@Badchen
Breaking News : Iran announced they will be moving the Embassy to Jerusalem , all their documents are already there
אנאליז אויף ביבי נתניהו'ס מהלכים אינעם טעגליכן געראנגל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
בן ישי האט געשריבן:לויט ווי איך האב פארשטאנען פון ביבי'ס פרעזענטאציע נעכטן זענען די אלע אינפארמאציע וואס ער האט געוויזן נאך פון פאר זיי האבן געסיינט די דיעל, אויב אזוי ווייזט דאס נישט אז זיי פאלגן נישט אויס די דיעל (כאטשיג וואס איך פארשטיי אליינס אז זיי פאלגן נישט) קומט אויס אז ס'איז לכאורה נאר געווען אביסל פראפעגאנדע פאר טראמפ וואס דארף נישט שטומען.
איין נקודה ברענגט ביבי יא ארויס אז זיי האבן פארלעצט דעם דיל: פאר מ'האט גע'חתמ'ט איז אפגעמאכט געווארן מיט איראן אז זיי וועלן איבערגעבן פאר די אינטערנאציאנאלע אטאמישע אגענטור אלע דעטאלן פון זייער נוקלעארע וואפן פראגראם. איראן האט דעמאלט באהאלטן אלע זייערע דעטאלן און גע'טענה'ט אז זיי זוכן נישט קיין נוקלעארע וואפנס. יעצט האט ביבי אויפגעדעקט אז איראן האט ליגנט געזאגט און נישט אויסגעפאלגט וואס מ'האט געפאדערט פון זיי, ער האט יעצט אויפגעדעקט צענדליגע טויזנטער פיילס וואס איראן וואלט געדארפט איבערגעבן פאר די וועלט און זיי האבן נישט.
פארשטייט זיך אז אין צוגאב איז עס גוטע פראפאגאנדע פאר אים. און אויך וועט עס געבן פאר טראמפ א בעסערן תירוץ זיך ארויסצוציען פונ'ם דיל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
מ'האט שוין גערעדט דערוועגן
בן ישי האט געשריבן:קודם צוויי יסודות:
1 - יעדער ווייסט אז יעדער רעגירונג זאגט ליגנט, אין אוודאי ווען מ'רעדט וועגן די רעגירונגס סודות ווי זייער נוקלער, אין אוודאי ווען מ'רעדט פון די איראנער רעגירונג.
2 - ווען מ'האט קלארע ראיות אז די רעגירונג האט געזאגט ליגנט איז עס א שטארקע זאך אפילו מ'האט געוויסט פון פריער.
יעצט דורך די נעכטיגע דרשה האט מען קלאר געזעהן אז זיי האבן געזאגט ליגנט, אבער ס'נאכאלץ נישט אזוי שטארק ווי ווען ער וואלט געקענט קלאר ווייזן אז זיי האבן ווייטער געארבעט דערויף. וואס אפילו אונז ווייסן דאס שוין ווייל יעדער ווייסט אין נאכמער מ'האט שוין אפילו אויפגעוויזן אז זיי האבן געזאגט ליגנט. אבער ס'וואלט געקענט זיין נאך שטערקער.
דוד בן ישי עבדך משיחך