בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 4:54 am
דורך שבת אחים
אין ספר מעשה איש שטייט אז ביי די לוי׳ פון דער אהבת ישראל (ווען מ׳האט ארויפגעברענגט זיין ארון פון רומעניע קיין אר״י) און מ׳איז א דורך געגעאנגען דעם הויז פון דער חזון איש זצ״ל איז ער ארויסגעקומען און באגלייט די ארון א לאנגע וועג ביז נאך די סתימת הגולל... אפשר וועט ליטוואק קענען מסביר זיין פארוואס די חזו״א איז זיך געקומען באטייליגן ביי א לוי׳ פון אזא לץ און א פערפאומער/זינגער ווי דער אהב״י... אפשר ווייל ער האט געוואוסט אז ער איז געוועהן א גאון און א צדיק וואס האט געהאלטן צענדליגער טויזנטער אידן אין רומעניע ביי אידישקייט מענטשען וואס האבן וועגן זייער ארימקייט און די דחקות פון די אמאליגע צייטן נישט באקומען קיין שום עדיוקאציע און חינוך און זענען אויפגעוואקסן ווי אומגעלערנטע פויערן אבער מיט דעם אלעמען געוואלט זיין גוט און ערליך, און דער אהבת ישראל האט זיי אריינגענומען מיט ליבשאפט און זיי געהאלפן ברוחניות ובגשמיות. ליטוואק דער חזו״א איז געגאנגען צו די לוי׳ פונעם אהב״י אלץ מליצות???

סאיז אפילו דא א גירסא (ווער סווייסט מעהר זאל זאגן) אז הגה״צ טשימפער רב זצ״ל (מגדולי חסידי וויזניץ-דער אמרי חיים פלעגט אים פרעגן אלע שאלות אין הלכה) האט געפרעגט דעם חזו״א צי מזאל נישט לייגן דעם אהבת ישראל אין ירושלים, צפת, טברי׳ און דער חזו״א האט געזאגט מ׳זאל אים לייגן דא אין ב״ב, ער וועט זיין פאר מיר א ״שכן טוב״. פאר הרב היילפרין די אייגענטימער פון די ביה״ח האט ער געזאגט די זעלבע זאך...

אויך איז כדאי ליטוואק זאל פארענטפערן וואס איז פשט אז דער הייליגער חפץ חיים וואס האט נאר באזיצט בערך 30 אייגענע ספרים מיט זיין זיגל, און איינע פון דעם איז א ״אהבת שלום״ פון הרה״ק ר׳ מענדלע קאסובער זצ״ל דער ערשטע פון די קאסובער-וויזניצער רביס און זוהן פון הרה״ק ר׳ יעקב קאפיל חסיד, די בעל-תפילה פון בעש״ט און איינע פון די בעש״ט׳ס חברייא??? יעדע פון זיינע ספרים האט ער געלערנט דערינען (נישט ווי היינטיגע צייטן) און מקען קלאר זעהן אז ער האט געלערנט דערינען. זעהט זיך אויס אז דער הייליגער חפץ חיים האט געלערנט ״חסידישע ספרים״ און געשעפט פון די קאסובער ברינע.... ביטע זאג מיר נישט אז דאס איז אלעס מליצות :lol:

נשלח: זונטאג יולי 29, 2018 2:46 am
דורך שבת אחים
״בוקאווינער וויזניצער פויערן״...
viewtopic.php?f=8&t=12475

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2018 9:39 pm
דורך שבת אחים
ר׳ ישעילע טשחויבער זצ״ל איז אמאל מיטגעפארן מיט די וואגן פונעם סב״ק, גלייך דענעבן איז געזיצן דער סב״ק׳ס טאכטער הרבנית העניא הי״ד ער האט זיך שטארק געוואונדערט אויפדעם, ווייל אין צאנז איז נישט געוועהן איינגעפירט אז די טעכטער פון די רבי זאל זיצן אינאיינעם מיט די מענער. נאכדעם ווי ער האט אבער געהערט וויאזוי די סב״ק האט געזאגט תהילים האט ער געזאגט: ״אויף אים פרעג איך נישט קיין קשיות ווייל ווען איך האב אים געהערט זאגן תהילים בין איך ממש אויס געגעאנגען פון מתיקות״...

