"מענדעלע"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אייביג ווען מ׳קארנערט דיך נעמסטו זיך רעדן נישט צום זאך?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


מען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

בנוגע דעם חזו''א, כ'האב נישט געליינט די גאנצע אריכות לעיל, אבער דאס איז איז אנגענומען אז דער רב'ה* זללה''ה פלעגט זיין א אחד בפה ואחד בלב לגבי כל מיני ענינים.

(*החזו"א)

[מה שהשבתי למישהו בפרטי: כמובן, אוודאי וועגן דרכי שלום, און בכלל איז ער געווען א שתקן, אבער פאר שטוב מענטשן האט ער געלאזט וויסן וואס ער האלט.]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום איש חזון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: "מענדעלע"

שליחה דורך אונטער חכם »

newkave האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


מען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.

איך ווייס נישט וואס בעלזער רבי'ס ניק איז, אבער עס איז לכאורה נישט ליטוואק.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

טאמבל סאס האט געשריבן:ס'שמעקט פון ונבנתה.

ווי זוי שמעקט דער ונבנתה פערפיום? אז ס'פיין וועל איך עס קויפן פאר מיין אשת חיל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

newkave האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


מען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.

איך וויל דיך דן זיין לכף זכות אז דיין טאטע האט דיך נישט אויסגעלערנט צו רעדן ווי א נארמאלע מענטש.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

בנוגע דער חזון איש, האב איך אמאל געהערט אז ס'געווען א משנה ראשונה און משנה אחרונה. אין אנהייב האט ער מיטגעברענגט א טיפישע מתנגד'שע שטעלונג און למעשה ווען ער האט זיך נענטער באקענט מיט חסידים האט ער אנטוויקלט א רעספעקט פאר זיי.
אגב, דאס זעלבע איז געווען אין אמעריקע, ווען די ליטווישע גדולים האבן זיך באקענט אביסל מיט חסידישע גדולים און דער חסיד האט זיך איבערצייגט אז דער ליטוואק איז נישט אזא קאלטער און דער ליטוואק האט זיך איבערצייגט אז דער חסיד איז נישט אזא עם הארץ.
כ'האב אפילו געהערט א שיינע הגדרה וואס דער חזון איש האט געזאגט אויף חסידישע אידן, עפעס אז די פריערדיגע האבן אנגעצינדן א פייער און ס'ברענט ביז היינט. כ'ווייס נישט אויב ס'האט א מקור.
בעני בראון ארבעט ארום אהין און צוריק אין זיין ספר וועגן דעם חזון איש'ס באציאונגען לגבי חסידים, כ'מיין ער האלט אז ער איז געווען קעגן חסידים, אבער למעשה האט ער נישט קיין קלארע באוויזן צו קיין שום זייט נאר כדרכם הקלוקל פון די חוקרים מוז מען אויף יעדע שטות בויען בנינים און ציען מסקנות און מאכן פשט'לעך און נאכדעם ווערט עס שוין תורה מסיני.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

אקעי, הערטס אויף... צוריק צו מענדעלע...

וואס נאך איז נייעס?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מען בויט א גאנצע בנין ווייל דער חזון איש האט געהאלטען אז פאר א בחור איז בעסער צו לערנען אין א ליטווישער ישיבה און נישט אין וויזניץ ווי ער וועט זיך לערנען זינגען.

כאילו ווי דער ישועות משה האט געוואלט אז בחור זאל דוקא לערנען אין פאנעוויזש און נישט אין וויזניץ, ווייל אין פאנעוויזש וועט מען אים אויסלערנען דאווענען מיט התלהבות און עסען אש קודש שבת.

דער מעשה אפילו אויב אמת ווייזט אויף גארנישט. יעדער איז ענטייטעלט צו האלטען אז זיין דרך איז די בעסטע, און אנווייזען אינגווארג צו גיין אין דעם דרך. עס מיינט נישט אז ער האט געהאלטען אז וויזניץ איז עבודה זרה וכו'.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:מען בויט א גאנצע בנין ווייל דער חזון איש האט געהאלטען אז פאר א בחור איז בעסער צו לערנען אין א ליטווישער ישיבה און נישט אין וויזניץ ווי ער וועט זיך לערנען זינגען.

כאילו ווי דער ישועות משה האט געוואלט אז בחור זאל דוקא לערנען אין פאנעוויזש און נישט אין וויזניץ, ווייל אין פאנעוויזש וועט מען אים אויסלערנען דאווענען מיט התלהבות און עסען אש קודש שבת.

דער מעשה אפילו אויב אמת ווייזט אויף גארנישט. יעדער איז ענטייטעלט צו האלטען אז זיין דרך איז די בעסטע, און אנווייזען אינגווארג צו גיין אין דעם דרך. עס מיינט נישט אז ער האט געהאלטען אז וויזניץ איז עבודה זרה וכו'.


