בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 10:18 am
דורך Avrom
איך שיק דיר כסדר אימיילס
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 10:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וויל מעורר זיין א געדאנק.
אסאך מאל פיהלט מען זיך אין א מצב פון למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה, מ'ארבעט און מ'ארבעט און מ'זעט גארנישט דערפון. ברוחניות טרעפט מען אז מ'פאלט, טראץ די בעסטע כוונות. און בגשמיות קען מען אויך ארבעטען און גארנישט זע'ען דערפון. ברוחניות קען מען זיך כאטש טרייסטען אז יעדער ריר און כוונה איז חשוב ביים אויבישטער, אבער אין גשמיות קען מען דאס אויך גאנץ שווער גלויבען.
אז מ'קוקט דער לעבען פון יעקב אבינו, זעט מען דורכפאל נאך דורכפאל. ער קומט שוין אן אין חרן, ער טרעפט זיך אן מיט די מיידעל וואס איז באשטימט צו זיין זיין ווייב, און ער האט שוין א פלאן וויאזוי איהר צו באקומען. ער גייט ארבעטען זיבען יאר, און ער איז גרייט דערצו. און סוף סוף ווען ער איז אנגעקומען, איז עס א דורכפאל. שוין, מ'איז עס מסדר עפעס פראוויזאריש, און פלוצלונג, נאך א פראבלעם, זי האט נישט קיין קינדער. ער ארבעט ווייטער און זיין פעטער האלט אין איין איהם באקריוועדען און ער וויל איהם פארווארפען פון אלע עולמות, בקש לעקור את הכל.
אויף דעם זאגט אונז דער רמב"ם (סוף הל' שכירות) וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר ויפרץ האיש מאד מאד. די אלע מיה און פלאג וואס ער האט אריינגעלייגט אין זיין ארבעט, האט זיך אויסגעצאלט אין עוה"ז אויך. ער ווערט אנגערופען א צדיק דערפאר. (אגב, יעקב און יוסף הייסען 'הצדיק'. פארוואס איז יוסף אנגערופען 'הצדיק'? צוליעב זיין מעשה מיט אשת פוטיפר (יומא לה: רמב"ם הל' יסודי התורה פ"ה ה"י). לעניינינו קען מען זאגען אז די צדיק אין די פעלער איז דאס זיך קענען הייבען אין א דורכפאל, ווי יוסף הצדיק וואס איז באמת אריינגעפאלען אין אשת פוטיפר און זיך געראטעוועט אין מיטען דער זינד, און יעקב אבינו וואס האט ווייטער געארבעט געטרייעהייט נאכ'ן ווערען באקריוועדעט און פארפלאנטערט מיט זיין שווער).
דיין פלאגען זעט זיך דיר אויס ווי איין שטיק דורכפאל. אבער טאמער דו ארבעטסט געטריי און די גנבס'ט נישט, גייסטו אין די פיסטריט פון יעקב אבינו, און עס איז נישט לריק. וויכטיגע זאכען שטעקען דערין.
Hang in there.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 10:48 am
דורך טאמבל סאס
טמיר האט געשריבן:יוי ביזטו זיס טאמבעל! א חלק פון די נקודות זענען זעט אויס געבויט אויף מאטאמאטישע חשבונות 1°^456%√÷[TRADE MARK SIGN]/[876]>= גוט צוגעטראפן?
די ערשטע נקודה דיינער איז גראדע עפעס וואס כהאב געטראכט אמאל ענליך. איך לאז א צעטל אינדערהיים "I love you chany, I'll miss you, but I can't continue life anymore. Hugs and kisses!) דערנאך ווער איך פארשווינדן פאר א טאג צוויי, און מען טרעפט מיך ערגעץ נעבן ברידזש. איך קען גאראנטירן אז אלעס ווערט געסעטעלט נאכדעם עצה"ט. איך ציה מיך אריבער צי לינדען נ.ז. און מען קויפט איין מלבושים פאר די גאנצע משפחה ביי מעיסיס, וכו וכו מען לעבט זיך א רואיג לעבן אהן פרעשור פון קיינעם
עס איז נישט קיין וויץ. די געדאנק איז אז הצלחה איז עפעס מער פון וואס ס'איז נאטורליך מעגליך. א חוץ לדרך הטבע. כדי צו קענען מצליח זיין פעלט זיך אויך אויס א מעשה מחוץ לדרך הטבע. די תורה אחת אונטער וואס מ'קען מסתמא אלע דרייצן מקפל זיין איז 'עצלות'. בדרך הטבע איז א מענטש פויל צו טוהן דער מחוץ לדרך הטבע'דיגע עקשן אויב נאטורליך ווערט ער סופארטעד ביי די מענטשן ארום אים גענוג אויף צו סוירווייוון. אויב וויל ער קענען מצליח זיין, גיין פון א נפעל צו א פועל, ברויך ער זיך ארויסרייסן פון דעם עצלות'דיגן ארט דוקא ווען ער איז נישט געצווינגען באמת צו טוהן אזוי. ס'איז פאראן צוויי וועגן דאס צו טוהן. זיך מאכן פליגלען אדער אוועקנעמען דער ערד אונטער זיך. משל למה הדבר דומה. עמיצער וויל זיך לערנען שווימען. אדער ווארפט ער זיך אריין אין וואסער אדער רייסט ער אראפ פון זיין צייט און געלט און קודם נעמט די לעסאנס צו שווימען.