(ישראל סבא קדישא-חלק ב׳ מהרה״ח ר׳ יוסף בהרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 1:06 am
דורך שבת אחים
א איד איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האט אים דער לעלובער רבי זצ״ל געפרעגט: צו וועלכע רבי ביסטו געפארן אין חו״ל האט דער איד גענטפערט צום וויזניצער רבי (דער אהבת ישראל) האט די לעלובער רבי זיך אנגערופן:

״די וויזניצער רבי האט ליב אידן און איז די רבי פון די רבי׳ס״...

מקור: שיחות אור מרדכי מוויזניץ זצ״ל

הספר ״ישראל סבא קדישא״ חלק ב׳ מהרה״ח ר׳ יוסף בהרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל -יד ימינו של הסב״ק מוויזניץ זצ״ל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 6:19 pm
דורך שבת אחים
[center]די שייכות פונעם ״חזון איש״ מיט זיינע שכנים ״שיכון וויזניץ״[/center]

היות [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] האט געשריבן אז די חזון איש האט זיך אויסגעדרוקט אויף וויזניץ מיט ביטול האב איך געוואלט אפשרייבן די אמתע שייכות פונעם ״חזון איש״ מיט זיינע שכנים ״שיכון וויזניץ״.

קודם כל איך האב אנגעפרעגט אפאר אידן וואס קענען זיך אויס מיט די פאליטיק און די אלטע היסטאריע פון שיכון וויזניץ נאכן קריג און קיינער ווייסט נישט צוזאגן פון אזא מעשה! איך האב אפילו אנגעפרעגט ביי די שעכטער משפחה און זיי ווייסן נישט צוזאגן פון אזא זאך אז דער חזון איש זאל חלילה האבן געזאגט אזא זאך... פארקערט יעדער זאגט:

דאס איז בכלל נישט געוועהן דער חזון איש׳ס שפראך-ער וואלט קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך און אוועקגעמאכט א עדה פון ערליכע אידן-אפילו ער וואלט טאקע באמת געהאלטן אזוי.

דער חזון איש האט זייער שטארק מחשיב געוועהן וויזניץ און זיך אויסגעדרוקט גרויסע זאכן אויף דער ״אהבת ישראל״ און אויף ״שיכון וויזניץ״... פונקט פארקערט פון וואס ליטוואק שרייבט.

אלעס וואס איך שרייב האט א מקור מוסמך.

1)בשעת מ׳האט מייסד געוועהן שיכון וויזניץ און מ׳האט געבויעט די ת״ת און די מיידל שולע וואס מ׳האט גערעדט נאר אידיש איז דער חזון איש געוועהן מלא שמחה און ער האט געשיקט א ״גרויסע סכום״ געלט פאר א נדבה צו די נייע ״שיכון-וויזניץ״ און די מוסדות.

2)ווען הרה״ק ר׳ יואל מ׳סאטמאר זצ״ל איז געקומען באזוכן די חזון איש האט אים די חזו״א געוויזן מיט די פינגער ביי די פענסטער אויף שיכון וויזניץ און זיך אנגערופן איר זעהט? ״דאס איז א הייליג מקום״... (סאיז נאך דאן נישט געוועהן קיין בנינים צווישן זיין הויז און שיכון וויזניץ-סאיז געוועהן ליידיג און מ׳האט געקענט זעהן די שיכון פון זיין פענסטער)

3)ווען מ׳האט ארויפגעברענגט די אהבת ישראל׳ס ארון פון רומעניע קיין ארץ ישראל האט לכתחילה דער אמרי חיים געוואלט לייגן דעם אהבת ישראל אין צפת אדער אין טברי׳ נאר די חזון איש האט געבעטן הרה״צ טשימפער רב זצ״ל (וואס האט זיך דאן אפגעגעבן מיט דעם) אז מ׳זאל אים לייגן דא אין בני ברק און ער וועט זיין פאר מיר א ״שכן טוב״...

