בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:34 am
דורך קטלא קניא
לאור דער קליפּ פון דער ל"ג בעומר אויפרייס בשעת מקיים זיין ובערת הרע מקרבך וי"א פסילי אלהיהם תשרפון באש, אפשר לפרש בדרך צחות על הפזמון בר יוחאי

בַּר יוחָאי, עֲצֵי שִׁטִּים עוֹמְדִים,
שטייען אַ באַנדע קלעצער,
לִמּוּדֵי ד' הֵם לוֹמְדִים,
וואָס האָבן (כלומרשט) בלויז געלערנט לימודי ה' מיום עמדם על דעתם, אין פאַל אַז יענער טאָג איז שוין געווען,
אוֹר מֻפְלָא, אוֹר הַיְקוד הֵם יוֹקְדִים,
עס געט זיך אַ פלאַקער אויף אַ פייער נאָך עס פאַלט זיי איין צו פאַרברענען דער אור מפלא, המכונה סמאַר"טפאָונס
הֲלֹא הֵמָּה יורוּךָ מוֹרֶיךָ.
און אַלעס ווייל דאָס האָט מען זיי נעבעך אויסגעלערנט און גאָרנישט עפּעס אַנדערש.

#ותינוקללמדוספר

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 4:08 pm
דורך קטלא קניא
פאַר די וואָס זענען באַזאָרגט מנדב צו זיין מיט פּייפּאַל ווייל מען קען זען זייער אידענטיטעט האָב איך צוגעלייגט אַן אָפּציע צו קענען צאָלן מיט אַ קאַרטל דירעקט. אין צוגאָב צו פרטים פון דאָס קאַרטל דאַרפט איר נאָר אַריינלייגן אַן אימייל אַדרעס, נישט קיין חילוק וועלכער, און בלויז דאָס זע איך. פאַרשטייט זיך אַליין אַז די וואָס האָבן שוין מנדב און נישט אַרויסגעשטעלט זייער נאָמען וועלן בלייבן זייערע פרטים אינגאַנצן געהיים. אָבער דאָך ליתר שאת האָב איך דאָס מוסיף געווען.

איך וויל מיך אויך אַנטשולדיקן איבער אומאיינגענעמעהייטן אין די ערשטע פּאָר טעג צוליב פּראָבלעמען וואָס איך האָב געדאַרפט מסדר זיין. איך ווער געווויער אַז מלאכת השנאָרעריי איז גאָר חכמה ואינה מלאכה און מען דאַרף זיך צו דעם אויך צולרענען.

על כל פנים האָף איך אַז אַלעס איז יעצט מסודר און ויבואו האנשים על הנשים כל נדיב לב הביאו...

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 4:50 pm
דורך לבי ובשרי
זעה איך אז מען האט שוין אריינגעהויבן העכער א טויזענטער... וויפיל נאך דארף מען אניאגן?...

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 5:23 pm
דורך קטלא קניא
מיין ציל איז $3,500.

למען האמת איז דער סכום פון די נדבות ביז היינט אַביסל איבערגעטריבן וויבאַלד איך האָב געמוזט צוריק געבן נדבות פון די ערשטע צוויי טעג. מען קען נישט אליין טוישן דעם סך הכל און עס וועט בקרוב ווערן געטוישט אויף אַראָפּצו. דאָס איז דרך אגב ווייל דער עולם רופט זיך גאָר וואַרעם אָן מיט שיינע נתינות.

זאָל קיינער נישט זאָגן אַז אַלע וואָס זענען אומצופרידן מיט אונזער סיסטעם זענען לוזערס און לא יצלחניקעס. עס איז נאָך נישט אַ וואָך און מען שטייט נישט ווייט פון אַ דריטל. עס איז פאַרשטייט זיך פאַר מיר אַ חיזוק אויף אַ זאַך וואָס איך אַרבעט שוין דערויף יאָרן. אָבער פיל מער איז עס אַ חיזוק אַז איך בין נישט אַ קול קורא במדבר און מען זעט בחוש אַז דער עולם דאָרשט נאָך אַ לעזונג.

