון הציוני, און זיי זענען געפערליך לוחם דערקעגן, אין יעדער וויזניצער חסיד ווייסט צו פארציילען וועגן דעם אמרי חיים'ס גאר שארפע מיינונג קעגן ציונות, און אפילו אין גור ווייסט יעדער צו זאגן, אז דער בית ישראל זאל האבן געזאגט אז נאך א מזל סאטמאר רב פארפירט אזוי, ווען נישט וואלט ער געמוזט טוען די ארבעט. נאך מער, אין ליבאוויטש זאגט מען אז אין דעם עצם שיטה האלט ער ממש פינקט ווי סאטמער רב, נאר דער דרך פון די מלחמה!!!! אין אזוי ווייטער אלע, במילא וואס דארף ער התאחדות און די סיקריקים אין די עקסטרמיסטן, זאל ער מאכן דעם כינוס מיט זיין משפחה, אנשטאט דעם פעטער'ס משפחה... ודפח"ח ושפתיים ישק... Cp
סוף כל סוף היינט איז שוין יעדער מודה אז די רבי איז געווען גערעכט...
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די וועלכע האלטן אז ס'איז יא דא גזירת גיוס און קברים אין בית שמש זענען רשעים. זיי זענען סתם פאלשע מענטשן וועלכע שטופן אן אגענדא פון א וואוילן יוד א חשוב'ער ראש ישיבה. און א גרויסער גאון (ווי מ'שמועסט). אבער דאס אלעס מאכט נאך נישט די זאכן אמת. פאקטן קענמען נישט טוישן. מ'קען פרובירן. און איך דאנק דעם באשעפער אז איך טו מיך גרופירן ארום א איד א מנהיג ישראל וועלכער זעהט איין ...און זאגט ארויס דעם אמת... אן מורא און פחד. און אן פאליטישע חשבונות...! (והדברים ידועים. ואין צריך לפורטם כאן.)...!
די האסט קיינמאל נישט געזאגט בייזוויליגע רשעים?!?! אזוי שנעל פארגעסטו. לייען ביטע איבער דיין פאריגע תגובה....... דיין מנהיג זאגט ארויס דעם אמת?!?! זאגט ארויס זיין בויך וויי.......
ימים ידברו: איך האב יעצט נישט קיין צייט צו ענטפערן באריכות . ניטאמאל בקצרה אויף דיין זיסע תגובה. אבער איין זאך האסטו זיכער אויפגעטוהן. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך הייב אן צו טראכטן אז איך האב געהאט א טעות.כ'האב אייביג געמיינט אז דו ביסט א יונגערמאן אן אפרוח שלא נפתחו עיניו. אבער לויט ווי דו שרייבסט מייניך אז דו ביסט אן אלטער, זיסער באטשי. אקו. קעי....איי העוו טו ראן , ביי...!