בלאט 2 פון 3

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 4:20 pm
דורך איסר האטלקי
בן ישי האט געשריבן:קוואדראט האט א טעלעגראם טשעננעל?

יא, ער האט געעפנט לכבוד דעם קנקן.

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 4:41 pm
דורך לבי ובשרי

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 5:10 pm
דורך קורקלענד
אויף טעלעגראם האט קנקן פירפאכיג מער נאכפאלגער ווי די וועקער.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2018 12:45 am
דורך בן ישי
בע״ה, ועש״ק שבת חזון שנת תשע״ח לפ״ק

אלו לאלו שואלים, ״וואס איז דאס קנקן״?
׳קנקן׳ איז א תורה׳דיגע קובץ, געשריבען אויף יודיש, וואס אנטהאלט מיינסטנס היסטאריע, צוגאב צו הלכה, פיוט און יחוס.
ווען מיר שרייבן היסטאריע, באצוען מיר זיך, נישט פון פשוט איבערשרייבן היסטאריע, נאר מיר פארשן אפ יעדעס ארטיקל און אפלערנען יעדער זאך פון פריש. מיר פראבירן צו שאפן און פרעזענטירן ווי ווייט מעגליך די ארגינעלע מקורות און ברענגעו פאר די ליינער פרישע אויפדעקונגען.

׳קנקן׳ איז געווידמעט, פאר די יודיש רעדנדע טייל פון כלל ישראל, וואס דארשט צו בארייכערן זייער ידיעה אין די אויבנדערמאנטע פעלדער.

קן א׳ איז שוין גרייט צום דרוק, און איז ב״ה באוואונדערט געווארן דורך די וואס האבן עס שוין געזעהן.
קן ב׳ איז שוין געשריבען געווארן און וועט אין די קומענדיג טעג געשיקט ווערן צו מגיה.

׳קנקן׳ ווערט בע״ה לעת עתה אלעס געשריבען דורך מיר אליינס.
בע״ה האפן מיר מצליח צו זיין, און מיר קוקן פאראויס אויפצונעמען טאלאנטפולע שרייבער צו פארברייטערן און בארייכערן ׳קנקן׳ אויף א גרעסערן פארנעם.
׳קנקן׳ס פרייז איז באשטומט פאר 18 דאללער, עס וועט זיין בע״ה צו באקומען אין ספרים און אין יודאיקא געשעפטן.

בכבוד רב
ידידכם יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
לונדון יצ״ו

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2018 8:20 pm
דורך בן ישי
ב״ה האמיר באקומען פון די בריטישע ביבליאטעק אן אפיציעלע ISSN נומער (כמו ISBN פאר ביכער) פאר ׳קנקן׳.
פאר אט די פראצעדור בעטן זיי אז מען זאל זיי געבן אמווייניגסטנס 30 טעג, ת״ל וואס זיי האבן עס אונז געגעבן אין געציילטע טעג ממש.

Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 8:44 am
דורך יהודי פשוט
.בילד

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:57 am
דורך בן ישי
מיר מוטשען זיך ארויפצולייגן אונזערע ׳קנקן - קן א׳ אויף אמאזאן, אויב זענט איר גרייט אונז צו העלפן, אדער איר ווייסט פון עמיצער וואס וואלט געוועו גרייט אונז צו העלפן, ביטע פארשטענדיגט אייך מיט אונז.
Email: info@kankanpublication.com
ייש״כ למפרע

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:24 am
דורך לבי ובשרי
בילד

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 4:14 pm
דורך בן ישי
לבי ובשרי האט געשריבן:בילד

״אביך רמי חמרא במני דפחרא!״
רבי יהושע בן חנניא האט געפרעגט דער קייזער׳ס טאכטער, ״האלט דען נישט דיין פאטער זיין וויין אין ערדענע קריגלען?״
גוטע וויין האלטן זיך דאס בעסטע אין איינפאכע ערדענע קריגלען.
אונזערע אויסגאבע ׳קנקן׳, ווי איר נאמען שרייט פון זיך אליינס איז א ״קנקן חדש מלא ישן״.
דעריבער האבן מיר באשלאסן נישט צו מאכ׳ן א רוישיגע גראפישע דעקל, ווייל עס וועט קיינמאל נישט באַרעכטיגן די אינהאלט.
מיר האבן געקליבן זיך צו באנוצען מיט גאנץ אן איינפאכע דעקל. דער וואס פארשטייט צו גוטע וויין, וועט שוין פונ׳ם דעקל אליינס זעהן, אז דאס איז בלויז דער אריינפיר צו אינהאלטסרייכע תוכן וואס עס טוט צודעקן.