וכאן המקום צו באַדאַנקן די וואָס האָבן געגעבן, וועלן נאָך געבן, געלייגט אויף גרופּס, אָדער דערציילט חבירים. משנה זיי אונזער סיסטעם איז נישט דער אַרבעט פון אַ יחיד און עס פאַרלאַנגט זיך דערצו אַ כלל. הלוואי זאָל דאָס זיין אַ התחלה און איך זאָל האָבן די זכייה אַז עס זאָל זיך דאָ אָנהייבן.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 12:20 pm
דורך קטלא קניא
לעולם ישליש אדם מעותיו. מיר האלטן שוין ביי א דריטל!

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 10:04 pm
דורך קול דודי
הגם שאין ברגילותי ליתון הסכמות וגם כי מחמת קוצר הזמן וריבו המלאכה ועוד כמה סיבות אין בידי לעיין בספר הזה אבל חזקה על חבר שאין מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן ועוד כי ראה ראיתי כמה וכמה צורבא מרבנן גדולים וטובים ממנו שהשתתפו בהוצאות הדפוס וכולם בסגנון אחד ענו ואמרו שדבר זה יקר המציאות הוא ויש בזה הרבה לרבות כבוד שמים לתקן עולם במלכות שד״י אשר ע״כ ישתתף גם אני בדבר של ממש כי בשלשים ושתים נתיבות פליאות חכמה חקק י"ה הוי"ה צבאות את עולמו והרי מצווים ועומדים אנו ללכת בדרכיו ובזה ברכתי שטוחה לכל המשתתפים שהקב״ה ימשיך לכם ברכה והצלחה ותשרה שכינה בכל מעשה ידיכם ונזכה לייחד שם י״ה בו״ה ביחודא שלים בגאולה פרטית וכללית במהרה דידן.

זעירא דמן חבריא הקטן והשפל

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 11:14 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
האסט פרובירט צו שאפן געלט פון יאפעד ? איך זעה זיי שפענדען געלט איבעראל פאר די מערכה איך גלייב אז דאס קונטרס וועט זיין א גרויסע שטופ פאר זיין מערכה איז גלייב איך ער וועט זיך משתתף זיין

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 8:29 am
דורך קטלא קניא
קול דודי האט געשריבן:הגם שאין ברגילותי ליתון הסכמות וגם כי מחמת קוצר הזמן וריבו המלאכה ועוד כמה סיבות אין בידי לעיין בספר הזה אבל חזקה על חבר שאין מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן ועוד כי ראה ראיתי כמה וכמה צורבא מרבנן גדולים וטובים ממנו שהשתתפו בהוצאות הדפוס וכולם בסגנון אחד ענו ואמרו שדבר זה יקר המציאות הוא ויש בזה הרבה לרבות כבוד שמים לתקן עולם במלכות שד״י אשר ע״כ ישתתף גם אני בדבר של ממש כי בשלשים ושתים נתיבות פליאות חכמה חקק י"ה הוי"ה צבאות את עולמו והרי מצווים ועומדים אנו ללכת בדרכיו ובזה ברכתי שטוחה לכל המשתתפים שהקב״ה ימשיך לכם ברכה והצלחה ותשרה שכינה בכל מעשה ידיכם ונזכה לייחד שם י״ה בו״ה ביחודא שלים בגאולה פרטית וכללית במהרה דידן.

זעירא דמן חבריא הקטן והשפל


עולם הערט און דערהערט דער רוף: קול דודי דופק פתחי לי!

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 5:35 pm
דורך קטלא קניא
שבת וועט מען לייענען וְחִשַּׁב עִם קֹנֵהוּ אבער דער יינגעלע וואס לערנט חומש קען נעבעך נישט רעכענען.