איך זאג נאכאמאל, עצלות איז די סוד די פראבלעם נאר איז, תיכף זיך נעמען צו עצלות איז אוממעגליך ווייל דער עצלות לאזט נישט. ס'איז ווי א שליסל וואס איז פארשפארט אין דעם קעסטל צו וואס ספאסט זיך. און דער אמת איז, דוקא די עקסערסייזעס וואס זעען אויס דוקא ווי זיי וועלן פירן צו דאס פארקערטע, וועלן העלפן אנטקעגן עצלות. ווי למשל מיינדפולנעס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 3:48 pm
דורך תמים
Dear Tumir,
The 1st thing you should stop immediately is the way you talk about yourself. Successful people DON’T talk (or think) like this about themselves EVEN BEFORE they have become successful. “be careful what you say to yourself, remember you’re listening” is how the saying goes.
And to your question: if it has to stay that way? NO, it absolutely doesn’t. I know because I’ve been there exactly where you are and have BH found my way out.
But do understand that success comes from hard work, not only work on your job but ON YOURSELF. In order to have, you must first BE, is a maamer hachochom. Yes, you’re right that some people have that naturally and don’t have to work on themselves too hard but some of us do… actually 97% of the population are not successful, however if these people learn how to just change a little and adjust themselves they can enjoy GREAT success in life.
I struggled for years and felt exactly like you’re describing yourself and thank God I now need a telescope to look back how my life was.
So there IS hope is the short answer, but you’ve got to earn it and you earn it by working on yourself FIRST and while on your job. Unfortunately, the majority of people prefer to be comfortable in the present, successful people prefer to be comfortable in the future.
If you want more info, you can contact me in ishi
Sorry I have problems with my pc writing in Yiddish so replied in English.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 5:29 pm
דורך טאמבל סאס
איך זאג סימילער נאר ווייניגער פריטשינג..
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 5:53 pm
דורך אישתישבי
יהודי פשוט האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:עס איז דיין בליק אויף די געשעהענישען, נישט וואס געשעהן באמת. דער בליק האט א נאמען, עס רופט זיך דעפרעסיע.
פששש.... ממש דברי חכמה.... די האסט גע'ענפערט ווי א קלוגער איד, איך מיין זאלסט אנהייבן אויף נעמען מענטשן און געבן אזעלכע קלוגער עצות און סטעיטמענטס, העסט זיכער מצליח זיין... (שטייצעך נישט אונטער א הונדערטער א שעה)
ביסט נעבעך אנגעווייטאגט פין ספייקי? טראלסטו נאך מיר. לאמיר דיך געבען א עצה. שלינג אראפ וואס דער דאקטאר פארשרייבט אייך, און נידער אראפ פין מיר, איך האב מיט דיר גארנישט. ביסט נישט ווערט זיך מתווכח צו זיין.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:35 am
דורך נולד מאוחר
טאמבל סאס האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:יוי ביזטו זיס טאמבעל! א חלק פון די נקודות זענען זעט אויס געבויט אויף מאטאמאטישע חשבונות 1°^456%√÷[TRADE MARK SIGN]/[876]>= גוט צוגעטראפן?