ביי די לוי׳ האט די חזון איש באגלייט די ארון א לאנגע וועג און איז געבליבן דארט ביז נאך די סתימות הגולל.


4)ווען די ארון פון די אהבת ישראל איז אנגעקומען קיין אר״י, צום פארט אין חיפה פארן אריינלייגן אין די קאר פון הרה״ח ר׳ שלמה ניימאן ז״ל האט זיך איין שטיקל האלץ צובראכן און מ׳האט געקענט אריינקוקן אין די ארון- און מ׳האט געזעהן אז די אהבת ישראל איז גאנץ. ווען מ׳האט עס פארציילט פארן חזו״א האט ער לכתחילה געוואלט אז מ׳זאל עפענען די ארון און אים באגראבן כמנהג אר״י -ער האט געזאגט ״זאל יעדער זעהן אז א צדיק און קדוש עליון איז נישט שולט קיין רימה״ (אפילו סאיז געוועהן פערצן יאהר נאך די הסתלקות...)
אבער דער אמרי חיים האט נישט געוואלט, ווייל די אהב״י איז געוועהן א בכור, און די מנהג אין חו״ל איז געוועהן אז א בכור באגראבט מען מיט ארון-שלם.

5)בשעת מ׳האט געבויעט ביהמ״ד וכולל חזו״א אין זכרון-מאיר האט דער חזו״א געזאגט פאר הרה״ק ר׳ יודלע האראוויץ מדזיקוב זצ״ל ״איך בין ב״ה ארומגענומען מיט תורה פון איין זייט ״כולל חזו״א״ און פון די אנדערע זייט ״שיכון וויזניץ״...

6)דער חזו״א האט געזאגט פאר הרה״ח ר׳ פישל פעלדמאן ז״ל (מותיקי חסידי ווינזיץ) ״דער וויזניצער רבי האט אויסגעצויגן די חרדישע ישוב פון בני ברק״.

(די מעשה האב איך שוין געשריבן אמאל דא אין שטיבל)
7)די מעשה ווערט געברענגט אין ספר ״מעשה איש״: א איד איז געקומען צום חזון איש זיך צו דורכרעדן וועגן קויפן א נייע הויז אין בני ברק אין די בראשית יאהרן, נאכן קריג. די איד האט אים געזאגט אז מ׳טראגט אים אן א הויז אין ״שיכון וויזניץ״ און ס׳געפעלט אים זייער. האט דער חזו״א געזאגט אז ער זאל עס נישט קויפן. האט ער אים געפרעגט פארוואס נישט? האט ער געזאגט ״מיט דעם וואס דו קויפסט א הויז אין שיכון וויזניץ ביסטו נישט מרחיב גבולי הקדושה ווייל וויזניץ איז דאך שוין גבולי הקדושה יעצט דארפסטו זעהן צו קויפן ביים עק פון שטאט און דארט פארשפרייטן אידישקייט״

8)ר׳ דוד פרענקל איז געגעאנגען שפאצירן מיטן חזו״א און זיי זענען דורך געגעאנגען לעבן וויזניץ האט אים די חזו״א געוויזן די בנין הישיבה און געזאגט ״די וויזניצער ישיבה איז א גיטע ליכט״.

9)אמאל ווען דער חזו״א איז געגאנגען שפאצירן לעבן וויזניץ האט ער זיך אנגערופן ״דא זינגט מען זמירות אזויווי די לוים האבן געזינגען אין ביהמ״ק״

10)הרה״ח ר׳ אברהם בערגער ז״ל איז געוועהן א מגי״ש אין וויזניץ און ער פלעגט נעמען די וויזניצער בחורים פארהערן ביים חזו״א. ער פארציילט אז בשעת דער חזו״א האט פארהערט די בחורים איז ער געוועהן ״מלא שמחה״ אז אין די נייע שיכון איז מען ״מחזירים עטרה ליושנה״.

