berlbalaguleh האט געשריבן:איך וועל דא ברענגען א משל פון די שוין היינטי אלטע טעכנאלאגיע. ס'איז דא א מין טעכנאלאגיע וואס הייסט X10. דאס איז א טעכניק דורך וואס מ'קען קאנטראלירן די לייטס און אנדערע עלעקטרישע אפלייענסעס אין א הויז. דער אופן וויאזוי דאס ארבעט איז אז א יעדע אפלייענס האט א קאנטראל וואס באשטייט פון 2 דייעלס (רעדלעך). איינס איז די ..."יוניט איי. די... און די אנדערע איז די יוניווערסל איי. די... די ביידע מוזן שטימען כדי אן אפלייענס זאלל ארבעטן ווי ס'דארף צו זיין. למשל אויב מ'נוצט (בטעות) די יוניווערסל איי. די. פון א צווייטע גרופ, קענמען דורכדעם אנמאכן חורבנות. ווייל סקען אנצינדן און אויסלעשן די אפלייענסעס ביי אן אנדער'ן מענטש אין הויז...! עד כאן המשל..!
דער נמשל איז א יעדער מענטש איז, דורך זיין התנהגות פאראנטווארטליך פאר זיך אלס יחיד. און אויך פאר זיין גרופ. אוין אויב די קאלעקטיווע אויפפהרונג פון די גרופ צו וועלכע ער באלאנגט טויג נישט. דאן קען ער פערזענליך אויך ליידן פון די קאנסעקווענצן. והדברים ידועים. אט די גרופס ביי וועלכע די סטאטיסטיקס ווייזן די מערסטע קריים און געוואלדטאטן. זיי האבן ממילא די מערסטע צוזאמענשטויסן מיט די פאליציי. משא"כ די גרופס ביי וועלכע ס'איז דא די ווייניגסטע אדער כמעט נישט עקזיסטירנדע קריים, האבן בדרך כלל גוטע באציאונגען מיט די פאליציי...!
פון וואו ווייסטו ווער סטוט די מערסטע קריים? האסט געזאגט דו גייסט ברענגן סטאטיסטיקס? די אנטיסמיטן אויף טוויטער שרייען חי וקים אז די אידן טוהן די מערסטע קריים. אלזא איז אפשר דארף מען אונז די מערסטע פיינט האבן??? דו ביסט סתם פארזינקן אין ראסיזים, און פראבירסט צו בארעכטיגען שנאה פונקט ווי די אנטיסמיטן פראבירן צו בארעכטיגן זייער שנאה קעגן אונז. דאס איז וואס היטלער האט געטוהן פאר אפאר יאהר פאר מהאט אנגעפאנגען אריינצולייגן די אידן אין ״גאז קאמערן״. ער האט געשומפט אויף די אידן אז זיי נעמען אלעס צו פון די דייטשען און באצאלן נישט קיין טעקסעס. איך האלט אז די ווייסע האבן אין די לעצטע 2500 יאהר געטוהן די מערסטע קריים און אומרעכטן אלזא זאל איך יעצט פיינט האבן יעדע ווייסע?
אז דו ברענגסט מיר א ראי׳ פון ״אמעריקאנער יוסטיץ״ און פון אמעריקאנער פאליס וואס האט פאר די לעצטע פאר דורות זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן גענוצט די ״פאליציי׳ישע מאכט״ צו דערנידערן און פייניגן די שווארצע און מינארטיס, און זיי שיסן פאר ״דזשעי וואלקינג״ איז א ראי׳ אז אדער ליינסטו נישט די נייעס. אדער דריי איבער דיין צייטונג ווייל דו ליינסט עס פארקערט. יעדער נארמאלע מענטש אויף די וועלט ווייסט אז א אמעריקענע יוסטיץ שטינקט פון קאפ ביז פוס..קיין איין מדינה אויף די וועלט ארעסטירט אזויפיל מענטשען ווי דא אין אמעריקע. קיין איין נארמאלע מדינה שיסט נישט די פאליציי אזויפיל מענטשען. קיינער נישט! פארוואס???
ס׳פונקט ווי זאגן אז רובאשקין וואלט געדארפט זיצן והא ראי׳ זעהסט דאך אז ער האט באקומען א ״יושר׳דיגע טרייעל״ און דאס איז זיין פארדינטע שטראף... הייב אן דורכצוקוקן קעיס ביי קעיס פון מיליאנען שווארצע וואס זיצן דא אין אמעריקע וועסטו זעהן אז רוב פון דעם איז בול. ווען זיי זענען רייך און זיצן ביים שיסל אזויווי די ״ביזנעס קרימינאלן״ וואלטן זיי נישט געזיצן פאר מינדערוויכטיגע קריים. ברענגסט מיר א ראי׳ פון אמעריקענע יוסטיץ סיסטעם??? ביטע זעץ זיך ליינען... סקוקט נישט אויס ווי דו ווייסט וואס טוט זיך אין די אמעריקענע יוסטיץ-סיסטעם. כאילו ס׳איז עפעס א מוראדיגע סיסטעם?!
חוץ מזה דארפסטו פארשטיין פון וואס די קריים קומט. פארוואס זענען די שווארצע טאקע פערצענטאל (אויב סאיז אמת) מעהר קרימינאלן ווי אנדערע ווער איז שולדיג דערינען? די ווייסע זענען אסאך שולדיג דערינען...
בכל אופן וואס העלפט ״פיינטשאפט״??? לאמיר זאגן ביסט גערעכט. די שווארצע זענען קרימינאלן! אלזא דארף מען זיי פיינט האבן? האסט פיינט א איטליאנער ווייל זיי זענען (געוועהן) די גרעסטע ״מאפינערן״? א נייע מעשה. מ׳טאהר קיינעם נישט פיינט האבן אינדיווידיולי ווייל געוויסע פון זייער פאלק טוט עפעס ראונג. דאס איז די גרעסטע טיפשות שבעולם. מ׳דארף אויב עפעס קוקן פון וואס און וואו ס׳שטאמט די פראבלעם (אויב סאיז דא א פראבלעם)און זעהן וויאזוי מקען דאס פארבעסערן אויף א נארמאלע אופן אבער פיינטשאפט וואס העלפט דאס? וועמען העלפט דאס???
סאיז א גרויסע שאד אז איר וואס האלט זיך פאר ״קלוגער מאן״ זאל אנקומען צו אזעלכע ״נערישע אומציוויליזרטע מסקנות״ איר זענט אסאך קלוגער פונעם. איר לעבט אין א ״ראסיסטישע באבל״ פאר גארנישט און פאר נישט. די ווייסע זענען די זעלבע שווינדלער די זעלבע רוצחים אויב נישט מעהר...