די ערשטע נקודה דיינער איז גראדע עפעס וואס כהאב געטראכט אמאל ענליך. איך לאז א צעטל אינדערהיים "I love you chany, I'll miss you, but I can't continue life anymore. Hugs and kisses!) דערנאך ווער איך פארשווינדן פאר א טאג צוויי, און מען טרעפט מיך ערגעץ נעבן ברידזש. איך קען גאראנטירן אז אלעס ווערט געסעטעלט נאכדעם עצה"ט. איך ציה מיך אריבער צי לינדען נ.ז. און מען קויפט איין מלבושים פאר די גאנצע משפחה ביי מעיסיס, וכו וכו מען לעבט זיך א רואיג לעבן אהן פרעשור פון קיינעם
עס איז נישט קיין וויץ. די געדאנק איז אז הצלחה איז עפעס מער פון וואס ס'איז נאטורליך מעגליך. א חוץ לדרך הטבע. כדי צו קענען מצליח זיין פעלט זיך אויך אויס א מעשה מחוץ לדרך הטבע. די תורה אחת אונטער וואס מ'קען מסתמא אלע דרייצן מקפל זיין איז 'עצלות'. בדרך הטבע איז א מענטש פויל צו טוהן דער מחוץ לדרך הטבע'דיגע עקשן אויב נאטורליך ווערט ער סופארטעד ביי די מענטשן ארום אים גענוג אויף צו סוירווייוון. אויב וויל ער קענען מצליח זיין, גיין פון א נפעל צו א פועל, ברויך ער זיך ארויסרייסן פון דעם עצלות'דיגן ארט דוקא ווען ער איז נישט געצווינגען באמת צו טוהן אזוי. ס'איז פאראן צוויי וועגן דאס צו טוהן. זיך מאכן פליגלען אדער אוועקנעמען דער ערד אונטער זיך. משל למה הדבר דומה. עמיצער וויל זיך לערנען שווימען. אדער ווארפט ער זיך אריין אין וואסער אדער רייסט ער אראפ פון זיין צייט און געלט און קודם נעמט די לעסאנס צו שווימען.
איך זאג נאכאמאל, עצלות איז די סוד די פראבלעם נאר איז, תיכף זיך נעמען צו עצלות איז אוממעגליך ווייל דער עצלות לאזט נישט. ס'איז ווי א שליסל וואס איז פארשפארט אין דעם קעסטל צו וואס ספאסט זיך. און דער אמת איז, דוקא די עקסערסייזעס וואס זעען אויס דוקא ווי זיי וועלן פירן צו דאס פארקערטע, וועלן העלפן אנטקעגן עצלות. ווי למשל מיינדפולנעס.
ווען עצלות איז באזיגט, שרייב א שטיקל ביאור אויף דיינע י"ג עיקרים. סקוקט אויס אינטערעסאנט.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 10:03 am
דורך Avrom
וועלכע איז שווער
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 6:56 pm
דורך קאצקע ציקער
די וויכטיגסטע זאך אויף דער וועלט צו מצליח זיין איז לדעתי 'ענערדזי' די שאלה איז ווי פארשאפט מען אביסל ענערדזי איינער האט אביסל אוועקצוגעבן.....?
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 7:06 pm
דורך נולד מאוחר
Avrom האט געשריבן:וועלכע איז שווער
לאמיר גיין אויפן סדר.
2 בעט נישט מתנות נעם מתנות. וואס עפעס? נעם וואס פון וועם ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 11:32 am
דורך טאמבל סאס
בעטן מתנות איז פשט מען עקספעקט פון די וועלט, מען האלט מען דעזערווט עפעס, דאס איז די ערשטע שטער צו הצלחה און א רעצעפט פאר אנטוישונג, יאוש און בלעימען זיך. עס געוויינט אויך צו צו לעבן און זיין אנגעוואנדן אין אנדערע. ווי אויך געט עס אנדערע א געלענגהייט דיך צו קאנטראלירן און אריינלייגן אין יענע באקוועמע באבל פון וואנעט ס'איז צו אומבאקוועם זיך ארויסצודערזען. חוץ מזה דערנידערט עס דיר אין יענעמ'ס אויגן. א מענטש דארף זיך האלטן חשובער פון דעם.