11)אין ״חינוך עצמאי״ איז געוועהן איין כתה וואס זענען געוועהן ״מסלתה ומשמנה״ פון בני ברק און זיי פלעגן גייען צום חזו״א פאר בחינות. איין מאל האט דער חזו״א זיי פארהערט און דערנאך האט ער גערופן זייערע עלטערן און זיי געזאגט אז זיי זאלן שיקן זייערע קינדער אויף וויזניץ! האבן די עלטערן געפרעגט: די רבי האט דאך אונז געהייסן שיקן די קינדער צו ״חינוך עצמאי״ האט ער געזאגט ״דעמאלטס איז נישט געוועהן קיין אנדערע ברירה, סאיז נישט געוועהן קיין אנדערע ישיבות, אבער יעצט אז סאיז ב״ה דא וויזניץ וואס מ׳לערנט דארט אין ״אידיש״ וואס דארף מען שיקן די קינדער אין א פלאץ וואו מ׳לערנט אין עברית״

מקורות:

1)אבי מורי שליט״א
2)דודי הרה״ח הגאון ר׳ משה וויזל שליט״א
3)הרה״ח הגאון ר׳ ישעי מאיר ניימאן שליט״א-בדחנא דמלכא
4)הרה״ח ר׳ דוד (ברי״ב) לאקס שליט״א
5)ספר ״קדוש ישראל״ מהרה״ח ר׳ נתן אלי ראטה ז״ל
6)ספר ״ישראל סבא קדישא״ מהרה״ח ר׳ יוסף שטיינמעץ ז״ל
7)ספר מעשה איש מהרב ר׳ צבי יברוב

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:51 pm
דורך יין שרף
פון ווישניץ-לונדון טוויטער. @viznitzlondonhq: הימל אין ערד-חלום! סאיז לעצטענס נתפרסום געווארן.סאיז ידוע אז די מוסדות האט באשטעלט נייע פארענטשס פרייטיג ביי הרב קערן אין עס געגעבן פאר א מוראדיג ביליגע פרייז שבת ביינאכט איז די רבי זצל געקימען צי הרב קרן אין חלום זיך באדאנקן פארן העלפן מיין זוהן אין געגעבן שיריים עד כאן המעשה!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:08 pm
דורך יין שרף
@moshe_nayes: תחזיקו ראש חזק: הרבי מויז'ניץ ישבות בחלדודנא, הרבי מויז'ניץ (מרכז) במלויה -שווייץ, הרבי מויז'ניץ לונדון באנטוורפן-בלגיה, הרבי מויז'ניץ בית שמש במעז'בוז-אוקראינה, הרבי מויז'ניץ קיימישע בבורו פארק, הרבי מויז'ניץ מונטריאל בקיימישע, והרבי מויז'ניץ בורו פארק בקאנטרי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:13 pm
דורך לבי ובשרי
יין שרף האט געשריבן:פון ווישניץ-לונדון טוויטער. @viznitzlondonhq: הימל אין ערד-חלום! סאיז לעצטענס נתפרסום געווארן.סאיז ידוע אז די מוסדות האט באשטעלט נייע פארענטשס פרייטיג ביי הרב קערן אין עס געגעבן פאר א מוראדיג ביליגע פרייז שבת ביינאכט איז די רבי זצל געקימען צי הרב קרן אין חלום זיך באדאנקן פארן העלפן מיין זוהן אין געגעבן שיריים עד כאן המעשה!

באלאנגט אינעם אשכול www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=12516&p=411270#p411270 אמת אדער נישט...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:46 pm
דורך שבת אחים
די הייליגע סב״ק דער אהבת ישראל פלעגט כסדר זאגן א ״תלמוד חכם״ איז איינער וואס לערנט נישט... א ״ירא שמים״ איז איינער וואס לערנט נישט קיין ספרי מוסר... ווייל אז איינער קען אביסל חומש מיט גמרא מיינט ער שוין אז ער איז א ״גרויסע תלמוד חכם״ אבער ווען ער נעמט זיך אמתדיג לערנען זעהט ער אז ער קען נאך באמת גארנישט.... און די זעלבע איז מיט ספרי מוסר. ווען מ׳הייבט אן צו לערנען מוסר זעהט מען אז מ׳האלט נאך ווייט פון וואס ס׳פארלאנגט זיך באמת און סאיז נאך דא א ווייטע וועג אנצוקומען צו אמתדיגע מידות, מענטשליכקייט, און יראת שמים...

