בלאט 2 פון 2

נשלח: מוצ"ש מאי 05, 2018 11:36 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:הקטן און בערל
You're missing the point

קיינער זאגט נישט אז מען טאר נישט, ס'נישט קלוג, מ'איז חייב, וואטעווער.

פאקט: עס איז פלאגיאירט, פינטל! עס איז פשוט אן אינטרעסאנטע נייעסל; קיינער מיינט נישט צו ציען מסקנות, צו אריינמישן פאליטיק. קאמענטארן אדער אריינלערנען פשטים זענען איבריג.

שמעקעדיג: שוין. איך הייב הענט. איך געב אויף. נאר פלאגיאריזם איז שטארק פארשפרייט אין אלע צווייגן פון אונזער לעבן. למשל. איך האב די פארגאנגענע וואך מחדש געווען א ווערטל. געשריבן עס דא אויף קאווע שטיבל. און תיכף ומיד האביך עס געזעהן אויף טוויטער (ר"ל) געקאפיעט דורך האסידיק 1. ככתבו וכלשונו. אן געבן קרעדיט פאר קאווע שטיבל אדער פאר מיר.

אפילו אין ישיבה ביי בחורים איז אויך דא פלאגיאריזם. איך געדענק אין ישיבה, איז מיר איינגעפאללן עפעס א גוטע קשיא אויף תוס'. און איך האב עס ארויסגעמורמלט אזוי ביני לבין עצמי. איז געגאנגען מיין חבר/שכן און ער האט אויפגעהויבן די הענט און תיכף געפרעגט דעם מגיד שיעור די קשיא, אן זאגן בשם אומרו. דער מגיד שיעור האט געזאגט אז ס'איז טאקע א גוטע קשיא וועלכע די מפרשים פרעגן שוין. זעהט אויס אז ער האט געוואוסט אז א בעל עגלה קען נישט לערנען און קען נישט פרעגן קיין קשיות. ממילא האט ער געהאט א רעכט דאס צו טון...! יעצט וואס זאלל איך טון גיין צו דין תורה מיט האסידיק1 און מיט מיין חבר וועגן עפעס אין ישיבה. וואס איז געשעהן מיט 53 יאר צוריק אין פ--- ישיבה...!

נשלח: זונטאג מאי 06, 2018 12:09 am
דורך berlbalaguleh
ראובן: ייש"כ. א שטארקע נקודה. ס'איז נישט ווייל איך בין אזא תם קאפ. אלא מאי...איך לאז פאר דיר צו ענטפערן דעם תירוץ...!

נשלח: זונטאג מאי 06, 2018 10:58 am
דורך הקטן
אבטולמוס האט געשריבן:דער פראפאגאנדיסט פאר האדמו"ר מסאטמאר'ס בארקלעיס כינוס איז זיכער נישט ניחא אז מ'נוצט זיין ארבעט פאר האדמו"ר מסאטמאר'ס ארמארי כינוס.
דער אמת איז דאך אבער אז "ביי אונז" האט מען נישט אזוי מקפיד געווען אויף פלאגיאריזם. א ביישפיל איז הרב אביגדור מילער ז"ל וועלכער איז געווען דער קעניג פון פלאגיאריזם.


אדער יא אדער ניין
לדעתי גייט דאס אים אן ווי די פאריעריגע שניי, אויב עפעס האט ער אפילו הנאה אז חאטש איינער ניצט זיין ווערק און נעמט דאס אן ווי א קאמפלימענט.

דו ביסט אפשר גערעכט "ביי זיי" וואס א יעדער זאך איז נאר להתפאר, וחסד לאומים חטאת... שאינם עושין אלא להתגדל בו
ווידער ביי אזא איד וואו הרב מילער זצ"ל וואס איז אנגעגאנגן אין די לינקע פאה וואס דו האלסט פון אים, האט נישט געהאט קיין שום אינטערעסע זאלסט האלטן אז ער איז אויפגעקומען מיט וואס ער זאגט.