אויב איינער אפערט מתנות, די אינסטינקט איז צו דערשראקן ווערן און אפזאגן, ווייל ווער ווייסט וואס יענער וויל, אדער לאמיך זיין נייס און זאגן איך דארף נישט אדער 'קען זיין יענער מיינט נישט שלעכטס אבער איך וועל נאכדעם פיהלן משועבד. דאס איז אלעס 'איבערטראכטן' וואס איז די צווייטע שטער צו הצלחה. דאס איז וואס מענטשן מיינען, דאס פיינקייט פון צופיל איבערטראכטן איז ערגער פון די אינדיפערענץ פון בכלל נישט טראכטן. אז איינער אפערט מתנות נעם עס מיט ביידע הענט און דו דארפסט אפילו נישט שפורן שולדיג, ווייל למעשה האט עס יענער געאפערט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:00 pm
דורך יעקב מענטש
איך קען נישט עדווייזן פאר איינעם וואס דארף צוקומען צו אנדערע אפצוזאגן א מתנה וואס יענער האט אים געאפפערט בחפץ לב ובתשואות חו. אבער די נאטור פון די מענטשהייט איז, אז נאכן זיך צוגעוואוינען צו באקומען ווערט גרינגער צו בעטן, און דערפאר איז באקומען א מתנה פון יענעם ביי מיר בבל יראה ובל ימצא ( איך רעד פון די סארט מתנות וואס יענער צאלט מיר צו 'העלפן' וכו')
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:13 pm
דורך טאמבל סאס
אבער די איינרעדעניש וואס מאנכע האבן איז אז ס'איז דא מענטשן וואס געטן ביי אהנע מתנות. ס'איז נארישקייטן. יעדער קריגט מתנות, אלעמאל. און יעדער האט עמיצער וואס צאלט אים צו וועלן העלפן. ס'הייסט אינטערעסטס. פארוואס? ווייל דו ביסט א היומען ביאינג. נישט אן אביעקט. און א מענטש האט מעמארי און עסענץ. דאס מיינט אז אפילו די משפחה און לאווד וואנס, האבן עקענאמישע אינטערעסן. נאר וואס דען. די וואס נעמען שונא מתנות יחיה צו דער עקסטרים איז פשט אז זיי זאגן מענטשן זענען אביעקטן, נישט נאר איז א מתנה בלויז עקענאמישע אינטערעסן נאר אפילו לאוו און קירבת משפחה איז אויך עקענאמישע אינטערעסן בלויז. און דאס ווערט רעפלעקטעד צוריק צו דער נותן אלס פידבעק, אבוויסעסלי דיסקארעדזשד עס סיי וועמען פון וועלן פרובירן נאכאמאל אדער פון טראכטן אז ס'האט א נוצן. א בחינה פון כמים פנים אל פנים ודוק...
Re: מיזרעבל לעבן
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 3:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאצקע ציקער האט געשריבן:די וויכטיגסטע זאך אויף דער וועלט צו מצליח זיין איז לדעתי 'ענערדזי' די שאלה איז ווי פארשאפט מען אביסל ענערדזי איינער האט אביסל אוועקצוגעבן.....?
איך האב יעצט געליינט אין די ׳בין שני כהנים גדולים׳ א הספד וואס הרב קוק האט געזאגט אויף דער ח"ח זי"ע. האט ער געזאגט אז דער ח"ח איז געווען דער נארמאלער פון דער דור. וואס הייסט? מ׳טרעפט מענטשען וואס האבען אן איבערמאס פון ענערדזי און מענטשען וואס האבען אבען צו ווייניג. דער ח"ח האט געהאט פונקט די ריכטיגע מאס.
אז דו ווילסט אן עצה טובה, זאג איך דיר זיך צוגעוואוינען אין די קליינער זאכען. האסט עפעס צו ערלעדיגען נעקסטע וואך? טו עס יעצט. אז דו דארפסט מאכען א וויכטיגע פאון קאלל, ווארט נישט אויף א רואיגע צייט. און יעצט געדענק איך אז איך האב א פאון קאלל צו מאכען. גוד ביי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 3:16 pm
דורך קאצקע ציקער
וואס איז די גרויסע עצה ליטוואק?
Re: מיזרעבל לעבן
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 3:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז מ׳זאל זיך צוגעוואוינען צו טוהן זאפארט, אפילו ווען עס פעלט נישט אויס צו טוהן זאפארט. וואס מ׳קען טוהן יעצט, טוט מען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 3:46 pm
דורך קאצקע ציקער
וואס האט עס מיט ענערדזי?
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 5:04 pm
דורך יעקב מענטש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ׳זאל זיך צוגעוואוינען צו טוהן זאפארט, אפילו ווען עס פעלט נישט אויס צו טוהן זאפארט. וואס מ׳קען טוהן יעצט, טוט מען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך בין גראדע מסכים מיט דעם, ובפרט ווען ס'קומט צו צאלן הוצאות, וואס איך קען צאלן יעצט צאל איך יעצט איך לייג קיינמאל נישט אפ אויף שפעטער.