אסאך מאל זעהט מען מענטשען וואס מיינען אז זיי זענען עפעס גרויסע עקספערטן און גרויסע קארפן קעפ ווייל זיי האבן געליינט עפעס א בוך אדער גענומען א ״קרעש קאורס״ אין עפעס א נושא... אבער ווען זיי האבן אן באמת צו לערנען איבערדעם זעהן זיי אז זיי האלטן נאך גאר גאר ווייט...

יעדער רעדט זיך איין אז זיי פארשטיין אלעס און ווייסען אלעס אבער באמת ווייסן מיר גאר גאר ווייניג וואס טוט זיך... און וויפל אונז מיינען אז אונז ווייסן ווערט מען שפעטער געוואר אז אונז האבן גארנישט געוואוסט... נאר זיך איינגערעדט אז אונז ווייסן און אז אונז פארשטייען די נושא...

אונז זעמער בהמות... איינער איז טאקע אביסל קלוגער פון דעם צווייטן. אבער בהמות זענען מיר נאכאלץ... ומותר האדם מן הבהמה אין כי הכל הבל....

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
the dunning-kruger effect

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:34 pm
דורך שבת אחים
תולדות אנשי שם חלק א׳ דף י״ד מאת הרב אשר זעלקא ראנד ז״ל

ביפאר וויקיפידיע- הערליך באשריבן.



הרב ר׳ ישראל האגער זצ״ל- האדמו״ר מוויזניץ

נולד בוויזנץ בוקבינה ביום ב׳ אלול תר״כ לאביו הרה״ק ר׳ ברוך מוויזניץ זצ״ל בהרה״ק מוה״ר ר׳ מנחם מענדל זצוק״ל במח״ס ״צמח צדיק״ ונכד הרה״ק המפו׳ ר׳ ישראל מרוזין זצוק״ל נתחנך על ברכי זקנו הנ״ל ובהיותו בערך בן ט״ו בחר בו הגה״ק בעל ״אמרי נועם״ זצ״ל (גאב״ד ואדמו״ר דזיקוב) לחתנו.

מעודו הצטין בתורתו קדושתו ומדותיו התרומיות, והי׳ גדול בתורה הנגלה והנסתר וביחוד בהוראה.

אחרי פטירות אביו נתמנה למלא מקומו באב״ד ואדמו״ר וויזניץ ואלפי חסידים מגאליציא, בוקבינה, הונגארי׳ נהרו אליו, והסתופפו בצלו.

בפרוץ מלחמת א׳ הוברח לעזוב את עיר מולדתו והתישב בעיר הגדולה גרויסווארדיין (הונגאריא), ולא ערכו הימים וגם בה ובכל ארץ אונגארן רכש לו הרבה חסידים ומעריצים גם משדרות האשכנזים.

צדקתו וקדושתו ומדותיו עשאוהו לאחד ממנהיגי ישראל הגדולים והמפורסמים וכל גדולי הדור מארצות הנ״ל רחשו לו כבוד ויקר.

ביחוד הצטין במדת אהבת ישראל שהיתה מפליאה כל מי שבא בקרבתו. במדה זו קרב רחוקים וכל מתנגדיו נהפכו לאוהביו. ובחוש נראה שנתקיים אצלו ״כמים פנים אל פנים״

ברח ממחלוקות וחיכוכים ולא התערב בשום ריב של קהלות והפירודים שהתחוללו במדינה, כי אם כבד וחבב כל אחד ואחד מישראל באופן מפליא בלי הבדל שטה נזרם.


הי׳ ממנהיגי אגודת ישראל, והודות להשפעתו הגדולה נבתה האגוד״י, לרכוש אלפי חברים ואוהדים בכל אזורי מארמארוש, רומניא והונגאריא וליצור מוסדות חינוכיים כמו ב״ס ״בית יעקב״ וכו׳.

