בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:18 pm
דורך לעיקוואד
לכאורה בזמן חז"ל איז נאכנישט אזוי קלאר דער חילוק פון א מציאות 'גשמית' ביז א מציאות 'רוחנית'. ממילא איז שווער חוקר צו זיין וואס מיינען זיי א גולם 'בגשמיות' אדער 'ברוחניות'. א שד ב'גשמיות' אדער ב'רוחניות'. אין ספרי קבלה איז שוין דער חילוק קלאר און ממילא איז ביי זיי קלאר אז די פיר עולמות למשל עקזעסטירען נישט אין מקום וזמן ווי דער עולם הגשמי.

אגב, דער מהלך אז דער ספר יצירה איז א פיזישער הסבר שטימט דווקא בעסער מיט דער געדאנק פון א גולם. אויב איז דאס דער סייענס פון מעשה בראשית, איז מובן אז איינער וואס ווייסט די סייענס קען מאכן א מענטש. א שטייגער ווי מען טראכט היינט אז אויב איינער ווייסט ווי די דנ"א ארבעט קען ער קלאונען א מענטש אויך. אפשר איז דאס טאקע דער אמת'ער פשט פון ספר יצירה, מסתמא איז שוין דא היינטיגע וואס זאגען אזא מהלך..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 6:23 pm
דורך חכימא
הרב אריה די מודינא הנוהם,
האבן מיר דעם פארגאנגענעם הייליגן טאג באמערקט אין פירוש מחזור כל בו עפעס וואס געהערט צו דעם ענין, ע"כ אמרנו לא נמנע טוב מבעליו, והרי הוא לפניך:

אויף די ווערטער "הדעה והדיבור לחי עולמים" שרייבט ער ווי פאלגענד:

"כלומר, יש בני אדם שיש להם דעת לברוא בריאה חדשה על פי ספר יצירה, אבל הדיבור אין יכול לתת בו אפילו על ידי שם המפורש, רק הקב"ה בעצמו, לכך סמך הדעה והדיבור"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2019 10:01 pm
דורך ארי נוהם
כ'האב מיך פונקט אנגעשטויסן אינעם שטיקל חזון איש וואו ער שרייבט איבערן ספר יצירה (וואס אינ'ם ארטיקל האב איך געשריבן אז כ'האב נאר געזען אז מ'ברענגט נאך משמו, ולא ראיתי בפנים), און דערפאר וויל איך עס דא אראפברענגען כדי די יציר"ה פון ספר יצירה זאל זיין בשלימות:

חזו"א יו"ד סי' קט"ז סק"א: "נברא בספר יצירה, נראה דאין לו כל זכיות ישראל, וקרוב גם שאין לו גם זכיות אדם".

נשלח: פרייטאג יוני 18, 2021 5:14 pm
דורך מי אני
Yetzira.jpg

דר. חוה תירוש-סעמיועלסאן (און טאקע עפ"י דר. ליבס וואס ווערט דערמאנט אינעם ארטיקל).

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 7:55 am
דורך יאסל ראקאווער
סאיז דא צוויי מיני vegan alternatives פאר מענטשען וואס עסן נישט קיין פלייש, איינס איז געמאכט פון גרינצייג און די צווייטע איז געמאכט און א lab.

די פראצעס פון מאכן פלייש אין א lab איז נישט קיין יש מאין. נאר ס'איז געמאכט עצם מעציו. מנעמט באצילין און בויט אויף מער און מער. ממש ווי יצירת האדם ווערט באשריבן אין די תורה. וַיִּקַּח אַחַת מִצַּלְעֹתָיו וַיִּסְגֹּר בָּשָׂר תַּחְתֶּנָּה.

לכאורה פאלט אינטער די קאטעגאריע פון יצירה. ממש שטיקער גולם פלייש. און מ'גייט עס אט אט פארקויפען אין די געשעפטן.

https://www.bloomberg.com/news/articles ... -next-year