בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 11:26 am
דורך עזרא
berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער: ס'נישט איך. דאס ווייזט נאר אויף דעם שיפלות פון די דעמאגאגן וועלכע ווארפן זיך ארום מיט די נעגאטיווע טערמינען. דער ברית הלשון ביי זיי דארף א גרויסן תיקון...ואינני רוצה להרחיב את הדיבור בזה...!
[left]Beruhige dich herr. Lerne wie man einen witz nehmen[/left]
נשלח: זונטאג מאי 06, 2018 12:40 am
דורך berlbalaguleh
herrn Ezra. Ich shprich nicht kein Deutsch. Bitte erklehren sie ihre punkten in die Judische odder Englische schprache.
Mit fiehlen dank...! Bernard, der pferden treiber...!
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
בלעטערנדיג א ביסל ווייטער אין דעם אומ-אינטרעסאנטן שמוץ ביכל אנטפלעקט זיך די העסליכע און עקלדיגע פערזענליכקייט פון דעם צודרייטן צורר כל היהודים, היטלער, ימ"ש. אין אלעם אויף דער וועלט באשולדיגט ער די אידן. ער איז זיך אליין סותר . למשל ער שרייבט אז די אידן האבן איבערגענומען און קאנטראלירן דעם סטאק מארקעט. און דורכדעים ווילן זיי חרוב מאכן דאס לאנד. און די וועלט. אויך זאגט ער אז די אידן זענען די אנפיהרערס פון אלע יוניאנס. און זייי מאכן זיך ווי זיי וויללן נאר די טובה פון די ארבייטערס. אבער אינ'אמת'ן וויללן זיי חרוב מאכן די עקאנאמיע פונ'ם לאנד...!
איך האב ערגעץ געליינט אז א גרויסער פסיכאלאג האט געזאגט, בשעתו. ווען דער בוך איז ארויסגעקומען. אז דער מחבר פונ'ם בוך איז א פאראנויד סקיזאפרעניק. און דאס איז טאקע דער רושם וואס מ'באקומט ווען מ'ליינט די פירקלערייען פון דעם צודרייטן שונא ישראל. אבער דער ביכל אליין איז אזוי באורינג אז מ'דארף זיך צווינגען צו ליינען די שטותים והבלים וואס ער שרייבט דארט צוזאמען. ווען ס'וואלט נישט געווען אזוי גיפטיג, וואלט מען געקענט מאכן א קאמיקס בוק פון דעים...!
אפלו זיין קאלעגע נאצי, פעטריק ביוקענען ימח שמו וזכרו, האט אליינס געזאגט אז דער בוך איז זייער שלעכט געשריבן. וואס קענמען דען דערווארטן פון א פראסטן אומ-געלערנטן פויער. א שיכור. די איינציגע זאך וואס שפראצט ארויס פון דעם נארישן ביכל איז די שנאת ישראל...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 8:33 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב נאכנישט געלעהזט דעם בוך, אבער פון וואס איך האב געליינט איבער דעם בוך פון מענטשן וואס האבן עס יא געליינט האב איך ארויסגענומען א שטארקע מוסר השכל. פון דעם בוך זעהט מען אז א מענטש קען זיין פארנומען א גאנץ לעבן, אפשרייבן ביכער, זיך רעגן, שרייען, שעלטן און פירן מלחמות, און אלץ קעגן וועם? אן אומעקזיסטירנדן מאנסטער באשאפן פון זיין אייגענעם דמיון, מ'נעמט דעם לעבן און מ'פארטאכלעוועט עס אויף גארנישט. דו קענסט אמאל זעהן א מענטש לויפט פארסאפעטערהייט, שוויצט און פארארבעט מעשים, און דו קוקסט איהם אן "וואו לויפט ער, וואס מוטשעט ער זיך אזוי, וואו פלאנט ער אנצוקומען?", און גארנישט, ער לויפט פשוט אויף א טרעדמיל, מ'פארארבעט מעשים על לא דבר, ממש א מוציא אנרגיה לבטלה. מ'דארף פשוט ארויסקריכן פון די דמיונות און איינזעהן אז קיינער וויל דיר נישט טשעפען, קיינער וויל דיך נישט וויי טוהן, קיינער טראכט אפילו נישט פון דיר, דו מוטשעסט זיך סתם אן על לא דבר. ולא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו, ציונים, רעפארמער, טראמפ, לינקע ראדיקאלן,אפיקורסים, וכו', קיינער וויל דיר נישט אינטערברענגען, וואס ווילן זיי דען? דו זאלסט זיי לאזן לעבן, זיי וועלן דיר לאזן לעבן, און שטעק נישט אריין דיין פארראצטע נאז אין מיין טעלער, איז דאס טאקע אזוי שווער נאכצוקומען?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 4:59 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: פונקט אזוי ווי די ציונים (אמאל) האבן (אפשר) געהאט אן אגענדא. האבן די אנטי ציונים פון היינט אן אגענדא. זיי שמייסן א טויטן פערד...לאל. ווייז מיר היינט אן עכטן ציוני...!
