בלאט 2 פון 3
Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 6:44 pm
דורך גראף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נישט איין ראשון, ברענג מיר איין פוסק פון פאר'ן בית יוסף וואס האלט עס פאר א חיוב.
און דאס וואס דו זאגסט אז היינט איז אנדערש, אויף דעם האבן שוין אונזערע רביס געזאגט אז 'חדש אסור מן התורה'.
א חבר מיינע האט זיך אמאל געטענ'ט מיט'ן רבי'ן שליט''א (נישט א חילוק וועלכע) וועגן געוויסע נייע מנהגים מיט אנדערע ''חסידישע'' הלכות וואס דער האט נישט געהאלטן ביי דעם. ס'איז געבליבן ביי דעם אז אונז אין אונזער דור דארפן מער גדרים וסייגים מיט מער פיוטים און תפילות, מער קבלות און מוסף זיין נאך וואס דורות פריער האט עס נישט אויס געפעלט..
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 7:27 pm
דורך קומזיץ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נישט איין ראשון, ברענג מיר איין פוסק פון פאר'ן בית יוסף וואס האלט עס פאר א חיוב.
און דאס וואס דו זאגסט אז היינט איז אנדערש, אויף דעם האבן שוין אונזערע רביס געזאגט אז 'חדש אסור מן התורה'.
די מיינט עס ערענסט? אדער די ווילסט נאר אנפילען נאך תגובות?
די ווילסט דיך קריגען מיט'ן ב"י?
Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 8:08 pm
דורך יהודי פשוט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גראדע קומט עס נישט, כ'האב נאר נישט קיין נערוון אריינצוגיין אין די גאנצע ענין. אדרבה, קוק עס אליין נאך.
די בני יששכר מיט'ן יסוד ושורש העבודה האבן גע'חלומ'ט?
Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 8:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אם ריק הוא, מכם הוא ריק.
דער ט"ז איז פיין מסביר פארוואס עס איז געווארען א חיוב מעיקר הדין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 8:37 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יהודי פשוט האט געשריבן:די בני יששכר מיט'ן יסוד ושורש העבודה האבן גע'חלומ'ט?
איך ווייס נישט פארוואס דו 'טענה'סט זיך נאך, קוק עס אליין נאך און זיי מיר געזונט און שטארק.
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 8:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קומזיץ האט געשריבן:די מיינט עס ערענסט? אדער די ווילסט נאר אנפילען נאך תגובות?
די ווילסט דיך קריגען מיט'ן ב"י?
איך קריג זיך נישט אויפ'ן ב"י ח"ו, סך הכל האב איך געזאגט אז די ב"י איז דער ערשטער הלכה ספר וואס זאגט עס. אויב דו ווילסט קענסטו זאגן אז די ב"י קריגט זיך מיט אלע תנאים אמוראים ראשונים אחרונים ביז איהם.
Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 9:13 pm
דורך טמיר
איש חזון האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:אויב יא וואלט געדארפט זיין שלא יתגנה על אשתו פונקט וואו עס איז דא שלא תתגנה על בעלה. מאי שנא?
טב למיתב טן דו, נאר דו קענסט פרעגן אלץ ואהבת לרעך כמוך.
בנוגע זיך גענצליך שערן די בארד שרייבט דער חזו''א אין א בריוו אז אין די ליטא אינדערהיים (אודות בודפשט צ''ע) איז עס געווען ווי גיין אהן א קאפל.
לכאורה היינט איז די מציאות אנדערש און עס איז נישט מער טב למיתב טן דו ביי פרויען ווי ביי מענער. דאכט זיך אז עס שוין ערגעץ געווען א שמועס דערוועגן
Sent from my SM-T217S using Tapatalk
Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 9:17 pm
דורך טמיר
בארד איז בכלל נישט קיין צושטעל צי גילוי ראש
גיין בגילוי הראש, הגם ע"פ עיקר הלכה איז נישטא קיין איסור (אפילו אין שו"ע איז די לשון נישט אזוי הארב וואו גיין בקומה זקופה!) איז עס אנגענומען אלס א הארבע מנהג, ממילא קען עס ווערן אסור. משא"כ אביסל שניידן די בארד איז בכלל נישט קיין אנגענומענע איסור, זייער אסאך מענטשן טוען עס.