אזא פארשקלאפטקייט לֹא יֵצֵא בַּיֹּבֵל.

#ותינוקללמדוספר

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 5:57 pm
דורך לעיקוואד
עס וואלט אפשר געווען כדאי דאס נישט מפרסם צו זיין מיט קארטונס וואס זעהן אויס ווי זיי פראבירען ליצנות צו מאכן פון חסידישע קינדער. אפילו איך ווייס אז דאס איז נישט די כוונה, דאך דארף מען פראבירען צו גיין מיט מער עמפאטיע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:07 pm
דורך אישתישבי
קטלא קניא האט געשריבן:לאור דער קליפּ פון דער ל"ג בעומר אויפרייס בשעת מקיים זיין ובערת הרע מקרבך וי"א פסילי אלהיהם תשרפון באש, אפשר לפרש בדרך צחות על הפזמון בר יוחאי

בַּר יוחָאי, עֲצֵי שִׁטִּים עוֹמְדִים,
שטייען אַ באַנדע קלעצער,
לִמּוּדֵי ד' הֵם לוֹמְדִים,
וואָס האָבן (כלומרשט) בלויז געלערנט לימודי ה' מיום עמדם על דעתם, אין פאַל אַז יענער טאָג איז שוין געווען,
אוֹר מֻפְלָא, אוֹר הַיְקוד הֵם יוֹקְדִים,
עס געט זיך אַ פלאַקער אויף אַ פייער נאָך עס פאַלט זיי איין צו פאַרברענען דער אור מפלא, המכונה סמאַר"טפאָונס
הֲלֹא הֵמָּה יורוּךָ מוֹרֶיךָ.
און אַלעס ווייל דאָס האָט מען זיי נעבעך אויסגעלערנט און גאָרנישט עפּעס אַנדערש.

#ותינוקללמדוספר


איך ווייס נישט פארוואס, אבער עס דערמאנט מיר דיין טייטש אויף ובידו הגדולה הוציא וכו'

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:15 pm
דורך קטלא קניא
לעיקוואד האט געשריבן:עס וואלט אפשר געווען כדאי דאס נישט מפרסם צו זיין מיט קארטונס וואס זעהן אויס ווי זיי פראבירען ליצנות צו מאכן פון חסידישע קינדער. אפילו איך ווייס אז דאס איז נישט די כוונה, דאך דארף מען פראבירען צו גיין מיט מער עמפאטיע.


ליצנות? חלילה. אַ לעכטיג פנימ'ל וואָס כל רואיהם יכירום כי הם זרע ברך ה', שטראַלט אין לערנען און חכמה.

נאָר וויבאַלד איר זענט מעורר קלער איך אַצינד אַז אפשר והאלקים אנה לידי און עס איז עס אַ תשובת המשקל פאַר די שומרים קאַרטלעך ומגלגלין זכות...

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די בילד מאלט אפ דעם בחור אלס א לא לנו, אבער זיין ברודער, וואס האט זוכה געווען צו געבוירען ווערען נאך די קטלא קניא עפאכע, ער שטראלט פאר גליק. זאגט לעיקוואד אז דאס טרייבט שפאס פון דער ערוואקסענע, און איהם וויל מען דאך דא איבערצייגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 8:25 pm
דורך איך אויך
געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז דער ספר'ל געשריבן אויף די אידיש פון די תגובה, וועט דאס זיכער ארויס ברענגען ווידערווילן נאך פארן אפילו ליינען, והבן.