די נטורי קרתא זענען דאך סתם צודרייט. זיי דארפן ענדערש טראכטן פון נעמען א שויער און טוישן זייערע פארשוויצטע קליידער...! וועלכע זענען נישט געטוישט געווארן זייט זייער לעצטע מערכה...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 8:49 am
דורך כספי
berlbalaguleh האט געשריבן:נאר דער תירוץ איז. אז איך האב נישט לאנג צוריק געהערט א קליפ פון איינעם פון די פיהל מחזירי בתשובה אין ארץ ישראל, אויף וועלכען ער זאגט גאר א מאדנע (און מסתמא נישט אמת'דיגע ) זאך. יענער ..."רב"...זאגט אז היטלער, שר"י האט לכתחילה נישט געוואלט טשעפען די ערליכע אידן. ער האט געזאגט אז די ערליכע אידן שטערן איהם נישט. זיין מלחמה איז נאר געווען אקעיגן די פרייע און רעפארמער. וועלכע זענען אריינגעקראכן אין אלע פלעצער פן די גוי'אישע, דייטשע קולטור. און דאס האט ער געוואלט אויסראטן...!
דאס איז דאך א מורא'דיגער סטעיטמענט. אויב ס'וואלט געווען אמת. ווייל אונז ווייסן מיר דאך במציאות אז די נאציס, ימ"ש האבן נישט געמאכט קיין שום חילוק בין דם לדם בין דין לדין. נאר זיי האבן אלע אידן אינזין געהאט צו פארניכטן, רח"ל.
יענער .."רב"... זאגט אז אדאלף ה. ימ"ש שרייבט אליין אזוי אין זיין בוך. האט דאס אנגעצינדן די נייגעריגקייט אין מיר. און איך בין געגאנגען און באשטעלט דעם בוך ביי עמעזאן...!
נאך א זאך. ווען איך וועל טרעפן די מימרא וואס איך זוך. וועל איך בלי"נ ווארפן דעם עקלדיגן בוך אין גארבידזש...!
כ'האב אמאל געהערט פון אן עלטערן איד בשם זיין טאטע ע"ה, ער האט אמאל געלייגט תפילין אין לאגער און א דייטש האט עם געכאפט ביי די מעשה, דער איד איז געווען דערשראקן צום טויט זייענדיג זיכער אז דער וועט עם אויפן פלאץ דערשיסן, אבער דער דייטש האט עם געזאגט מיינסט אונז האבן א פראבלעם מיט אזעלכע אידן ווי דיר, אונז האבן א פראבלעם מיט די וואס האבן פארכאפט אלע וויכטיגע פאזיציעס אין דייטשלאנד, די פראפעסארן די אקאדעמיקער וכו', און ער האט עם געלאזט צורוה
ס'איז אבער מסתבר אז דאס האט זיך אפשר געטראפן ביי די עמך דייטשן, אבער זיכער נישט ביי די קארפן קעפ פון די נאצישע מאנסטערס, און א וודאי א וודאי נישט פונעם אותו רשע היטלער ימש"ו, וואס האבן בעצם פיינט געהאט אידן ווי באוואוסט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 8:50 am
דורך כספי
berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:ר'בערל טוישט דעם קעפל , שר"י קימט נישט דא אריין. וצ"ל ימח שמו וזכרו
ר' קאצקע ציקער. איך גיי עס באלד טוישן, בלי"נ. איך וויל נאר פארשטיין פארוואס שר"י קומט דא נישט אריין. אמת, די דעמאגאגן הנקראים הולכים בשיטת רבינו הק' (אזוי מיינען זיי) ווארפן זיך טאקע ארום מיט דעם טערמין. א יעדער איינער וועלכער געפעלט נישט פאר זייער שמוציגע נאז, ווערט אנגערופן מיט דעם נאמען. אבער, בשורשו מיינט דאך דאס. שם רשעים ירקב...! נאר ס'קען זיין אז דו האלטסט אז דאס איז נישט קיין גענוג א שטארקער טערמין פאר דעם צורר כל היהודים, ימח שמו וזכרו...! גוט. איך גיי עס שוין טוישן...!
די טיטל שר"י איז טאקע א געפערליכער אבער ס'גייט נישט ארויף אויפן מענטש פערזענליך, משא"כ ימח שמו וזכרו (והיינו טעמא וכו')
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 1:09 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:דאכצעך מיר אז ער שרייבט פונקט פארקערט,ער שרייבט אז דאס ערשטער מאל האט ער געזען א מין בריאה וואס האט אים אים אויסגעזען גאר מאדנע, און האט זיך אינטערעסירט, און אויסגעפינען אז דאס זענען אידען, און ער ריפט זיי 'די קאפטען יודע'.
פון דעם איז משמע אז דאס זענען פרימע אידען וואס האבן געכאפט זיין אויג.
ימ''ש.
