בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:57 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון ראלניצקי ענטפערט
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 3:04 pm
דורך ליפא
דער שרייבט גוט
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 4:51 pm
דורך טאמבל סאס
סאוי טויש קען נישט קומען פון פורקי עול און מומרים להכעיס אבער פון גוים גמורים, פראטעסטאנטן צו סתם אומרעליגעיזע געווענליכע גוים קען עס יא קומען?
זייט נישט נאאיוו. קין מיט הבל, די ערשטע מענטשן זיך צו הארגענען, זענען געווען ברודער. אוודאי וועלן ברודער זיך שלאגן און פיינט האבן איינער דעם אנדערן. נו ווער נישט אויב געשוויסטער, משפחה און אייגענע?
יעדער ווייסט אז מ'קען ווערן רייך אהנע עדיוקעישאן, די שאלה איז ווער, איך צו דו? אויף וועמענס חשבון? און צו פארגינסטו מיר אויך א שטיקל? די אלגעמיינע סיסטעם זאגט, יא, די נאטורליכע וועג איז טאקע ענטרופענוריעלשיפ און נאר יחידים, עליטע, ווערן ביליאנערן אבער לאמיר אינדזשענירן אן ארטיפישעל "עדיוקעישן סיסטעם" אוואו מיר וועלן טיילן מויצקעס פון אונזערע רייכטום צו די וואס מאכן א עפארט, השתדלות. אונזערע סיסטעם זאגט, לאמיר אינדזשענירן אן ארטיפישעל "עדיוקעישן סיסטעם" אזוי אז מען זאל קענען די מענטשן באראבעווען נאכמער אזוי אז נאר מיר יחידים אויף די אויבנאן זאלן האבן. אדער אז מיר זאלן האבן פאנדעלעך, וועלכע וועלן אונז העלפן באראבעווען די מענטשן אינדרויסן.
איך לאך ווייל די גרעסטע דזשאוק איז אז די אלע וואס נעמען זיך אן און פארטיידיגן אונזער חינוך, זענען אין די באבל פון די אקעדעמישע וועלט, פון ביכער און איידיעס, ווייסן נישט וואס מיינט צו ארבעטן פאר א באלעבאס, מיט ארויפגעשארצטע ארבל, עבודת ידיים.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 6:44 pm
דורך בן ישי
ליפא האט געשריבן:דער שרייבט גוט
יא צו מ'איז מסכים צו זיינע ווערטער צו נישט איין זאך איז זיכער , ער איז פון די בעסטע יודישע שרייבערס.