בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 1:17 am
דורך יין שרף
רבי נחמן ווערט פארעכענט אלס תלמיד פון בעש"ט??

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 3:21 am
דורך berlbalaguleh
יין שרף:כמעט אומ-מעגליך. ר'איז געווען אן אייניקל. און דער בעש"ט האט געלעבט זיבעציג יאר. עכ"פ א דירעקטער תלמיד איז ער זיכער נישט געווען. אזוי ווי דער מעזריטשער מגיד...!

די פונקטליכע פרטים וועלל איך לאזן פאר גרעסערע עקספערטן פון מיר...!

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 4:26 am
דורך דער דאס
berlbalaguleh האט געשריבן:די פונקטליכע פרטים וועלל איך לאזן פאר גרעסערע עקספערטן פון מיר...!


כ'בין נישט דער גרויסער עקספערט, בלויז צו זעצן דעם רעקארד גראד..

דער ברסלבער רבי איז געווען א זון פון פייגא די טאכטער פון אדל די טאכטער פון בעש"ט, קומט אויס אז ער איז געווען אן איר אייניקל פון בעש"ט.

ער איז געבוירן געווארן ר"ח ניסן שנת תקל"ב, און דער בעל שם טוב איז נפטר געווארן צוועלף יאר פריער שבועות שנת תק"כ, קומט אויס אז זיי האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן.

רבינו ז"ל והמסתעף

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 6:14 am
דורך נקודת-אמת
רבינו נחמן בן פיגא ובן שמחה איז געבוירן געווארן אום ר"ח ניסן ה'תקל"ב (12 יאהר נאך וואס רבינו אור שבעת הימים הבעש"ט איז שוין נסתלק געווארן לחיי עד)
מיט דעם אלעם, זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין שטעטל מעזשביזש און דארט האט ער געוואוינט אין זיינע יונגע יאהרן
און ער פלעגט כסדר גיין זיך משתטח זיין אויפ'ן זיידע'נס ציון אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אין שבחי הר"ן אות י"ט
און אויך וועגן א התגלות בהקיץ אין חיי מוהר"ן אות קכט {אין וויקיטעקסט} (בדפו"י אות א מנסיעתו לארץ-ישראל)
אבער קיין תלמיד ממש איז ער ניט געוועהן כאמור.
דא האט איהר א וויקיפעדיע פעיידזש איבער רבינו נחמן זי"ע.
אגב אורחא דער בלאט אין וויקי שיקט צו צו א בלאט וואס רעדט ארום דער עניין נושא האשכול והילכם

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 6:24 am
דורך נקודת-אמת
איך וויל נישט טוישן די נושא האשכול, און דער עניין פארדינט אן אשכול פאר זיך ועוד חזון למועד (אפשר [tag]אדנירם[/tag] וועט קומען באזוכן און ער וועט זיך אונטער גארטלען...)
אבער אז מ'האט מיר נישט ריכטיג פארשטאנען וועל איך מסביר זיין.
איך אויך האט געשריבן:כ'מיין אז דאס ריפן דעם חוזה אלס רבין פון לובלין אין נישט מיטן נאמען חוזה האט גארנישט געהאט מיט פתיחות הכבוד לגביו. אדרבה עס איז פונקט ווי ר''ר אלימלך און ר''ר זושא, איז געוויסע פלעצער האט מען אפילו גערופן ר' יעקב יצחק אדער ר' איציקל פון לובלין.

ליין איבער מיין תגובה און איך האב געשריבן פארקערט,
ביי פוילישע חסידישע יודען וועסטו הערן די ווארט 'חוזה' נאר אויף אן אנדערער חוזה, וד"ל.
זיי ווערן גאר געטשעפעט ווען מ'איז מכנה דעם הייליגען רבי'ן פון לובלין מיט'ן טיטל 'חוזה',
עטליכע סיבות האב איך געהערט דערויף:
קודם כל ווייל די 'חדר' פון מתנגדי היהודי והרבי ר' בונם כינוהו כך...
אין אן ערנסטערער הסבר האב איך געהערט אז דאס ווארט חוזה איז סה"כ איין מעלה וואס דעם רעבי'ן האט געהאט וואס פאר די חסידים איז ער געוועזן אלעס,
און די חלק הראיה שלמעלה מדרך הטבע וואס דעם רבי'ן האט געהאט, האבן זיי אנגעקוקט פאר איינס פון, און נישט די מעלה היתרה,
און זיי האבן אנגעקוקט די וואס האבן גרויס געמאכט דער עניין ווי אזעלכע וואס האבן נאר גענוצט לצורך עצמם דער קדושה פונעם רעבי'ן און נישט געוועהן אמת'ע חסידים
ודי בהערה זו.
ועוד חזון למועד לכתוב רבות בפרשת המחלוקת בין תלמידי הרבי מלובלין וואס דאס איז נאר א קליינעם קאנסיקווענץ פון דעם.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 2:41 am
דורך בן ישי
.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 3:37 pm
דורך דאכצעכמער
בן ישי האט געשריבן:.

כל הכבוד ר' חיים מאיר, מען קען נישט טרעטן אויף א נאמען פון א צדיק

ירא הקהל וישפוט ר' חיים מאיר ערבסט המכונה CME איז א וויזניצער חסיד ער האט גארנישט מיט ברסלב און ער פארשטייט אויך אז זיינע ניגונים קענען נישט טשעפענען א צדיק "אפילו עס איז נישט זיין רבי"

Re: די שרעקליכע זילזול אויף ר' נחמן דורך נ נח

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 3:45 pm
דורך שלי שלך
וואס הייסט ער האט גארנישט מיט ברסלב?
זיינע טוויטס זענען פיל מיט יואל ראטה/ברסלב פראפאגאנדע.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 7:12 pm
דורך בן ישי
דאכצעכמער האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:.

כל הכבוד ר' חיים מאיר, מען קען נישט טרעטן אויף א נאמען פון א צדיק

ירא הקהל וישפוט ר' חיים מאיר ערבסט המכונה CME איז א וויזניצער חסיד ער האט גארנישט מיט ברסלב און ער פארשטייט אויך אז זיינע ניגונים קענען נישט טשעפענען א צדיק "אפילו עס איז נישט זיין רבי"

איך נעם נישט אוועק פון די כבוד וואס די געבסט עם אבער ער איז א געוועזענע וויזניצער, די לעצטע פאר יאר איז ער א ברעסלעווער, ער איז א תלמיד פון הרב ראטה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:11 pm
דורך יעקב מענטש
נעכטן געזעהן אזא מיני באס אנגפירקעלט אלל אווער מיט דעם שם הק' ארומפארן אין ווילי ציללאז, ווען ביי יעדע רעד לייט קומט ארויס א צולאזטער אינג מיט די ווייסע קאפל און מאכט א שטיקעל קעדאטשקע אויפן טראטור, און טאנצט צוריק אריין ווען ס'ווערט גרין.

די חברה האבן עפעס א לעבן? וואוינען ערגעץ? זיי ארבעטן? ווער צאלט זיי די גאז?

סתם נייגעריג

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2018 8:10 am
דורך איך אויך
יעקב מענטש האט געשריבן: ציהללאז