herrn Ezra. Ich shprich nicht kein Deutsch. Bitte erklehren sie ihre punkten in die Judische odder Englische schprache. Mit fiehlen dank...! Bernard, der pferden treiber...!
בלעטערנדיג א ביסל ווייטער אין דעם אומ-אינטרעסאנטן שמוץ ביכל אנטפלעקט זיך די העסליכע און עקלדיגע פערזענליכקייט פון דעם צודרייטן צורר כל היהודים, היטלער, ימ"ש. אין אלעם אויף דער וועלט באשולדיגט ער די אידן. ער איז זיך אליין סותר . למשל ער שרייבט אז די אידן האבן איבערגענומען און קאנטראלירן דעם סטאק מארקעט. און דורכדעים ווילן זיי חרוב מאכן דאס לאנד. און די וועלט. אויך זאגט ער אז די אידן זענען די אנפיהרערס פון אלע יוניאנס. און זייי מאכן זיך ווי זיי וויללן נאר די טובה פון די ארבייטערס. אבער אינ'אמת'ן וויללן זיי חרוב מאכן די עקאנאמיע פונ'ם לאנד...!
איך האב ערגעץ געליינט אז א גרויסער פסיכאלאג האט געזאגט, בשעתו. ווען דער בוך איז ארויסגעקומען. אז דער מחבר פונ'ם בוך איז א פאראנויד סקיזאפרעניק. און דאס איז טאקע דער רושם וואס מ'באקומט ווען מ'ליינט די פירקלערייען פון דעם צודרייטן שונא ישראל. אבער דער ביכל אליין איז אזוי באורינג אז מ'דארף זיך צווינגען צו ליינען די שטותים והבלים וואס ער שרייבט דארט צוזאמען. ווען ס'וואלט נישט געווען אזוי גיפטיג, וואלט מען געקענט מאכן א קאמיקס בוק פון דעים...!
אפלו זיין קאלעגע נאצי, פעטריק ביוקענען ימח שמו וזכרו, האט אליינס געזאגט אז דער בוך איז זייער שלעכט געשריבן. וואס קענמען דען דערווארטן פון א פראסטן אומ-געלערנטן פויער. א שיכור. די איינציגע זאך וואס שפראצט ארויס פון דעם נארישן ביכל איז די שנאת ישראל...!
איך האב נאכנישט געלעהזט דעם בוך, אבער פון וואס איך האב געליינט איבער דעם בוך פון מענטשן וואס האבן עס יא געליינט האב איך ארויסגענומען א שטארקע מוסר השכל. פון דעם בוך זעהט מען אז א מענטש קען זיין פארנומען א גאנץ לעבן, אפשרייבן ביכער, זיך רעגן, שרייען, שעלטן און פירן מלחמות, און אלץ קעגן וועם? אן אומעקזיסטירנדן מאנסטער באשאפן פון זיין אייגענעם דמיון, מ'נעמט דעם לעבן און מ'פארטאכלעוועט עס אויף גארנישט. דו קענסט אמאל זעהן א מענטש לויפט פארסאפעטערהייט, שוויצט און פארארבעט מעשים, און דו קוקסט איהם אן "וואו לויפט ער, וואס מוטשעט ער זיך אזוי, וואו פלאנט ער אנצוקומען?", און גארנישט, ער לויפט פשוט אויף א טרעדמיל, מ'פארארבעט מעשים על לא דבר, ממש א מוציא אנרגיה לבטלה. מ'דארף פשוט ארויסקריכן פון די דמיונות און איינזעהן אז קיינער וויל דיר נישט טשעפען, קיינער וויל דיך נישט וויי טוהן, קיינער טראכט אפילו נישט פון דיר, דו מוטשעסט זיך סתם אן על לא דבר. ולא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו, ציונים, רעפארמער, טראמפ, לינקע ראדיקאלן,אפיקורסים, וכו', קיינער וויל דיר נישט אינטערברענגען, וואס ווילן זיי דען? דו זאלסט זיי לאזן לעבן, זיי וועלן דיר לאזן לעבן, און שטעק נישט אריין דיין פארראצטע נאז אין מיין טעלער, איז דאס טאקע אזוי שווער נאכצוקומען?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
רביה"ק זי"ע: פונקט אזוי ווי די ציונים (אמאל) האבן (אפשר) געהאט אן אגענדא. האבן די אנטי ציונים פון היינט אן אגענדא. זיי שמייסן א טויטן פערד...לאל. ווייז מיר היינט אן עכטן ציוני...!
