בלאט 2 פון 4
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 11:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אסאך חסידישע בחורים גייען אין מיליטער, און זיי האבן רבנים וואס שטייען אונטער זיי.
ס'געווען א בחור וואס האט זיך געדרייט אין אושפיצין וואס איז געווען אין מיליטער, ער זאגט אז זיין טאטע איז אויך געגאנגען ווייל די אמרי חיים האט איהם געשיקט, און ער פאלגט די הוראה פונעם אמרי חיים.
דודי זילבערשלאג'ס זון 'טענה'ט אז זיין טאטע איז געווען אין מיליטער, און אלע זיינע ברידער האבן געטון שירות אזרחי.
כ'האב געהערט א טשאלמער פארציילן אז א בחור - א חסיד פון איינער פון די גרעסטע רביס אין א"י - איז געקומען צו איהם ער זאל איהם העלפן זיך ארויסדרייען פון מיליטער, האט ער איהם געזאגט "פארוואס דארפסטו קומען צו מיר, דיין רבי איז דאך א גרויסער עסקן ער וועט דיך קענען העלפן בעסער פון מיר". האט איהם די בחור געזאגט "ביזטו משוגע, ווען איך גיי ווען צום רבי'ן שיקט ער מיר גלייך אין מיליטער".
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:41 am
דורך שמעון וואלף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אסאך חסידישע בחורים גייען אין מיליטער, און זיי האבן רבנים וואס שטייען אונטער זיי.
ס'געווען א בחור וואס האט זיך געדרייט אין אושפיצין וואס איז געווען אין מיליטער, ער זאגט אז זיין טאטע איז אויך געגאנגען ווייל די אמרי חיים האט איהם געשיקט.
דודי זילבערשלאג'ס זון 'טענה'ט אז זיין טאטע איז געווען אין מיליטער, און אלע זיינע ברידער האבן געטון שירות אזרחי.
כ'האב געהערט א טשאלמער פארציילן אז א בחור - א חסיד פון איינער פון די גרעסטע רביס אין א"י - איז געקומען צו איהם ער זאל איהם העלפן זיך ארויסדרייען פון מיליטער, האט ער איהם געזאגט "פארוואס דארפסטו קומען צו מיר, דיין רבי איז דאך א גרויסער עסקן ער וועט דיך קענען העלפן בעסער פון מיר". האט איהם די בחור געזאגט "ביזטו משוגע, ווען איך גיי ווען צום רבי'ן שיקט ער מיר גלייך אין מיליטער".
אודאי זענען דא יחידים וועם מ'שיקט אין מיליטער ווי איידער זיך דרייען אין די גאסן and get into trouble, אבער דאס איז נאר א בדיעבד בבחינת בוחר הרע במיעוטו.
אדרבה, לאמיר הערן וועלכע רב הייסט גיין אין מיליטער לכתחילה
דיסקלעימער: איך וויל נישט אויסקוקן ווי די קנאי דא, איך זאג נישט מ'זאל יא גיין אדער נישט גיין. נאר ווי ווייט איך ווייס, ביי די חרד'ישע קרייזן וויל קיינער נישט אז זיינע קינדער זאלן זיין אין מיליטער
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:44 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואס מיינט לכתחילה? אז א בחור א מתמיד וואס לערנט 10 שעה א טאג זאל מען שיקן?
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:46 am
דורך שמעון וואלף
קוק וואס בערל האט געשריבן. לשיטתו, טאר מען נישט העלפן בחורים זיך ארויסדרייען פון מיליטער
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:48 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך שטעל זיך פאר אז די חרדישע רבנים און רביס שיקן נאר אין מיליטער אזעלכע סארט בחורים וואס מ'וואלט געשיקט ארבעטן.
Re: א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:51 am
דורך קפה נמס
לפי ידיעתי איז נישטא קיין איין חרדי'שע רב/רבי/מנהיג וואס גיבט רשות פאר בחורים צו גיין אין מיליטער אפי' אויב ער לערנט ניטאמאל 15 מינוט א טאג.
Re: א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:55 am
דורך קפה נמס
שמעון וואלף האט געשריבן:די קרייזן וואס זענען א טייל פון די מדינה קומען דערווייל נישט ארויס מיט א מלחמה דערקעגן ווייל זיי האלטן אז מיט פארהאנדלונגן וועט מען מער אויפטון. די סאטמערע האלטן אז מ'דארף עס שוין פייטן. אבער קיינער זאגט נישט ווי דיר אז מ'זאל גיין אין מיליטער
לאמיר טאקע הערן @שמעון וואלף, וויאזוי האלטן די סאטמארע איז א גוטע וועג עס שוין צו פייטן? לאמיר פארשטיין די מהלך?
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:56 am
דורך שמעון וואלף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז די חרדישע רבנים און רביס שיקן נאר אין מיליטער אזעלכע סארט בחורים וואס מ'וואלט געשיקט ארבעטן.
שוין. זעמיר אויפ'ן זעלבן פעיזש
Re: א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:59 am
דורך קפה נמס
שמעון וואלף האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז די חרדישע רבנים און רביס שיקן נאר אין מיליטער אזעלכע סארט בחורים וואס מ'וואלט געשיקט ארבעטן.