ווען די חזו״א וואלט ווען געהאלטן אז פאר יענער ספעציפישער בחור איז בעסער צולערנען אין א ליטווישע ישיבה וואלט ער געזאגט ״איך האלט אז פאר זיין תועלת וואלט בעסער געוועהן ווען ער גייט לערנען אין א ליטווישע ישיבה״. דערווייל האט ער אבער געזאגט ״וואס וועט ער זיך דארט לערנען, זינגען״ וואס דאס הייסט מעהר ווייניגער מזלזל געוועהן אין עדה אידן וואס גייען אין די דרך-החסידות. און נאכדערצו מיט א ליגענט. כ׳האב טאקע נישט צופיל געליינט וועגן דעם חזון איש, אבער די חזון איש וואס כ׳האב-געהערט-פון האט נישט גערעדט אין דער וועלט אריין... יעדע ווארט איז געוועהן געמאסטן און געוואויגן. די חזון איש וואס כ׳קען איז געוועהן ״קארעקט״, למעשה האט מען אין וויזניץ 95 פראצענט געלערנט און נאר פינף פראצענט געזינגן... מהאט נאר געזינגען שבתים און ליל שישי די רעשט פון די צייט איז מען געזיצן און געהארעוועט אויף תורה. גענוג און נאך תלמידי חכמים זענען אויפגעוואקסן אין וויזניץ און וועלכע בחור סהאט געוואלט דארט שטייגן בתורה איז טאקע געשטיגן און אויפגעוואקסן א ת״ח, ווידער די אנדערע זענען אויפגעוואקסן חסידישע ערליכע אידן, וויזניץ האט נישט געקענט זיין א ישיבה נאר למצוינים ווייל ס׳איז א ישיבה וואס באלאנגט צו א חסידות און מ׳מוז יעדעם פון די חסידות אננעמען. אויב ליטוואק׳ס מעשה איז טאקע אמת (וואס איך גלייב נאכנישט דערווייל) האט די חזו״א גענטפערט מיט ״א טשעפע״ אקעגן וויזניץ און חסידים און סאיז זייער נישט חזון-איש-לייק...

צווייטענס:
דער חזון איש האט געמעגט האלטן וואס ער וויל וועגן זיין דרך אין עבודת ה׳ אבער דא לויט ליטוואק׳ס מעשה זענען זיי געוועהן יתומים פון א וויזניצער משפחה און ער האט זיך אפגעגעבן מיט זיי, און דער בחור קומענדיג פון וויזניץ האט געהאט א נאטורליכע שאיפה צוגיין צו די פראקציע ווי זיינע עלטערן און אור עלטערן זענען אויפגעוואקסן. און דער חזו״א אלץ אפוטרופוס פון די קינדער וואלט זיך געדארפט רעכענען מיט דעם און לכה״פ נישט אוועקמאכן יענעמס דרך ה׳.
איך ווייס איין זאך. איך בין נישט קיין חסיד פון סקווירא. אויב אבער ווער איך מארגן א אפוטרופוס פון יתומים, ״יענעמס קינדער״ וואס זענען אויפגעוואקסן אין סקווירא און די קינד וויל גיין לערנען אין סקווירא וואלט איך אים דארט געשיקט. און זיכער אז איך וואלט נישט מזלזל געוועהן אין זיין חסידות פון זיינע עלטערן און געזאגט מיין עכטע מיינונג אויף סקווירא... און פון וויזניץ ביז סקווירא איז דא אסאך א קלערנע חילוק ווי פון וויזניץ ביז פאנעוויטש. אויב די עכטע טאטע פון די קינדער וואלט זיי געשיקט לערנען קיין ווינזיץ בשעת ער האט געלעבט און דאס קינד האט געוואלט גיין לערנען קיין ווינזיץ איז דא א גרויסע סימן שאלה אויפן חזון איש אפילו ער האט געהאלטן אז זיין דרך אין עבודת ה׳ איז ריכטיג. מענטשליכקייט און יושר׳דיג איז עס נישט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

גדליה, אודאי דארף מען טריטן מענדעלע מיט ריספעקט ער איז צלם אלקים , אבער אין משגעים הויז.
סאיז דא גדרים נישט קיין ריזיגע וואס איז מחלק פון גוטס שלעכטס. סאיז בכלל נישט קיין חכמה צי האבן אן עין טובה אויף אזא איינעם , בפרט ווען זיין מענדלישקייט האט א דיירקטע השפעה אויף צענדליגע מענטשען.
צים וויניגסטענס איז ער א קליין קינד, איז דאס נארמאל א תינוק זאל זיין מנהיג פאר ערוואקסנע. איך האלט ער טאר נישט וויסן אז א מאמע טראגט א קינד בויך פאר זי געבוירט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גדליה האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:מען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.

איך וויל דיך דן זיין לכף זכות אז דיין טאטע האט דיך נישט אויסגעלערנט צו רעדן ווי א נארמאלע מענטש.