אבער איך זעה נישט די גרויסע רעסעפי צו סוקסעס, סך הכל טוט דאס מינימיזירן די דיזעסטער, אז מענטשען טרעפן זיך נישט מיט א בארג חובות פון איין מינוט אויפן צווייטן, אבער איך זעה נישט פארוואס דאס זאל העלפן איינעם 'פארדינען' די 200 אלפים א יאר ער דארף האבן צו לעבן באקוועם?
Re: מיזרעבל לעבן
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 5:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין ענק אלע דן לכף זכות אז איהר זענט אונטער די זיבען און צוואנציג און איהר האט נישט גענוג לעבענ׳ עקספעריענס. עס איז מיר זייער שווער מסביר צו זיין די תועלת דערפון, ובפרט אז איך פיהר זיך ליידער נישט אויף גענוג ווי איך שרייב דא.
עס בלייבט מיר נאר איבער צו זאגען, טעמו וראו כי טוב. נישט נאר צו פארמיידען דיזעסטערס, נאר צו כאפען געלעגענהייטען, צו טוהן מיט חשק וואס מאכט אז אלס גייט שנעלער (כידוע פון ר׳ חיים וואלאזינער אז דער משקל איז איינס צו צען, א שעה מיט חשק איז ווערט צען אן חשק), אנדערע קוקען דיר אן אלס א פארלעסליכער, מ׳טרעפט נייע טאלאנטען דורך פראבירען פארשידענע אונטערנעמונגען לויט די נויט, ועוד ועוד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 8:30 pm
דורך טמיר
די ערגסטע איז נאך ווען קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג כאילו עקזעסטירסט נישט. ענטפער כאטש די אימעיל אדער ריף צוריק סאררי איך וויל נישט וועגן דאס און דאס
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2018 3:10 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין ענק אלע דן לכף זכות אז איהר זענט אונטער די זיבען און צוואנציג און איהר האט נישט גענוג לעבענ׳ עקספעריענס. עס איז מיר זייער שווער מסביר צו זיין די תועלת דערפון, ובפרט אז איך פיהר זיך ליידער נישט אויף גענוג ווי איך שרייב דא.
עס בלייבט מיר נאר איבער צו זאגען, טעמו וראו כי טוב. נישט נאר צו פארמיידען דיזעסטערס, נאר צו כאפען געלעגענהייטען, צו טוהן מיט חשק וואס מאכט אז אלס גייט שנעלער (כידוע פון ר׳ חיים וואלאזינער אז דער משקל איז איינס צו צען, א שעה מיט חשק איז ווערט צען אן חשק), אנדערע קוקען דיר אן אלס א פארלעסליכער, מ׳טרעפט נייע טאלאנטען דורך פראבירען פארשידענע אונטערנעמונגען לויט די נויט, ועוד ועוד.
זייער גוט, דא בין איך מסכים פינף הונדערט פראצענט.
רוב פראבלעמען קומען פין אפשטופן און נישט טוהן וואס מען דארף תיכף ומיד. והדברים ארוכים. עס איז נישט לייכט צו טוישען, אבער מוצלחים זענען אייביג אזעלכע וואס טוהן אליין וואס מען דארף אסא"פ.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:15 pm
דורך שמעקעדיג
איך לייען דעם אשכול און עס טוט וויי.
ליידער דרייען זיך ארום אסאך יונגעלייט אנגעווייטאגט, און וואס אימער מען פרובירט צו טון, פאלט אדורך.
עס איז שווער צו זאגן על רגל אחת די סיבות, בפרט ווען מיר ווייסן נישט וואס טוט זיך אין הימל.
איך וואלט די ערשטע זאך געזאגט, מפשפש זיין בין אדם לחבירו. אפשר אין די פארגאנגענהייט האסטו איינעם וויי געטון און דו זאלסט בעטן יענעם מחילה. דאס איז פון די איינצעלנע חטאים וואס מענטשן ליידן אויף דער וועלט.
דערנאך איז סתם אזוי א קבלה טובה קיינמאל נישט שלעכט. זוך עפעס אין וואס דו ביסט געשלאגן, און פרוביר מתקן זיין לכה"פ מיט בעבי סטעפס (עס איז שווער צו מאכן א טויש אויף איינמאל אין לעבן, געווענליך האלט עס נישט אן צו לאנג).