שוין. זעמיר אויפ'ן זעלבן פעיזש
א שאד זיך פארצושטעלן זאכן פון 5,000 מייל אוועק. איר קענט איין ערליכער בחור וואס האט באקומען א היתר צו גיין אין מיליטער פון א חרדי'שע רב/רבי?
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:00 am
דורך רביה''ק זי''ע
קפה נמס האט געשריבן:לפי ידיעתי איז נישטא קיין איין חרדי'שע רב/רבי/מנהיג וואס גיבט רשות פאר בחורים צו גיין אין מיליטער אפי' אויב ער לערנט ניטאמאל 15 מינוט א טאג.
לפי ידיעתי איז דיין ידיעה אומריכטיג.
Re: א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:02 am
דורך קפה נמס
במחילת כבודך האט איר זיך פריער נאר פארגעשטעלט, יעצט ווייסט איר שוין..
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
קפה נמס האט געשריבן:א שאד זיך פארצושטעלן זאכן פון 5,000 מייל אוועק. איר קענט איין ערליכער בחור וואס האט באקומען א היתר צו גיין אין מיליטער פון א חרדי'שע רב/רבי?
איך בין כמעט זיכער אז אלימלך זילבערשלאג וואלט נישט געגאנגען אן די הסכמה פון סערעטער רבי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:07 am
דורך רביה''ק זי''ע
קפה נמס האט געשריבן:במחילת כבודך האט איר זיך פריער נאר פארגעשטעלט, יעצט ווייסט איר שוין..
דאס געשעהט ווען מ'ליינט האלבע אשכולות.
הייב אן פון
דא.
Re: א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:09 am
דורך קפה נמס
(רעדאגירט נישט צו לאזן א תגובה קעגן א יחיד) דו ברענגסט א ראי' פון א יחיד וואס איין זוך אין גוגל איז אלעס מסביר. ודי בזה.
Re: א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:12 am
דורך קפה נמס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קפה נמס האט געשריבן:במחילת כבודך האט איר זיך פריער נאר פארגעשטעלט, יעצט ווייסט איר שוין..
דאס געשעהט ווען מ'ליינט האלבע אשכולות.
הייב אן פון
דא.
איך האב עס געזעהן. דו קענסט מיר זאגן איין חרדי'שע רב/רבי וואס גיבט היינטיגע צייטן רשות צו גיין אין מיליטער?
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:12 am
דורך רביה''ק זי''ע
און וואס איז מיט זיין טאטע? און זיינע ברידער? לויט ווי איך האב געהערט זייענדיג אין א"י (נישט 5,000 מייל אוועק) זענען זיי נישט די איינציגסטע משפחה אזוי, אויך האסטו פארגעסן אז ער דרייווט נישט ווייל זיין רבי לאזט נישט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:19 am
דורך רביה''ק זי''ע
שמעון וואלף האט געשריבן:שוין. זעמיר אויפ'ן זעלבן פעיזש
כמעט. דו רופסט עס 'בוחר ברע במיעוטו', איך קוק עס אן די זעלבע ווי גיין ארבעטן. קען זיין אז ביי דיר איז ארבעטן אויך 'בוחר ברע במיעוטו', דאן זעמיר טאקע אויפ'ן זעלבן פעיזש.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:33 am
דורך רביה''ק זי''ע
קפה נמס האט געשריבן:דו קענסט מיר זאגן איין חרדי'שע רב/רבי וואס גיבט היינטיגע צייטן רשות צו גיין אין מיליטער?
פארוואס זאל היינטיגע צייטן אנדערש ווי אמאל? איך גלייב אז היינטיגע צייטן זענען טאקע דא ווייניגער וואס שיקן בפירוש, פשוט ווייל היינט איז א פרומע וועלט, אבער ס'נאך דא גענוג וואס שיקן. גראדע ווייס איך פאר א פאקט פון א גרויסע רבי וואס שיקט, מפי חסידיו ומפי מתנגדיו.
איך וויל נישט סתם אזוי זאגן קיין נעמען פון קיין לעבעדיגע, ווייל אויב שיקט ער ווערט ער אויטאמאטיש א שגץ, און מ'דארף זיך בכלל נישט רעכענען מיט זיין דעה. דער אמרי חיים'ס נאמען קען איך זאגן, ווייל ער בלייבט הייליג און זיין מיינונג מיינט עפעס ביי דיר סיי וואס ער זאל נאר האלטן.
אין לך אדם שאין לו שעה
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 3:10 pm
דורך איש את רעהו
$101.422.00 איז שוין אריינגעקומען
יש קונה עולמו בשעה
נעמט א טייל
https://www.mercazhatsola.com/hour-campaign/הצילו !!
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 3:41 pm
דורך בן ישי
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 5:05 pm
דורך יעקב מענטש
האמיר היינט געקויפט 15 מינוט
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 7:37 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי: דער דאזיגער עד פאר מרכז הצלה איז אויכעט בהברה אשכנזית...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 7:39 pm
דורך בן ישי
berlbalaguleh האט געשריבן:בן ישי: דער דאזיגער עד פאר מרכז הצלה איז אויכעט בהברה אשכנזית...!
וואס? ווידיאו? ס'געאסר'ט... אה כ'האב פארגעסן אינטערנעט איז אויך גע'אסר'ט אבער פאר געלט...