בלאט 2 פון 2

Re: חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 1:39 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
א ריזיגן ייש"כ פאר אייער ארטיקל, כ'האב שטארק הנאה געהאט דערפון און כ'קען שוין קוים ווארטן אויף נאך.
כ'פלעג אלץ קינד אסאך ליינען יוסיפון, מיט נאך אנדערע ספרים און ביכער פון אידישע היסטאריע, אבער נישט געגאנגן אין א סדר, און טאקע קיינמאל עכט נישט געוויסט ווי אזוי היסטאריע האט זיך דיוועלאפט, ביז כ'האב מיך אראפגעזעצט און דורך געלערנט תנ"ך על הסדר, אבער פארט איז נאך געבליבן א ריזיגע חלק אנטאטשט, טאקע ווי למשל חכמת חיצוניות, און ווער האט געשריבן וואס און וואס זענען געווען די משלי שלמה, ספר בן סירא, אא"וו עד שבא מימון און האט עס דעליווערט אויף א טאץ.

כ'וואלט ווען באמת געוואלט אז די ארטיקלעך זאלן זיין לענגער, אבער כ'דארף אויך געדענקן אז "בעגערס קענט בי טשוזי" און כ'דארף מיך פרייען מיט וואס מ'געט מיר. כ'האב אפילו ליעב די שיינע בילדער וואס איר האט אריינגעלייגט. כ'קען שוין קוים ווארטן אויפן נעקסטן וועקער, כ'בין זיכער אז כ'בין נישט דער איינציגסטער

חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:35 pm
דורך מיימון
יישר כח. איך האב געמיינט אז עס קומט ארויס צו ווייניג וועקערס דערווייל זע איך דער עולם יאגט קוים אן צו ליינען... עניוויעי ב"ה דער עולם האט הנאה, אין די קומענדיגע טעג וועט איר קענען זען דעם צווייטן חלק שיצא לאור בקרוב ממש.

די בילדער האט דער רעדאקטאר היבש ארומגעארבעט, און צוגעלייגט קעפלעך וכדומה. עס איז זיין קרעדיט פונקט ווי דער גאנצער ארטיקל, און דער גאנצער וועקער וואס הענגטממש אויף די פלייצע פון איין אדם השלם והחכם באדם, אפריון נמטייה לו.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 12:04 pm
דורך פארשטאנד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מיימון האט געשריבן:די מליצות פון תפילה וואס איז אויך נתחבר געווארן בימי החשמונאים

זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט. כ'האב שוין לאנג א חשד אויף געוויסע תפילות אז ס'נישט פארפאסט געווארן דורך עזרא הסופר וחבריו (אנשי כנסת הגדולה צו ווער), קענסט אפשר צוצייכענען עפעס מראי מקומות איבער דעם?


עס איז דא א חיבור ספעסיפיק פאר די נושא פון פראפעסאר אבי הורביץ מיטן נאמען 'שקיעי חכמה בספר תהלים: עיוני לשון וסגנון' (מאגנס)

אזוי אויך איז דא כמה מאמרים פון מאיר וייס, שפעטער צוזאמענגענומען און א ספר 'אמונות ודעות במזמורי תהילים' (ביאליק)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 11:08 pm
דורך מיימון
דא האט איר נאך אביסל וועגן ספר תהלים בימי החשמונאים. אזוי אויך דער גאנצער ספר איז גאר אינטערעסאנט איבער די תקופה.
https://t.me/c/1491881551/251
לכבוד חנוכה

נשלח: פרייטאג מערץ 05, 2021 8:08 am
דורך מי אני
אין דעם ענין פון חכמת פילאזאפיע און די חילוק אין צוגאנג דערביי צווישן קריסטן און מוסלעמענער און אידן. פון דר. ליִאוֺ סטראַוּס. (אגב, ער האט אויך געהאט געשריבן אז ״עס איז נישט דא א חקירה אין די היסטאריע פון פילאזאפיע וואס איז נישט זעלבסט אליין פילאזאפיע ממש״. ענליך צו וואס העגעל האט געזאגט אז ״פילאזאפיע איז די היסטאריע פון פילאזאפיע״.)
A237E446-B75B-4C03-9018-B4A60B5F9996.jpeg