בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:35 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דו ביסט גערעכט. אבער דו מוזסט דאך מודה זיין אז זיי (די לגב"ט קאמיוניטי) שטופן זייער אגענדא מיט זייער אן אגרעסיוו וועג און זיי זענען זייער שטארק אייפערזיכטיג אויף די קלענסטע רמיזה קלה וואס ס'דאכטציך זיי אז מ'האט בלויז געוואלט טראכטן פון דיסקרימינירן אקעיגן זיי...!

שטעלל דיר פאר ווען אין דיין ביהמ"ד וועט אין די נעקסטע רייע צו דיר אנקומען א נייע יונגע (געי ) קאפל. קורץ נאך די חתונה. שנה ראשונה. אן זיי וועללן איין טאג ברענגען א יונגעלע אין שול. און דאס קינד וועט וויינען...טאטי...וועט מען נישט וויסן וועלכן טאטי ער מיינט...! ווען איין טאטע וועט פארלירן דאס געדולד צו איהם וועט ער איהם אנשרייען .... פארדריי מיר נישט קיין קאפ... גיי צו טאטי...! און די זעלבע דער צווייטער טאטע וועט איהם אנשרייען וואס ווילסטו פון מיין לעבן האבן... גיי פארדריי א קאפ פאר טאטי...! משא"כ ביי א סטרעיט קאפל. אויב דאס קינד פארדרייט א קאפ פאר זיין טאע און ער פארלירט דאס געדולד, קען ער איהם אנשרייען און הייסן עז זאלל גיין צו מאמי אין ווייבער שול...! אה. אויב אבער איינער פון די קאפל איז א טרענס. און לויט די געזעצן פון מעיאר די בלאזיא ירום הודו, וועט דער טרענס קענען גיין אין ווייבער שול. דאמאלס איז יא גוט...!

בכל אופן. מיין טייערער סאציאליסטישער חבר. שבת אחים. איך ווארט אויף דיין קאמענט מיט אומ-געדולד...יישר כח. בערל בעל עגלה. (נאך די אריינזאגן אז איך בין א פארצייטישער. צוריקגעבליבענער בעל עגלה וואס פארשטייט נישט גארנישט...) און נישט קיין פראגרעסיווער, מאדערנער פסעוודא-אינטעלעקטואל ווי דו...!

איך בין נישט זיכער צי איך זאל לאכן אדער וויינען.... מעהר אגרעסיוו ווי דיין מדינה איז מיט די פאלעסטינער??? מעהר אגרעסיוו ווי דיינע רעכטע ריפובליקאנער זענען מיט אימיגראנטן???

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 3:25 pm
דורך יעקב מענטש
שבת אחים האט געשריבן:
זיי שטופן נישט קיין ״תועבה״ זיי שטיפן ״איקוואלעטי״ אז יעדער זאל מעגן ארויסגעבן זייער סעקסיולעטי וויאזוי זיי באגערן...

אהא!

איך גלייב אז דו ביזט פאר ביסטיעליטי און א מערידזש פון מערערע שותפים אויך? איא?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 3:58 pm
דורך יעקב מענטש
יעקב מענטש האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
זיי שטופן נישט קיין ״תועבה״ זיי שטיפן ״איקוואלעטי״ אז יעדער זאל מעגן ארויסגעבן זייער סעקסיולעטי וויאזוי זיי באגערן...

אהא!

איך גלייב אז דו ביזט פאר ביסטיעליטי און א מערידזש פון מערערע שותפים אויך? איא?

[tag]שבת אחים[/tag] איך ווארט אויף א רעספאנס, איך וויל איינמאל פאר אלעמאל דערגיין די זאך עד הסוף.

1) וואס פונקטליך הייסט דיסקרימינאציע? אויב איך האלט נישט ביים טוישן די טראדיציאנאלע באדייט פון מערידזש צו יעדן'ס פערזענליכע אויסוואהל, בין איך א דיסקרימינעיטאר? איך 'פייניג' אים? (אגב, דאס איז שוין דאכצעך א לעוועל ווייטער פון דיסקרימינאציע, דאס דערמאנט שוין פון אויסשוויץ/סיביר, אבער אין דעם אשכול איז דאס לעגיטים ווייל ס'העלפט אביסל די מטרה...)

2) וועלכע סארט מערידזש וואלסטו אלץ עפראווד, און קעגן וועם ווילסטו דיסקרימינירן (לשיטתך אז דאס הייסט דיסקרימינעישאן און אפי' 'געפייניגט')

3) אויב א גימל אינגערמאן וואס האט אפגעמאכט צו חתונה האבן במינו, וויל באקומען אן עליה אין ביהמ"ד, אבער איך אלץ תורה טרייער איד וויל אים נישט געבן ווייל ער האט אויסגעמעקט איין לאו אין די תורה במזיד, פונקט אזוי ווי איך וואלט נישט געגעבן פאר א מחלל שבת אן עליה, הייסט דאס אויך דיסקרימינירט/געפייניגט? און די שטאט וואלט ווען געדארפט צושפארן דעם ביהמ"ד, אדער אפשטעלן שטאטישע פאנדינג פאר די ביהמד?

ביטע ענטפערן קלאר און דייטליך אז מ'זאל קענען זעהן ווי פונקטליך אונז זעמיר מחולק.

א דאנק פון פאראויס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 6:03 pm
דורך אישתישבי
צו דיין שאלה, עס הייסט געפייניגט, אבער מען קען קיינעם נישט צווינגן צו געבען עליות פאר יעדעם, נאר די גאווערמענט קען נישט געבן געלט פאר דער בית המדרש.