סתם סגולות זענען פאראן לרחצה, פאראן אזעלכע וואס איז נישט א חוב נאר בתורת נדבה, ווי לערנען חק. און אנדערע וואס זענען מער מענדעטארי, ווי מקבל צו זיין נישט רעדן ביים דאווענען אדער קריאת התורה וכדומה.
איך וואונטש דיר אן א ישועה שלימה בקרוב ממש.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 4:59 pm
דורך קומזיץ
שמעקעדיג האט געשריבן:איך לייען דעם אשכול און עס טוט וויי.
ליידער דרייען זיך ארום אסאך יונגעלייט אנגעווייטאגט, און וואס אימער מען פרובירט צו טון, פאלט אדורך.
עס איז שווער צו זאגן על רגל אחת די סיבות, בפרט ווען מיר ווייסן נישט וואס טוט זיך אין הימל.
איך וואלט די ערשטע זאך געזאגט, מפשפש זיין בין אדם לחבירו. אפשר אין די פארגאנגענהייט האסטו איינעם וויי געטון און דו זאלסט בעטן יענעם מחילה. דאס איז פון די איינצעלנע חטאים וואס מענטשן ליידן אויף דער וועלט.
דערנאך איז סתם אזוי א קבלה טובה קיינמאל נישט שלעכט. זוך עפעס אין וואס דו ביסט געשלאגן, און פרוביר מתקן זיין לכה"פ מיט בעבי סטעפס (עס איז שווער צו מאכן א טויש אויף איינמאל אין לעבן, געווענליך האלט עס נישט אן צו לאנג).
סתם סגולות זענען פאראן לרחצה, פאראן אזעלכע וואס איז נישט א חוב נאר בתורת נדבה, ווי לערנען חק. און אנדערע וואס זענען מער מענדעטארי, ווי מקבל צו זיין נישט רעדן ביים דאווענען אדער קריאת התורה וכדומה.
איך וואונטש דיר אן א ישועה שלימה בקרוב ממש.
איך וויל נישט זאגן ח"ו אז ער גייט קיינמאל נישט האבן פרנסה בריוח איך ווינטש עם פרנסה בנקל ובריוח השפעות עד בלי די,
אבער אז מען קוקט זיך ארום זעהט מען אז עס איז אייביג געוועהן מענטשען וואס האבן אויסגעלעבט זייער יארן און זיך געמוטשעט א גאנץ לעבן אויף פרנסה , פון צדיקים וואס האבן נישט געזעהן קיין שום שלעכטס און דעם ביז מענטשען וואס האבן אוועקגעווארפן זייער יודישקייט וועגן דעם , עס ווענד זיך ווי אזוי מען אקצעפטירט די שוועריקייטן ,
די גמרא און ברכות המעיין בתפלתו סוף בא לידי כאב לב און רש"י איז מבאר אז מען דאווענט און יעצט איז מען שוין זיכער אז די באשעפער מיז טהון וואס די ווילסט פון עם און מ'ווארט עס זאל געשעהן האט מען אסאך מאל כאב לב ווייל נישט אייביג גייט עס געשעהן ,
ווען איינער האט א ווייטאג דארף ער זיך אויסלערנען ווי אזוי צו ג'יין ווייטער און לעבן אפילו ערגעץ און לעבן איז עם באמת שווער און עס שטערט עם טאג נאך טאג און אוודאי דארף מען פרובירן צו העלפן מיט וואס מעגליך , אבער א יעדע מענטש האט גיטע זאכען און לעבן איז אויב מ''נעמט קער פון די ווייטאג דארף עס נישט מאכן די גאנצע לעבן מיזרבעל
איך האב גיטע זאכן און לעבן און איך האב אויך שוועריקייטן עס מיינט נישט אז אלעס איז שווארטץ,
און צו זאגן אז מ'דארף עפעס פארעכטען און דערנאך גייט קומען די ישועה איז נישט גערעכט
וויפוהל ערליכע יודן דערהויבענע יודן האבן נישט קיין פרנסה? און וויפול פורקי עול זענען שווערע מיליאנערן? אונז קענען נישט אנהענגען אונזער פראבלעמען אויף עפעס ווייל אונז ווייסן מיר נישט דרכי השם און אפילו תפלה העלפט אויך נישט אייביג ,
אוודאי דארף מען בעטן און בעטן אבער די באשעפער ווערט נישט יעצט מחויב דיר צו געבן ווייל די האסט געבעטן אדער געטוהן עפעס גיטס
ענדערש זאל מען זיך אויסלערנען ווי אזוי צו צו באהאנדעלט די ווייטאג און שטייגען ווייטער און לעבן.