berlbalaguleh האט געשריבן:נאר דער תירוץ איז. אז איך האב נישט לאנג צוריק געהערט א קליפ פון איינעם פון די פיהל מחזירי בתשובה אין ארץ ישראל, אויף וועלכען ער זאגט גאר א מאדנע (און מסתמא נישט אמת'דיגע ) זאך. יענער ..."רב"...זאגט אז היטלער, שר"י האט לכתחילה נישט געוואלט טשעפען די ערליכע אידן. ער האט געזאגט אז די ערליכע אידן שטערן איהם נישט. זיין מלחמה איז נאר געווען אקעיגן די פרייע און רעפארמער. וועלכע זענען אריינגעקראכן אין אלע פלעצער פן די גוי'אישע, דייטשע קולטור. און דאס האט ער געוואלט אויסראטן...!
דאס איז דאך א מורא'דיגער סטעיטמענט. אויב ס'וואלט געווען אמת. ווייל אונז ווייסן מיר דאך במציאות אז די נאציס, ימ"ש האבן נישט געמאכט קיין שום חילוק בין דם לדם בין דין לדין. נאר זיי האבן אלע אידן אינזין געהאט צו פארניכטן, רח"ל.
יענער .."רב"... זאגט אז אדאלף ה. ימ"ש שרייבט אליין אזוי אין זיין בוך. האט דאס אנגעצינדן די נייגעריגקייט אין מיר. און איך בין געגאנגען און באשטעלט דעם בוך ביי עמעזאן...!
נאך א זאך. ווען איך וועל טרעפן די מימרא וואס איך זוך. וועל איך בלי"נ ווארפן דעם עקלדיגן בוך אין גארבידזש...!
כ'האב אמאל געהערט פון אן עלטערן איד בשם זיין טאטע ע"ה, ער האט אמאל געלייגט תפילין אין לאגער און א דייטש האט עם געכאפט ביי די מעשה, דער איד איז געווען דערשראקן צום טויט זייענדיג זיכער אז דער וועט עם אויפן פלאץ דערשיסן, אבער דער דייטש האט עם געזאגט מיינסט אונז האבן א פראבלעם מיט אזעלכע אידן ווי דיר, אונז האבן א פראבלעם מיט די וואס האבן פארכאפט אלע וויכטיגע פאזיציעס אין דייטשלאנד, די פראפעסארן די אקאדעמיקער וכו', און ער האט עם געלאזט צורוה
ס'איז אבער מסתבר אז דאס האט זיך אפשר געטראפן ביי די עמך דייטשן, אבער זיכער נישט ביי די קארפן קעפ פון די נאצישע מאנסטערס, און א וודאי א וודאי נישט פונעם אותו רשע היטלער ימש"ו, וואס האבן בעצם פיינט געהאט אידן ווי באוואוסט
ייש"כ: איך האב נישט געליינט דזשעק פארד'ס בוך. נאר דער פאקט איז (טראץ די מיסטרענסלעישנס). אז דער צורר היהודים ימ"ש האט בכלל נישט פארמאגט קיין שרייבערישן טאלאנט. זיין וועג פון טראכטן און ארויסברענגען פארשידענע פונקטן איז בכלל נישט פון אן אינטעלעקטואל. מיט מסודר'דיגע , לאגישע באשלוסן.
די איינציגע נקודה וואס ער ברענגט ארויס קלאר, אז ער איז "ברויגז" אויף די טשוירטש, אלס אן אינסטיטושן. ווייל אויב א איד שמד'ט זיך זענען זיי איהם אלעס מוחל און זיי נעמען איהם אן מיט אפענע ארעמס. לעומת זיין קעגנערשאפט (און האס) צו די אידן נעמט זיך פון ראסע. אז אפילו אויב א איד זאל זיך טויזנט מאל שמד'ן, וויל ער איהם נאכאלץ פארניכטן.
אויסערדעם ווארפט ער צוזאם פארשידענע טענות וואס ער האט איבער די עקאנאמיע און די סאלושן. נאר ער מאכט פון אלעם איין קוגל. און מ'קען נישט פארשטיין וואס ער וויל.