באקענט אייך מיט - קנקן!

Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:37 pm
דורך נעגעל וואסער
לדעתי א שוואכע תירוץ פאר א שוואכן דעקל.
Don't judge a book by it's cover, איז א מימרא ווייל מענטשן טוען אט דאס.

Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:12 pm
דורך קל וחומר
דער דעקל טוט קנ(א)קן מיט איר מינאמאליסטישער דיזיין.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:38 pm
דורך קורקלענד
הרב קוואַדראַט איז אַ מייסטער-האַפטיגער גראַפיקער, און דעריבער האָט ער אילוסטרירט אזא שיינער דעקיִל. די פראבלעם איז נאָר אז די רוב פון די עולם פארשטייט נישט צו קיין מעלעריי, און דעריבער זעהט עס אויס פאר די אלע פשוט'ע מענטשן ווי א שוואכע ארבעט.......

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:51 pm
דורך בן ישי
באקומען פון א צוקומפטיגע ליינער:

בס''ד

א בליק,
אויף צוריק,
צום שיינעם אמאל...

די אורות,
און דורות,
פון כלל ישראל...

די צייט,
פארגייט,
פון שיינעם אמאל...

פארגעסן,
אינטערעסן,
פון כלל ישראל...

פרישע געבוירן,
אלעס פארלוירן,
פונעם שיינעם אמאל...

מ'זוכט היסטארישע אנטיקן,
פון אלטע דריקן,
פון כלל ישראל...

האלט דיר אויפן שטריקל,
קום אריבער דעם בריקל,
צום שיינעם אמאל...

מיט 'קנקן',
באגלייט שפאן נאך שפאן,
צו די היסטאריע פון כלל ישראל...!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:52 pm
דורך בן ישי
איינע פון די בריוו וועלכע מיר האבן באקומען:

שלום וברכה, אל כבוד הרב קוואדראט שליט"א
אחדשוה"ט
א גוטן ערב שבת פון אמעריקע, און אפשר שוין 'א גרינגן תענית' אין ענגלאד,
איך ווייס נישט ווען די זמן כניסת השבת איז ביי אייך, סיי וויאזוי זאלט איר האבן א לעכטיגן שבת, און א גרינגן תענית,
מיטהאלטענדיג די לעצטערע שטיק צייט, אויף געציילטע אידישע פלאטפארמעס, אז עס גייט אי"ה ערשיינען א נייער קובץ מלא וגדוש מיט היסטאריע, און אלעס ארום, בין איך גלייך געווארן מלא שמחה, און ווען איך האב גהערט אז הרב 'קוואדראט' פון לונדון שטייט גאר פון הינטער די קוליסן, איז מיין שמחה נאר געווארן פילפאכיג מער און שטערקער,
יא! כלל ישראל איז הינגעריג, זייער הינגעריג, מיר ווייסן אבער נישט וואס עס פעלט אונז, מען ליינט און הערט אזוי פול 'שטותים' אז מען רעדט זיך שוין איין אז מען איז זאט, אבער ניין... "כלל ישראל איז שטערבליך הינגעריג"...!
הינגעריג נאך דעם אמאל, הינגעריג נאך דעם אמאליגן אידישן חן, הינגעריג נאך אביסל ריין אידיש היסטאריע, יא! זייער זייער הינגעריג!. אבער אז קיינער פיטערט נישט מיט אזאלכע זאכן, עסט מען זיך אן מיט נישט אזאלכע גוטע זאכן,
הרב קוואדראט, ווען איך האב נארוואס ערהאלטן א מודעה איבער דעם פרישן 'טעלעגראם' פלאטפארמע, אז 'קנקן' האט דארט א טשענעל, בין איך גלייך אהינגעלאפן..., און ווען איך האב דערזעען אייער אימעיל אדרעס, בין איך גלייך אהערגעלאפן...., יא איך שפיר אז איך מוז אייך פשוט באדאנקען, סיי אויף אייערע גאר רייך און באצויבערטע ארטיקלען אינעם קינדליין אויסגאבע, סיי אן ערשטמאליגן דאנק פאר אייערע הערליכ'ע ארבעט איבער די "צוריק צו וועג'ס" אויסגאבעס, אויך אונטערען קינדליין פארטעך, נישטא קיין ווערטער דאס צו באשרייבן, אבער אז איך האלט שוין די פעדער אין מיין האנט, און דער פאפיר און קאנווערט (אימעיל...) איז שוין אויסגעשטעלט מיט אייער נאמען, שרייב איך אייך שוין אלעס וואס עס איז מיר נאר אמאל געווען אין געדאנק אייך צו שרייבן.
הקיצור, איך וויל אייך נישט שיקן קיין לאנגע אימעיל'ס, ווייל איך פארשטיי און ווייס, אז איר זענט פארנומען, און איר האט נישט קיין צייט צו לאנגע מעשיות.
וועל איך אייך טאקע נאר איבערלאזן מיט א ברכת כהן, פאר א כהן, וואס דאס איז דאך דאפלט שטערקר. און אגב זענען מיר טאקע קרובים פון איין זיידן, ר' אהרן הכהן..., השי"ת זאל דיר העלפן מיט דיין הייליגע ארבעט, און די זאלסט קענען טאקע גרינג מפיץ זיין דיינע זיסע און געשמאקע קוועלער, און רייכע ווערק, און עס זאל האבן א שטארקען אפקלאנג, וחפץ ה' בידך יצליח!
מיר ווארטן שוין אלע אויפן ערשטן באנד!
הצלחה ברכה, וכל טוב,
בברכת שבת שלום ומבורך,
מרוחק מקום וקירב הלב,
- שם הכותב שמור במערכתנו -

