בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:זיי ווערען נישט פארשווינדען, זיי ווערען ארויסגעקאפעט דורך גבאים און מנהלים על לא דבר. איטליכע קומען צוריק מיט אנדערע ניקס, און עס זענען דא וועלעכע קומען נישט צוריק

א שופר איז א שופר: על לא דבר...?! די אלע וואס מ'האט ארויסגעשפארט זענען געגאנגען פאר מענטשן אויף די נערוון. אדער זענען זיי געווען עכטע טראללס. זיי האבן געטשעפעט אנדערע מענטשן. און האבן גארנישט צוגעגעבן צו דעם תועלת פון די ליינערס...!

א טייל פון די אויסגעשפארטע ניקס קענען אפילו נישט רעדן און שרייבן אידיש. זיי נוצן נישט די שפראך אין זייער טאג טעגליכן לעבן. א טייל האבן סתם אזוי געוואלט זיין קיוט. אויפ'ן חשבון פו די אנדערע מעמבערס.

שטעל דיך פאר. ווען א מענטש וואס קען נישט רעדן טערקיש אדער רוסיש זאלל ארויפגיין אויף אזא וועבסייט. ווען ער קען אפילו נישט פיהרן קיין דיאלאג. אדער אויסדרוקן קלאר א מיינונג. ביז 5 מינוט וואלט מען איהם ארויסגעווארפן פון די סייט...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 11:08 pm
דורך קומזיץ
סארא ביזי טאג געוועהן היינט...
וועלקאם אונזער ראשעקאל
שטארק ווי אייזן און שטאל
ער ברענגט ידיעות פון איבעראל
עס איז טאקע נישט דא אזוי ווי אמאל
אבער ס'איז נאך אלטץ שטארק און צאל
איך גיס אן א כוס ליקר
פון פרייד ווערט מען שיכור
דיין פרעזענס איז דא ניכר
ווערט א שרייבער און נישט קיין ציקוקער
וועלקאם בעק פליקער

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 9:43 am
דורך נתן מנחם
מען וואלט געדארפט מאכען אן ריוניען מיט אלע אלטע ניקס וואס זענען נאך בין החיים

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 11:29 am
דורך בת קול
berlbalaguleh האט געשריבן:
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:זיי ווערען נישט פארשווינדען, זיי ווערען ארויסגעקאפעט דורך גבאים און מנהלים על לא דבר. איטליכע קומען צוריק מיט אנדערע ניקס, און עס זענען דא וועלעכע קומען נישט צוריק

א שופר איז א שופר: על לא דבר...?! די אלע וואס מ'האט ארויסגעשפארט זענען געגאנגען פאר מענטשן אויף די נערוון. אדער זענען זיי געווען עכטע טראללס. זיי האבן געטשעפעט אנדערע מענטשן. און האבן גארנישט צוגעגעבן צו דעם תועלת פון די ליינערס...!

א טייל פון די אויסגעשפארטע ניקס קענען אפילו נישט רעדן און שרייבן אידיש. זיי נוצן נישט די שפראך אין זייער טאג טעגליכן לעבן. א טייל האבן סתם אזוי געוואלט זיין קיוט. אויפ'ן חשבון פו די אנדערע מעמבערס.

שטעל דיך פאר. ווען א מענטש וואס קען נישט רעדן טערקיש אדער רוסיש זאלל ארויפגיין אויף אזא וועבסייט. ווען ער קען אפילו נישט פיהרן קיין דיאלאג. אדער אויסדרוקן קלאר א מיינונג. ביז 5 מינוט וואלט מען איהם ארויסגעווארפן פון די סייט...!


און וואס איז אויב מען שפארט דיר אויס ווייל מענטשן האלטן דו קענסט נישט שרייבן מיט ריכטיגע גראמאטיק, אדער אז דו מאכסט זיי נערוועז?

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 1:55 pm
דורך שמעקעדיג
גיב א משל פון אזעלכע ניקס.
לויט ווי איך ווייס האט מען קיינמאל נישט פארשיקט די סארט ניקס.
מען דארף קענען פאנאנדערשיידן צווישן א טראלל, א פגע, ביז א נארמאלע ניק וואס קען פשוט נישט גראמאטיק.

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 6:02 pm
דורך קומזיץ
געבסט א קוק ווער ס'איז געקומען
געשריבן א לענגסט און ברייטס איבער מאגאזינען
אה! די שמאלטץ טוט רינען
לאמיר עם דא בארוהמען
אזוי בלייבן מיט אונז וועט ער מיטשטימען
וועלקאם בעק[tag]רימון[/tag]

נשלח: זונטאג יולי 22, 2018 8:07 pm
דורך קומזיץ
וועלקאם בעק [tag]נהורא נפישא[/tag]

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2018 5:01 pm
דורך קומזיץ
אלץ א מחשבה א קלער
זיינע געדאנקען קלאר אן קיין שטער
אזוי איז די לעבן מער נישט שווער
מיר בעטן , שרייבסט ווייטער אן קיין אויפהער
וועלקאם בעק[tag]ברסלבער[/tag]

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 9:33 pm
דורך [NAMELESS]
וועלקאם בעק [tag]ראשעקאל[/tag]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:25 am
דורך קורקלענד
קומזיץ האט געשריבן:ועל השנות החלום.. אינמיטן די הילכיגע גערויש יעדער פרובירט איבערצושרייען דעם צוויטען ,א צוויטער פרובירט צו ציען אויפמערקזאמקייט מיט א אויסגעדראשענע וויץ א דריטער שפילט ווי דער קאלטער אויפגעקלערטער וואס גארנישט בארירט עם נישט ,
שטייט א צוקוקער און טראכט וואס די העק טוה איך דא מיין פלאטץ איז נישט דא , מיין ריכטיגע פלאטץ און צווישן מיינע ווירטואלע חברים ווי טאלאנט און חכמה איז רעספעקטירט ,
שטילערהייט שלייכט ער זיך ארויס פון צווישן די פארזאמעלטע און מיט "געוואגטע" שריט נעמט ער ארויס זיין סמארטפון און קערט זיך צוריק צום כמעט פארגעסענעם שטיבל און שרייבט
"די געים זייגט" ,
געוואגטער וועלקאם בעק!! ביטע מאכט אייך באקוועם און זייט מהנה די חברים דא, די שטיבל דא זייגט אויכעט אן דיין הערליכע ארטיקלען , !!!we want more