ביחוד גדל שמו בסוף ימיו ושמו הטוב יצא בכל עולם היהודי ורבנים ואדמו״רים מפורסמים באו לקבל ברכתו ולהתענג מזיוו.

נתבקש בישיבה של מעלה בליל שב״ק ב׳ סוין תרצ״ו בגרויסווארדיין ושם מנ״כ.

אחרי פטירתו בחרו חסידי וויזשניץ לרבם את בנו הרב הגה״צ ר׳ חיים מאיר שליטא (זצ״ל) הגאב״ד דווילכאויץ ונהג באדמוריות וויזשניץ ברמה בעיר גרויסווארדיין ועתה בארה״ק. ממנהיגי אגודת ישראל ומהאדמורים הכי חשובים והמפורסמים בתבל.

שאר בניו:
הרב הגאון המפורסם ר׳ מנחם זצ״ל הגאב״ד דווישוי, מיסד הישיבה הרמה ״בית ישראל״ בווישוי. אישיות דגולה, ומנהיג האגודה. (נפטר י״ג טבת ת״ש)


הרב הגה״צ ר׳ אליעזר זצ״ל כהן כאב״ד וויזשניץ משנת תרפ״ג ואח״כ באדמוריו״ת בווינה, ובתל אביב עד פטירתו.

הרב הגאון המפו׳ ר׳ ברוך שליט״א (זצ״ל) שמש כאב״ד פאליאנע קיצמאן, ואח״כ כגאב״ד עיר סערעט (רומניה) ור״מ בישיבתו שיסד בעיר הנ״ל. גורש במלחמה לטרנסדניסטריא ונמלט לארה״ק ודירתו בחיפה.

הגה״צ ר׳ שמואל אבא זצ״ל. נפטר בגרויסווארדיין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 6:48 pm
דורך איסר האטלקי
עפעס זע איך דא קאסוב מיט וויזניץ מיט 'שבת אחים', האט דאס עפעס מיט אונזער שבת?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:33 pm
דורך וואלווי
אפשר נאר די וויזניץ חלק. אבער זיכער נישט קאסוב.....

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:18 am
דורך איסר האטלקי
וואלווי האט געשריבן:אפשר נאר די וויזניץ חלק. אבער זיכער נישט קאסוב.....

ס'האט אויסגעקוקט רויטליך...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:51 am
דורך שבת אחים
איסר האטלקי האט געשריבן:עפעס זע איך דא קאסוב מיט וויזניץ מיט 'שבת אחים', האט דאס עפעס מיט אונזער שבת?


איך האב עס געזעהן. עס האט גארנישט מיט מיר... גאנץ שוואכע ארבעט... אומקלארע בילדער.... ווען איך מאך עס וואלט עס געהאט א בעסערע טעם. האלב פון די בילדער שטייט ניטאמאל ווער ווען וואס וואו...

אבער אבי מ׳רעדט פון ״וויזניץ״... ר׳ מוישעלע ווען מ׳האט אים פארציילט וועלטליכע זאכן אדער נייעס פלעגט ער כסדר פרעגן
און וואס א שייכות האט דאס מיט וויזניץ??? :lol:

מרוב חכ***... :roll:


אויב ווילסטו וויסן וואס ס׳האט יא מיט מיר?
אין די אנדערע ביילאגע פון ״די וואך״ איז דא א באזונדערע אפטיילונג פון ריבניץ לכבוד די יארצייט. איז דא דארט אסאך בילדער פון מיין טאטע און פון זיין חתונה, מיין זיידע, מיינע פעטערס. אויף דף 42 איז דא בילד קען מען זעהן ווי מיין טאטע (זיין דעמאלטסדיגע גבאי אין אר״י) האלט דעם ריבניצער׳ס טלית און צו לינקס פון מיין טאטע שטייט זיין נאנטע קרוב הרה״ח ר׳ משה טובי׳ גרינצווייג ז״ל (משב״ק מוהר״א מבעלזא) איין בילד ווייזט מיין טאטע אז מ׳זאל נישט כאפן קיין בילדער. דף 43 קען מען זעהן דארט די חתונה פון מיין קרוב ר׳ נחום דאנצינגער ע״ה פון וויליאמסבורג (מחסידי סאטמאר). דף 43 רעכטס אויבן קען מען זעהן דער ריבינצער טאנצן אויף מיין טאטעס חתונה לינקס ר׳ משה טובי גרינצווייג, גאנץ לינקס הרה״צ ר׳ דוד לעיב שווארץ זצ״ל פון שיכון וויזניץ. איין בילד ווי ער רעדט מיט צוויי אידן איינעם מיט א בענד-דאון איז מיין מאמעס ברודער (ר׳ ישראל דייטש פון וויליאמסבורג) און דער אנדערער איז מיין דאפעלטע קאזין ר׳ ישראל דאוודאוויטש פון מאנטריאל (מחסידי וויזניץ מאנסי). דף 51 מיין טאטעס תנאים אין אר״י רעכטס מיין זיידע הרה״ח ר׳ אפרים דייטש ז״ל. דף 54 מיין טאטעס צווילינג׳ס חתונה אין וויליאמסבורג, פארן גיין צום חופה, מיין טאטע איז רעכטס. דף 55 אויבערשטע צוויי בילדער איז אויך פון יענע חתונה. דף 29, איז דא א הערליכע באוואוסטע קאלירטע בילד ווי מיין טאטע ווייזט אים עפעס א ספר... אלע די בילדער איז געוועהן פריוואטע פאמילע בילדער און איך האב עס מפרסם געוועהן מיט בערך צוואנציג יאהר צוריק...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 5:30 am
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:אפשר נאר די וויזניץ חלק. אבער זיכער נישט קאסוב.....


כהאב אמאל געהערט א סאטמארער זאגן ״איך האב גארנישט קעגן די בעלזער חסידים נאר דעם בעלזען אליינס קען איך נישט דילדען״

פארשטייסטע???

ביי די אמרי חיים זצ״ל איז געוועהן א איד, א פארברענטער קאסובער חסיד פון אינדערהיים וואס איז נישט געוועהן הונדערט פראצענט מיט אלעמען. ער פלעגט אייביג איבערזאגן פאר די אמרי חיים אז ער איז נאר א וויזניצער ביז ווילאנג משיח קומט, איינמאל משיח איז דא איז ער צוריק א קאסובער. האט דער אמרי חיים אים גענטפערט נו ווען קומט ער שוין??? :lol: איינמאל האט אים דער אמרי חיים געזאגט, איר ווייסט? ווען ס׳וואלט נאר געוועהן נאך צעהן אזעלכע געהויבנע אידן ווי אייך און די איבעריגע ווי משה רבינו וואלט שוין משיח לאנג דא געוועהן.... :) ווער ס׳האט אים געקענט האט פארשטאנען גיט די וויצן...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:11 am
דורך וואלווי
הדא הוא דכתיב: יודע צדיק נפש בהמתו...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:18 am
דורך שבת אחים
די באוואוסטע יודישיסטישע שרייבער וואלף טאמבור פון סיגעט רומעניע שילדערט אין אייינע פון זיינע אידישע ביכער ״קרעלן פון טוי״ (בלאט 120) וויאזוי זיין פאטער האט אים געשלעפט אין די לאנגע- ווינטער פרייטיג-צונאכט׳ס צו די ״וויזניצער קלויז״ אין סיגעט צו א ״חסידישע באטע״...

ער דערמאנט הערצל אפשאן פון סיגעט דער מחבר פון די בוך ״בית ישראל״ וואס ר׳ מאטעלע זצ״ל פלעגט זאגן מ׳זאל עס נישט ליינען ווייל ס׳לייגט אראפ וויזניץ פון א פויערישע פערספעקטיוו.