Sent from my SM-T217S using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 9:20 pm
דורך איש חזון
דיקנא, רבותי, נישט 'דיוקנא'
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 12:24 am
דורך רביה''ק זי''ע
טמיר האט געשריבן:בארד איז בכלל נישט קיין צושטעל צי גילוי ראש
גיין בגילוי הראש, הגם ע"פ עיקר הלכה איז נישטא קיין איסור (אפילו אין שו"ע איז די לשון נישט אזוי הארב וואו גיין בקומה זקופה!) איז עס אנגענומען אלס א הארבע מנהג, ממילא קען עס ווערן אסור. משא"כ אביסל שניידן די בארד איז בכלל נישט קיין אנגענומענע איסור, זייער אסאך מענטשן טוען עס.
די געדאנק אז א זאך קען ווערן אסור פון זיך אליין פיט נישט אריין אין מיין קליין שכל, אבער אויסער דעם זאגסטו זייער גוט.
Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 12:51 am
דורך טמיר
אסאך זאכן פיטן נישט אריין אין מיין שכל אויך נישט. אבער די פאקט איז אז מנהג איז א שטארקע קובע ע"פ הלכה אויך
Sent from my SCH-I545 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:07 am
דורך טוביה
רביהק ט"ז מסביר אם כל ישראל מקפידים לא ללכת בגילוי ראש ממילא יש בזה משום לא תלכו בחקות הגוי
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 8:50 am
דורך רביה''ק זי''ע
ע"פ די כללים וואס די מחבר לייגט אראפ גייט עס נישט אריין אין חוקת הגוי, ווער רעדט נאך אז ס'דא מער גוים ווי אידן וואס גייען מיט א כיסוי הראש.
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 10:28 am
דורך קומזיץ
הלכה האט מען שוין דוסקוסירט יעצט לאמיר העלפן טמיר מיט'ן פראקטיק חלק ,
רבותי שעמט זיך נישט און טיילט מיט אייער עקספיריענס..
Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:57 am
דורך גראף
טמיר האט געשריבן:וואס טוט מען אז די בארד צואוואקסט זיך קע"ה פאר אלע גוים'ס טשופס געוואונטשן. ס'איז מיאוס, ס'איז נישט באקוועם וכו'. איך בין נייגעריג צי עס שטערט פאר די פרוי די לוקס פון א צואוואקסענע בארד. אויב יא וואלט געדארפט זיין שלא יתגנה על אשתו פונקט וואו עס איז דא שלא תתגנה על בעלה. מאי שנא?
וואס איז די ענין זיך נישט צי שניצן די בארד? איז עס קלאר נישט אויסגעהאלטן ע"פ קבלה? לויט יעדעם? וואס איז די מקור?
ע"פ פראקטיק. איך וויל נישט אז מענטשן זאלן באמערקן. איז מעגליך עס צי טון צוביסלעך אהן ווערן באמערקט? פארשטייט זיך אז מען קען נישט צי סאך אומבאמערקט.
צוריק צום ענין. מען דארף קודם מאכן א קנאבל בארד. איינמאל עס געלונגט דיר וועט זיך מעגליך בלייבן האר ביי די זייטן וואס קען מאכן דער בארד אויסזעהן ווי א פיינעפל..
יעצט ברויך'ט איהר גיין צו א בארבער וואס קען גוט דער מלאכה (נישט דער מקווה איד) און וועט צוביסלעך צופיקסן די זייטן. נאך עטליכע מאל גיין וועט עס זיין דיין לוק.
אדער קענסטו עס שוין מסדר זיין און נאך עטליכע וואכן מיט קאמענטארן פון א יעדע שמויגער וועט מען אפילו נישט געדענקן אז דו האסט אויס געזעהן אנדרעש.
בארד בארד וואו איז דיין איד?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 2:13 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
גראף האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:וואס טוט מען אז די בארד צואוואקסט זיך קע"ה פאר אלע גוים'ס טשופס געוואונטשן. ס'איז מיאוס, ס'איז נישט באקוועם וכו'. איך בין נייגעריג צי עס שטערט פאר די פרוי די לוקס פון א צואוואקסענע בארד. אויב יא וואלט געדארפט זיין שלא יתגנה על אשתו פונקט וואו עס איז דא שלא תתגנה על בעלה. מאי שנא?
וואס איז די ענין זיך נישט צי שניצן די בארד? איז עס קלאר נישט אויסגעהאלטן ע"פ קבלה? לויט יעדעם? וואס איז די מקור?