ביי מיר ווייזט עס אז דער איז א פשוטע שנארער פונקט ווי 99 פערצענט פון אלע מכלומפרשטע 'אויפגעקלערטע'. נו, אויב שוין געבען פאר שנארערס האב איך ב''ה בעסערע צוועקן.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2018 12:20 am
דורך קטלא קניא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די בילד מאלט אפ דעם בחור אלס א לא לנו, אבער זיין ברודער, וואס האט זוכה געווען צו געבוירען ווערען נאך די קטלא קניא עפאכע, ער שטראלט פאר גליק. זאגט לעיקוואד אז דאס טרייבט שפאס פון דער ערוואקסענע, און איהם וויל מען דאך דא איבערצייגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


נישט ערגער ווי אין דער הגדה וווּ עס זענען דאָ ד' בנים פון אַלע ערליי. סך הכל ווילן מיר מקיים זיין והגדת לבנך במשך דער גאַנצער יאָר. נו איז וואָס? בל תוסיף?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2018 12:30 am
דורך קטלא קניא
איך אויך האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז דער ספר'ל געשריבן אויף די אידיש פון די תגובה, וועט דאס זיכער ארויס ברענגען ווידערווילן נאך פארן אפילו ליינען, והבן.

ביי מיר ווייזט עס אז דער איז א פשוטע שנארער פונקט ווי 99 פערצענט פון אלע מכלומפרשטע 'אויפגעקלערטע'. נו, אויב שוין געבען פאר שנארערס האב איך ב''ה בעסערע צוועקן.


מיר נייטן קיינעם נישט און אַז אייער אויפגעקלערטקייט זאָגט אייך אַז אַזוי ווי עס איז קען נישט זיין בעסער איז עס געוויס נישט פאַר אייך. אַנדרע ווילן אָבער יאָ עפּעס אַנדערש.

און איבער אייערע צוועקן, איז דאָס אַ הכנסת כלה פאַר אַ ייִד וואָס ציט אויף זיינע זין און וויילט אויס זיינע איידעמער אַז מען וועט לכאורה פאַר זיי אויך דאַרפן זאַמלען? איז עס פאַר פדיון שבויים פאַר איינער וואָס האַלט אַז נשאת ונתת באמונה איז פאַר יענע סאָרט ייִדן? אָדער אפשר פאַר 'ראַטעווען' קינדער אין עפּעס אַ מאָדערנער קליווער גט? עס זענען טאַקע דאָ אַנדערע וויכטיקע צוועקן אָבער דאָס איז לענ"ד נאָך אַזוי חשוב ווי גאָר אַ סך פון אונזערע צוועקן און מיט אַ רעלאַטיווער קליינער סכום קענט איר פיל מער אויפטון.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 1:01 pm
דורך קטלא קניא
הכונו! הכונו! הכונו!

עס קומט אַ מעכטיגער ערב ראש חודש סיון קאַמפּיין צאַמצושטעלן געלט לטובת די תינוקות של בית רבן.

מורי ורבותי חוסו על נפש בניכם. רבבות צעירי הצאן ווערן אויפגעצויגן אָן אַ זינען און אָן אַ תכלית. אייערע אייגענע קינדער גיין אין חדרים פון וווּ עס קומען אַרויס מאַסן אָן קריאה, אָן משנה, אָן גמרא אָן שרייבן נישט אויף לה"ק, נישט אויף ייִדיש און נישט אויף ענגליש. אלף נכנסין לביהמ"ד ואחד מהם יוצא להוראה. לאָמיר זאָגן נאָך איינער ווערט אויך אַ מיליאָנער און לאָמיר אפילו צופרידן שטעלן די פאַרטיידיקער אַז צען ווערן מיליאָנערן. וואָס פּאַסירט אָבער מיט די אַנדערע ניין הונדערט, ניין און אַכציק?

קיינער קען אַליין נישט לייזן די פּראָבלעמען. לאָמיר כאָטש דורכרעדן דעם נושט אויף אַן אָרנטליכן אופן, לאָמיר פורש כשלמה זיין וואָס גייט ביי אונז פאָר און וויכטיגער ווי אַלעס לאָמיר ווידמען פרישע אידייען. מיין קונטרס ווערט יעדן טאָג נענטער אַרוסצוקומען לאוויר העולם. אַ חשובער מיטגלידער פון ק"ש האָט זיך פרייוויליג אָנגעטראָגן איבערצוגיין דעם קונטרס אַ צווייטער מאָל און פאַר'אידישן' דער גאַנצער טעקסט. דאָס הייסט גענצליך בוכשטאַבירן אַלע ווערטער לויט די כללים וואָס ווערן גענוצט במחנינו אַזוי אַז עס וועט אייך זיין קילורין לעיניים.