ס'איז נישט דאס, ס'איז נאר זיין מענדעלע.....
וירח ה' את ריח הניחוח
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ס'איז מיר א פלא אז קיינער דערמאנט נישט אז דער ראש ישיבה אין וויזניץ איז דאן געווען ר' גדליה נדל, מגדולי תלמידי החזו"א, און פארדעם האבן דארט געלערנט די אלע באמבע קעפ וואס זענען שפעטער געווארן די מורדים. עס קען נאך אלס זיין אז די מעשה איז אמת אז דער חזו"א האט זיך אזוי אויסגעדריקט, אבער ווען מ'ווייסט דעס האט עס גאר א אנדערע באדייט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: "מענדעלע"

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער איז ערשט געווארען ראש ישיבה נאכ׳ן פטירה פון דער חזו"א, ולק"מ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

שמעקעדיג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:מען ברויך דעם ליטפאק דן זיין לכף זכות. קאן זיין אז ער האט בשעת'ן שרייבן דאס תגובה געהאלטן בעפאר'ן ארייננעמען די אכציג טויזענט קאלעריעס מיטאג, צו זעטיגן דאס גרויסן געביידע.
חוץ פון דעם, דארף מען פארשטיין אז ער פרובירט צו זיין ווי זיין ראשעשיבע, דער אלטע בני ברק'ע שאך, זאל ער רעסטן אין פיס.

איך וויל דיך דן זיין לכף זכות אז דיין טאטע האט דיך נישט אויסגעלערנט צו רעדן ווי א נארמאלע מענטש.

ס'איז נישט דאס, ס'איז נאר זיין מענדעלע.....

:like :like :like :like
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער איז ערשט געווארען ראש ישיבה נאכ׳ן פטירה פון דער חזו"א, ולק"מ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הרב נאדעל האט געקענט זינגען?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך ווייס נישט בנוגע זינגען, אבער ווען מען האט אים פארשיקט האט מען אים געלערנט טאנצען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

פארוואס האט מען אים פארשיקט? דערצייל. אפשר עפן אן אשכול אויף דעם מערקווירדיגן דמות פון הרב נאדעל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

גדליה האט געשריבן:פארוואס האט מען אים פארשיקט? דערצייל. אפשר עפן אן אשכול אויף דעם מערקווירדיגן דמות פון הרב נאדעל.


ווארשיינליך צוליב דעם וואס ער האט געזאגט ר''ה אויף די נאכט ביים אריינבייסן אינעם שעפסל קאפ, יה''ר שנהיה לראש ולא לזנב...אין די צייט וואס וויזניץ זאגט מען קאפויער....
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמערל האט געשריבן:ס'איז מיר א פלא אז קיינער דערמאנט נישט אז דער ראש ישיבה אין וויזניץ איז דאן געווען ר' גדליה נדל, מגדולי תלמידי החזו"א, און פארדעם האבן דארט געלערנט די אלע באמבע קעפ וואס זענען שפעטער געווארן די מורדים. עס קען נאך אלס זיין אז די מעשה איז אמת אז דער חזו"א האט זיך אזוי אויסגעדריקט, אבער ווען מ'ווייסט דעס האט עס גאר א אנדערע באדייט.


ווען איז ר׳ גדלי נדל געקומען קיין וויזניץ?
די אלע ״באמבע קעפ״ זענען לכאורה געקומען קיין וויזניץ פאר ר׳ גדלי נדל. אפשר ממש געציילטע. איך קען קיינעם נישט. רוב מורדים זענען געקומען/געשטאמט פון וויזניצער חסידים פון אינדערהיים, אדער וואס זענען געקומען קיין ווינזיץ גלייך נאכן קריג. אדרבה לאמיר הערן ווער?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:פארוואס האט מען אים פארשיקט? דערצייל. אפשר עפן אן אשכול אויף דעם מערקווירדיגן דמות פון הרב נאדעל.


ווארשיינליך צוליב דעם וואס ער האט געזאגט ר''ה אויף די נאכט ביים אריינבייסן אינעם שעפסל קאפ, יה''ר שנהיה לראש ולא לזנב...אין די צייט וואס וויזניץ זאגט מען קאפויער....


נאר אין מרכז ויז’ניץ-א געוויסע ברענטש פאר ווינזיצער חסידים וואס זענען ״ברעי״ן דע״ט״...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איך קען עטליכע פון די מורדים. טאקע חשוב'ע חסידישע אידן, אבער גאנץ ווייט פון "באמבע קעפ".
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ר' אליעזר דוד פאל איז גאנץ א שטיקל באמבע.

כ'בין נישט קיין וויזניצער אדער א היסטאריקער, אבער ווי איך געדענק הערן איז וויזניץ בזמן פון ר' גדליה געווען א ישיבה וואס האט געשמ'ט פאר א מקום פאר חסידישע בחורים וואס ווילן חוץ זינגען און זאגן תהילים, אויך קענען א בלאט גמרא.
פארשפארט