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:53 pm
דורך בן ישי
געווען זייער א אינטערסאנטע שמועס מיט הרב קוואדראט אין מאמענט פון א וואך צוריק

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:55 pm
דורך בן ישי
אינהאלט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:57 pm
דורך בן ישי
מורי ורבותי, דער מסבב כל עלמין האט אזוי צוגעפירט אז עס האט זיך געמאכט געפערליכע אפשטופענישן מיט׳ן דרוקן. מיר וועלן מיר נישט דא אריינגיין אין קיין טעכנישע איינצלהייטן, ווייל עס וועט נישט העלפן. על כל פנים, לעת עתה זענען די זאכן ברוך ה׳ מסודר, וכדאמרי אינשי ״גוטע זאכן קומען אן שווער״ - זעהט אויס אז ׳קנקן׳ איז גאר א גוטע זאך, א סימן פון הימל.
כ׳האף ביז א פאר שעטונדן אייך צו לאזן וויסן מער איינצלהייטן, ווען עס וועט זיין אין די געשעפטן.
כ׳האף איר וועט מיר מוחל זיין.
ידידכם יונ״ה

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:58 pm
דורך בן ישי
גוט וואך, בע״ה זונטאג וועלן די קנקנים פארטיילט ווערן אין די געשעפטן אין ניו יארק. די קנקנים פון אייראפע זענען שוין ב״ה אויך אונטערוועגנס.
מיר ווילן זיך נאכאמאל אנטשולדיגן פאר׳ן פארשפעטיגונג.
בברכת כתיבה וחתימה טובה וקריאה נעימה
יונ״ה בעל ה׳קנקן׳

וועט זיין אין די געשעפטן מארגן בעזה"ש!

Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 10:50 am
דורך נעגעל וואסער
איך ווארט שוין צו דאס קויפן, הגם איך גיי להדיא נישט לויפן.
עפעס קלונגט מיר נאך נישט די נאמען "קנקן" אזוי גוט. עס זאגט זיך עפעס נאך נישט ארויס געשמאק, און ס'אביסל טשיזי.
עס איז צום האפן אז ס'וועט נישט זיין קיין סך "נותר קנקנים" אין געשעפט..

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:21 pm
דורך סקרן
איז דאס א גילוי? @בן ישי איז יונ"ה?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 6:50 pm
דורך דער דאס
בן ישי ברענגט נאך פון טעלעגראם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:22 pm
דורך בן ישי
סקרן האט געשריבן:איז דאס א גילוי? @בן ישי איז יונ"ה?

ביסט נישט די איינציגסטע...אפאר האבן מיר געפרעגט אין אישי די זעלבע.
איז וויל איך דא קלארשטעלן פאר די וואס האבן נישט פארשטאנען אז איך ברענגען נאך פון הרב קוואדראטס טשעננעל.

Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:58 pm
דורך קל וחומר
געקויפט אין געשעפט. דער מוכר זאגט מיר אז ער האט שוין פארקויפט א היבשע פאר און ס'איז די ערשטע טאג בנמצא.