ע"פ פראקטיק. איך וויל נישט אז מענטשן זאלן באמערקן. איז מעגליך עס צי טון צוביסלעך אהן ווערן באמערקט? פארשטייט זיך אז מען קען נישט צי סאך אומבאמערקט.
צוריק צום ענין. מען דארף קודם מאכן א קנאבל בארד. איינמאל עס געלונגט דיר וועט זיך מעגליך בלייבן האר ביי די זייטן וואס קען מאכן דער בארד אויסזעהן ווי א פיינעפל..
יעצט ברויך'ט איהר גיין צו א בארבער וואס קען גוט דער מלאכה (נישט דער מקווה איד) און וועט צוביסלעך צופיקסן די זייטן. נאך עטליכע מאל גיין וועט עס זיין דיין לוק.
אדער קענסטו עס שוין מסדר זיין און נאך עטליכע וואכן מיט קאמענטארן פון א יעדע שמויגער וועט מען אפילו נישט געדענקן אז דו האסט אויס געזעהן אנדרעש.
בארד בארד וואו איז דיין איד?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
יא ס'איז א גוטע עצה אבער נישט יעדער קען מאכן א קנאבל בארד, איז די עצה צוצוגיין דערצו ציביסלעך אבער ממש א צענטימיטער צוויי יעדע פאר וואכן.
אדער זעה צו מאכן א גריל און דו אליין בייג דיך איבערן גריל ווי זיכער צו מאכן אז די בשר איז פיין ווייעך און זאפטיג און אין איינוועגס קענסטו עס מסדר זיין דארט מיטן תירץ אז ס'געשען א מיסטעיק און ס'וועט נאך שטימען ע"פ ר"י אויך, און צוצופיצן נאכדעם איז שוין נישט קיין פראבלעם
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 3:05 pm
דורך תנחום
געדענק איך טאקע א אינגערמאן איז געקומען מיט א שיינעם בערדעל איין צופרי אין ביסמעדריש מיט'ן תירוץ אז ער איז איינגעשלאפן ביים בארבער...
גיענוג מיט די בארד, וואס טוט מען מיט די וואנצעס? ווי אזוי מאכט אליינס לעירס? @רויטע וואנצעס קען אריין קומען מיט אן עצה?
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 3:06 pm
דורך ליפא
זאגסטע חוץ דעם סטעיק וועט ער נאך האבן א מיסטעיק
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 3:56 pm
דורך קומזיץ
תנחום האט געשריבן:געדענק איך טאקע א אינגערמאן איז געקומען מיט א שיינעם בערדעל איין צופרי אין ביסמעדריש מיט'ן תירוץ אז ער איז איינגעשלאפן ביים בארבער...
גיענוג מיט די בארד, וואס טוט מען מיט די וואנצעס? ווי אזוי מאכט אליינס לעירס? @רויטע וואנצעס קען אריין קומען מיט אן עצה?
וואנצעס אויב ס'שטערט עסן איז דא אסאך וואס שניידן ,
די בעסטע איז אז מ'הייבט אן ווען די צווייגעלעך זענען נאך קליין אבער אויב מען האט שוין א שוין א שטיקל וואלד דארטן פרובירט מען צוביסלעכווייז
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 4:00 pm
דורך קורקלענד
וואנצעס איז לכתחילה אויסגעהאלטן צו שניידן, ס'נישט קיין חלק פונעם בּאָרד. צומאל דארף מען שניידן די וואנצעס כדי ס'זאל זיך חלילה נישט מאכן קיין הלכה'דיגע פראבלעמען מיט בשר וחלב. אויב די וואנצעס שטערן צו עסן איז עס אויסגעהאלטן צו שניידן אפי' אין די דריי וואכן.
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 4:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער אריז"ל פלעגט שניידן די וואנצעס צוליבן אויבנדערמאנטן טעם.
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 5:23 pm
דורך יין שרף
קורקלענד האט געשריבן:וואנצעס איז לכתחילה אויסגעהאלטן צו שניידן, ס'נישט קיין חלק פונעם בּאָרד.
דאכט זיך מיר אז די ט"ז דינגט זיך אביסל מיט דיר..
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 7:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאכצעך מיר אז די אריז"ל קריגט זיך מיט'ן ט"ז.