נישט צו פארדרייען דעם אשכול אבער;
היינט איז גריידע גאר א וויכטיגע טאג אין היסטאריע, דאס איז מעי 3, די טאג וואס דער רבי איז אנגעקומען קיין קלויזענבורג, די טאג וואס רעזע קאסטנער איז אויך אנגעקומען דארט זיך טרעפען מיט וויסעלעסקי און אויסארבייטן זיין פלאן צו ראטעווען די אנגארישער אידענטום...
די טאג איז געפארשט ביזן היינטיגען טאג, וואס עס איז דארטן פארגעגאנגען, צו האט ער געארבייט פאר די אידען אדער פאר די נאצי'ס.
איך וועל נאך אמאל שרייבען א לאנגס און א ברייט'ס פון מיינע פארשינגען אויף דעם בריאה דאקטאר קאסטנער. עניוועי קיינער איז נישט נייגעריג.
צוריק צים מיין קאמף..
פליקער: דו ביסט גערעכט, לגבי דעם צורר היהודים היטלער ימ"ש. די גאנצע זאך וואס יענער רב האט געזאגט איז געווען א טעות, (מצידו). דער רב האט געדרשנ'ט טאקע איבער היטלער, נאר דער מאמר אז ער האט גארנישט אקעגן ערליכע אידן איז געזאגט געווארן דורך אן אנדער'ן, פריער'דיגן אנטיסעמיט, ריכארד וואגנער, ימ"ש. ער האט דאס געזאגט אז ער האט גארנישט אקעגן די ערליכע אידן וועלכע שטערן איהם נישט. נאר אקעגן די פרייע און רעפארמער וועלכע קריכן אריין אין אלע זייערע געשעפטן.
ס'איז אינטרעסאנט אז אין אונגארן איז געווען אן ענליכע מעשה. א איד וועלכער איז געקומען צו פארן מיט די באן אהיים צו זיין שטעטל האט געוואלט נעמען א פיאקער (פענסי וואגן. כמו טעקסי). ווען ער האט זיך אריינגעזעצט האט ער באמערקט אז דער בעל עגלה איז נישט קיין אנדערער ווי דער הויפט פון די (אונגארישע) אנטיסעמיטישע פארטיי אין זיין שטאט. ער האט געוואלט ארויסגיין. האט איהם דער פורמאן בארואיגט און געזאגט...דו דארפסט נישט מורא האבן. איך האב גארנישט אקעגן די ערליכע אידן. נאר די פרייע חברה, זיי שטערן מיר...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:53 pm
דורך גפן
נישט געוויסט אז מ'קען בכלל קויפן דעם בוך אויף עמעזאן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:43 pm
דורך Yesh
גפן האט געשריבן:נישט געוויסט אז מ'קען בכלל קויפן דעם בוך אויף עמעזאן
https://www.amazon.com/s?k=Mein+Kampf&c ... _sb_noss_1
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:24 pm
דורך berlbalaguleh
גפן האט געשריבן:נישט געוויסט אז מ'קען בכלל קויפן דעם בוך אויף עמעזאן
ווילאנג ס'איז נישט דא אן איסור פון די רעגירונג קענען זיי עס פארקויפן. איין תקופה איז יא געווען א פארבאט צו פאבלישן און פארקויפן דעם שמוציגן בוך.
גלייב מיר. דו האסט גארנישט פארפאסט. ס'איז זייער א באורינג בוך. דער צורר ישראל איז נאך געווען א דוממער קערל אויך. ער קען נישט ארויסברענגען א פוינט קלאר. דער נארראטיוו איז זייער שלעכט. מ'דארף זיך פשוט צווינגען צו ליינען זיינע גיפטיגע, האספולע שטותים.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 7:30 pm
דורך berlbalaguleh
ייש"כ: איך האב נישט געליינט דזשעק פארד'ס בוך. נאר דער פאקט איז (טראץ די מיסטרענסלעישנס). אז דער צורר היהודים ימ"ש האט בכלל נישט פארמאגט קיין שרייבערישן טאלאנט. זיין וועג פון טראכטן און ארויסברענגען פארשידענע פונקטן איז בכלל נישט פון אן אינטעלעקטואל. מיט מסודר'דיגע , לאגישע באשלוסן.
די איינציגע נקודה וואס ער ברענגט ארויס קלאר, אז ער איז "ברויגז" אויף די טשוירטש, אלס אן אינסטיטושן. ווייל אויב א איד שמד'ט זיך זענען זיי איהם אלעס מוחל און זיי נעמען איהם אן מיט אפענע ארעמס. לעומת זיין קעגנערשאפט (און האס) צו די אידן נעמט זיך פון ראסע. אז אפילו אויב א איד זאל זיך טויזנט מאל שמד'ן, וויל ער איהם נאכאלץ פארניכטן.
אויסערדעם ווארפט ער צוזאם פארשידענע טענות וואס ער האט איבער די עקאנאמיע און די סאלושן. נאר ער מאכט פון אלעם איין קוגל. און מ'קען נישט פארשטיין וואס ער וויל.