איך בעט אייך הטו שכם, לייגט אונטער אַ פּלייצע און העלפט אַז דער קונטרס זאָל ערשיינען וואָס שנעלער אַז עס זאָל נתלבן ווערן די דרענגענסטע סוגיא אין חסידישע קרייזן. מיט אייער הילף וועט אויך דער קונטרס קאָסטן ווייניגער וויבאַלד רווחים איז אינגאַנצן דאָ נישט מיין ציל. מיינע יאָרן לאַנגע שעות בין איך מקדיש צו די צאן קדשים און איך זוך נאָר צו לייזן די קאָסטן, וביותר צריך הכתוב לזרז במקום שיש בו חסרון כיס.

ובכן קומען מיר צום קאַמפּיין:
  • מיר וועלן האָבן גאָר אַ חשובער בעל 'דרשן', ממש מחשובי אנ"ש בלי שום גוזמא וואָס וועט אונז מהנה זיין און מעורר זיין מיט זיינע ווערטער בכתב.
  • מיר וועלן האָבן אַ ספּעציעלן תפילת ר' קטלא פאַר ערב ראש חודש סיון - תפילת בנים על האבות - וואָס יעדער קען געבן זיינע קינדער צו זאָגן בדמעות שליש
  • אונזער טייערע ייִנגעלע וועט אייך אויך משמח זיין מיט אַ בילד וויאַזוי דער עתיד קען און דאַרף אויסצוזען

החוט המשולש לא במהרה ינתק און מיר בעטן שטעלט אייך צו, אם מעט אם רב, וויפל איר קענט און ווייזט אַז איר וועט נישט לאָזן דער מצב אַריבערגיין אין שווייגעניש. מיר זענען אַ ציבור און מיר זענען אַ כוח און ווייזט זיי אַז מיר, נישט זיי, זענען די בעלי בתים אויף אונזערע קינדער און מיר וועלן טון אַלעס וואָס מיר קענען פאַר זייערע עתיד.

עשה למען תינוקות של בית רבן!

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 9:41 am
דורך נאך א מיינונג
עס איז זייער שווער מנדב צו זיין פאר א צוועק וואס מיר ווייסען נישא וואס דאס איז. אסאך רייטען אויף די חינוך פראבלעם פאר זייער אייגענע צוועקען. איך קען נישט קטלא קניא פערזענליך, פון ווי זאל איך וויסען צו זיין פלענער שטימען מיט מיין גלויבונג?

אפשר זאל ער געבען א מוסטער, פון א פאר בלעטער קען מען אמאל כאפען די גאנג, דער וואס האט אויגען אין קאפ.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 7:38 pm
דורך קטלא קניא
לאָמיך אַרויסשרייבן בפירוש וואָס איך בין אויסן. די באַגרענעצטע לימודים וואָס הייסן ביי אונז לימודי־קודש קענען נישט אָנפילן און זעטיקן די נאַטירלעכע נייגעריקייט פון קינדער צו לערנען, צו אַנטדעקן און זיך צו באַקענטיקן מיט דער אַרומיקער וועלט. די תורה מיט אירע אַלע הפך בה והפך בהס האָט קוים אָנצופילן אויף אַ גאַנצן טאָג דעם מוח פון אַ דערוואַקסענעם וואָס וויל זיך אין דעם ספּעציאַליזירן, זיכער נישט פאַר אַן אומרויִקן צענערלינג־בחורל און ניטאַמאָל אַ הוה אמינא פאַר יונגע, קליינע, פרישע מוחות מיט אומגעדולדיקע קערפער. דאָס איז נישט קיין חסרון אין דער תורה נאָר דער פועל־יוצא פון דער מענטשלעכער נאַטור.