ווי אויך דערמאנט ער מיין (ווייטע)קרוב ר׳ איצקל פוקס ז״ל פון סיגעט, שפעטער אין ב״פ (שווער פון הרה״ח ר׳ מענדל ראזענבערג יו״ר ״חסד של אמת״ און טאטע פון הרה״ח ר׳ משה פוקס מחסידי וויזניץ מאנסי)

ר׳ איצקל פוקס האט געשטאמט פון די באוואוסטע חשובע פוקס משפחה אייניקלעך פון מיין זיידע הרה״ח ר׳ ישראל פוקס הראשון מחסידי האהבת שלום מקאסוב זצ״ל. ער איז געקומען פון פולין. ר׳ מרדכי חנא׳ס משפחה און מיינע זיידעס האבן זיך באזעצט און געוואוינט אין ווילחאוויץ פאר דורי דורות, די אנדערע חלק פון די משפחה- ר׳ איציקל׳ס משפחה האבן זיך באזעצט און געוואוינט אין סיגעט.
ערשטע בלאט:
https://archive.org/details/nybc200795/page/n124
צווייטע בלאט:
https://archive.org/details/nybc200795/page/n126
דריטע בלאט:
https://archive.org/details/nybc200795/page/n128

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:12 pm
דורך שבת אחים
הרה״ק ר׳ יוסף גרינוואלד מ׳פאפא זצ״ל האט דערציילט אז ער האט משתוקק געוועהן צו וויילן ביים אהבת ישראל אויף א שב״ק אבער היות ער איז דאן געוועהן דיין אין סאטמאר האט ער מורא געהאט צופארן.

אמאל איז ער דורכגעפארן דורך גרויסווארדיין האט ער בכוונה געשפעטיגט די צוג כדאי צוזיין במחיצותו פונעם סב״ק.

ווען ער האט זיך געזעגענט האט אים רביה״ק ווארים אנגעוואונטשען ״ויהי יוסף איש מצליח וכל אשר הוא עושה ד׳ מצליח בידו״. ער האט תולה געוועהן זיין הצלחה אין ברכת רביה״ק.


בשם תלמידו הרה״ק ר׳ מאטעלע מוויזניץ זצ״ל

״ישראל סבא קדישא״ חלק ב׳

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2019 12:21 pm
דורך שבת אחים
מיין אפשאצונג אויף די וויזנצער רבי׳ס לויט די מייערס בריגס-MBTI.

https://en.wikipedia.org/wiki/Myers%E2% ... _Indicator


אהבת ישראל ESFJ
אמרי חיים ESFJ

ישועות משה ISFP
אור האמת-ר׳ מאטעלע INTJ

ר׳ יודלע האראוויץ מדזיקוב INFP



הרה״צ ר׳ ישראל מבני ברק ESFP
הרה״צ ר׳ ישראל ממאנסי ISTP
הרה״צ ר׳ מענדל מקיימישע INTP
הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן מוויליאמסבורג ISTJ
הרה״צ ר׳ אליעזר זאב מירושלים ESTP
הרה״צ ר׳ דוד מלאנדאן INFJ
הרה״צ ר׳ אהרן ממאנטריאל ESTP
הרה״צ ר׳ ברוך שמשן מבית שמש ENFP
הרה״צ ר׳ יעקב יוסף מבארא פארק ISFJ


הגאון ר׳ שרגא האגער מקאסוב INFP

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2019 12:12 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
וואס מיינט דער אלע סימנים איך פארשטיי נישט
פליז זייטס מסביר

ייש''כ

דרך אגב וואס איז מיט ר' מענדל פין בני ברק?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2019 12:49 am
דורך איסר האטלקי
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס מיינט דער אלע סימנים איך פארשטיי נישט
פליז זייטס מסביר

ייש''כ

דרך אגב וואס איז מיט ר' מענדל פין בני ברק?

וואס די סימנים מיינען ווייס איך נישט, אבער נאך ר' מענדל דארף לכאורה צו שטיין EDP...

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2019 1:29 am
דורך [NAMELESS]
ר' ישראל ממאנסי אינטראווערט? ר' מענדל מקיימישע אזויווי איינשטיין?