אַ פּאַראַגראַף פון דעם קונטרס וואָס שטייט באַלד גרייט צו ערשיינען #וְתִינוֹקלְלַמְּדוֹסֵפֶר

רבותי, עד הנה עזרוני און גיט נאָך אַ שטיפּ. גיט אַ לייק, שיקט עס אַרום און העלפט אַרויפברענגן דעם סכום צו פופציק פּראָצענט און מיר וועלן אייך מהנה זיין לכבוד יו"ט מיט אַ סעריע מאָלערייען מלא־חן פון אונזער קליינעם חדר העלד וואָס איר וועט איבער זיי גאַפן. גאַראַנטירט!

http://www.gogetfunding.com/katlekanye

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:10 am
דורך קטלא קניא
ברוך אומר ועושה. איך האָב געזאָגט אַז ביי פופציק פּראָצענט האָב איך אַ סעריע מאָלערייען לכבוד יום טוב און אָט איז דער ערשטער.

אַ דאַנק אַלע וואָס האָבן געלייקט און געטיילט און מיר געהאָלפן צו 52% וווּ עס האַלט אַצינד. עס איז נישט צו שפּעט. דאָס פּושקעלע קלינגט און דער ייִנגעלע האָט ליב די לייקס.

אפשר וועט מען אים אויך אַ נאָמען געבן לכבוד יום טוב. ווילט איר מציע זיין פאַרן קליינעם אַ נאָמען?

#וְתִינוֹקלְלַמְּדוֹסֵפֶר
http://www.gogetfunding.com/katlekanye

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:40 am
דורך cictim
קטלא קניא האט געשריבן:
די תורה מיט אירע אַלע הפך בה והפך בהס האָט קוים אָנצופילן אויף אַ גאַנצן טאָג דעם מוח פון אַ ....

דאָס איז נישט קיין חסרון אין דער תורה נאָר דער פועל־יוצא פון דער מענטשלעכער נאַטור.


איך האף אז די עולם האט געכאפט - הי איז נאט סאו אינעסינט..

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:07 am
דורך קטלא קניא
ישר כח. אַלץ א ענגליש לערער (בעבי סיטער) אין א היימישע חיידר ווייס איך דעם אמת וואס טוט זיך און ווי וויכטיג מען דארף וואס שנעלער מתקן זיין די לימודי חול סיסטעם אז אינזערע קינדער זאלן האבן א עתיד. חזקו ואמצו! איך וואלט געגעבן מער ווען איך באקום ווען באצאלט נארמאל אדער לכה״פ אין צייט וד״ל ואכמ״ל. א.ג. ענגלישע לערער - ב״פ יצ״ו

אַ קוויטל בייגעלייגט מיט אַ נדבה צו #ותינוקללמדוספר
www.gogetfunding.com/katlekanye

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין צומישט. קודם זאגט מען אז עס האט נישט דוקא מיט לימודי חול, נאר אז די גאנצע חינוך סיסטעם איז נישט געווידמעט צו סיי וועלכע סוקסעס. יעצט זעט מען אז די עיקר איז יא לימודי חול. אדער נישט.

אז מ'האט א וועג איינצופיהרען מער accountability אדער א וועג וויאזוי מ'זאל למער ווידמען די לימודים צו טאקע קענען, און יעדער קינד זאל עפעס האבען פון די קלאס און ארויס גייען מיט מער גמרא\משניות\חומש\הלכות\math\english\social studies ווי היינט, כל הכבוד. די חכמה איז איינער, אז מ'זאל טראכטען אינ'ם ריכטונג פון טוהן צו דער זאך, נישט סתם נאכגייען אלטע וועגען. אבער ווען די תכלית איז פשוט אז מ'זאל בעסער קענען לימודי חול, איז עס גאר אן אנדערען ענין.