אין אנדערע ווערטער עס איז נישט דא קיין עבירה צו צוגיין צו א שווארצע אין די גאס און זאגן די שווארצע נעגער גיי צוריק קיין אפריקע (דערווייל), אדער צו דערנידערן פרויען מיטן מויל, אדער צו זאגן פאר א טראנע (נישט דער סקווערער) ביסט א קראנקע זכר, אד"ג, אבער ביסט דאך א ראסיסט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 12:04 pm
דורך יעקב מענטש
[tag]אישתישבי[/tag]

הייסט אז דו ביזט פאר פיינגען מענטשען וואס ווילן טוהן מעשי בלעם? אדער וואס ווילן חתונה האבן מיט כמה וכמה מינים?

איך בין סורפרייזד ווי אזוי פיל מענטשען וואס פארטיידיגן די מאוומענט למחצה ולשליש ולרביע, זאלן ניטאמאל קענען ענטפערן די אלף בית ווען מ'באהאנדעלט די נושא. אבער זיי האלטן זיך נישט אפ פון ווידערהאלן זייער שיטה מיטן גאנצן אייפער (איך רעד נישט דוקא דא, איך האב אמאל מיטגעהאלטן אזאנס אויף די ראדיא)

[tag]בן אדם[/tag] דיין שפראך איז עטוואס נידעריגער פון דעם ניווא דא אינעם שטיבל, אבער ווער ס'האלט מיט די טאקטיקן פון די תועבהניקעס, קען קלאר זעהן ווי זיי מאכן פאר נרדפים (פאר די לייף אף מי האט נאך קיינער פון די חכמי השטיבעל וואס זענען אויסגעקאכט אין יעדן חוקר'ס טעאריעס, נישט געקענט מסביר זיין פארוואס ווען איך האט דאס נישט אנערקענען אלץ מערידזש איז דאס 'גערודפ'ט') און אזוי ארום פארלאנגען סימפאטיע איז א חלק פון דעם פלאן צו טוישן סאסייעטי אין דעם הינזיכט, און די רע-בנים וואס האבן געחתמ'ט אויפן בריוו ווייסן דאס אויך, און עכ"ז שפרינגן זיי ארויף אויפן וואגן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:52 pm
דורך אישתישבי
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס די גיהנם איז מיר א חילוק אויב זיי ווילען אז די מדינה זאל אנערקענען פאר מערידזש צוויי מענער זאל עס זיין א פראבלעם פאר אונז אידן, וואס דער מערידזש פין דער מדינה מיינט ממילא גארנישט. פארצייטנס האט מען חתונה געהאט נישט געזעצליך ווען מען האט געקענט, איך וואלט אויך נישט חתונה געהאט געזעצליך ווען אין דארף נישט פ"ס נאך די חתונה, פארוואס זאל מיר אנגיין אז די מדינה אנערקענט מערידזש אויך סיי וואס פאר אופן? איך בין עפעס תלוי אין די חוקי המדינה?

און לענין דיין תגובה ר' יעקב, איך פארשטיי באמת נישט וואס די זאגסט, פשוט די א"ב, איך בין פאר "פייניגען" מענטשן? זייט ווען?

סך הכלל זאג איך, די ווילסט זיין א ראסיסט? מעגסט!!! לייקען עס נישט. האסט פיינט א סגול גימל? געזונטערהייט. מעגסט. אבער די ביסט א מיאוסער מענטש.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:41 pm
דורך יעקב מענטש
[tag]אישתשבי[/tag] איך ווייס נישט צו דו האסט טאקע נישט פארשטאנען מיין תגובה אדער דו שפיהלסט איגנאראנט.

איך האב נישט געשריבן קיין ווארט צו די מדינה דארף עס יא אדער נישט לעגיטימירן, איך האב געשריבן לשיטתך (און לשיטת די מאוומענט בכלליות) אז נישט אנערקענען מערידזש פאר מין במינו הייסט 'פייניגן' דעמאלטס פארוואס ביזטו נישט מסכים אז מין עם כמה מינים אדער מעשי בלעם זאלן אויך אנערקענט ווערן אלץ לעגיטימע מערידזש? פארוואס איז זייער בלוט הפקר אז מ'מעג זיי יא פייניגען (עגעין: 'לשטיתך'), פשוט ווייל ס'איז א קלענערע פראצענט מענטשען וואס ווילן עס, איז שוין בארעכטיגט צו דיסקרימינירן קעגן זיי?

אדער קען גאר זיין אז דו ביזט פאר לעגאליזירן/אנערקענען די אלע מיני מערידזשעס, נו ביטע שרייבט עס ארויס קלאר.

Re: קול קורא פון 57 ארטאדאקסישע רבנים ורבניות אין שטיצע פון

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 3:05 pm
דורך תוהו ובוהו
א גאר אינטערסאנטע זאך האב איך געזעהן אינעם פילם 'אמא אבא יש לי משהו לספר לכם' פונעם איזראעלי געי טי ווי האוסט 'אסי עזר'.

ווי ער פארציילט אז בסוף ווען זיין טאטע (מסורתי) האט שוין משלים געווען מיטן פאקט אז ער איז געי, און ער האט אויספלאנירט זיין געי חתונה האט זיך זיין טאטע געשטעלט אז ביים חופה זאל בשום אופן נישט זיין קיין שום אידישע 'סממן', דהיינו נישט גיין מיט קיין קאפל, נישט זאגן אם אשכחך ירושלים, נישט ברעכן קיין טעלער, שפירענדיג אז דאס איז ווי א שטויס אין פנים פאר גאט, כ'מיין איך פייף מיך אן אויף דיר און כ'פראווע גאר כאילו א 'אידישע' חתונה?!.
האט ער דארט אן אינטערוויו מיט א אמעריקאנע געי קאפל פון א 'מאדערן ארטאדאקס' שטוב, ווי זיי פארציילן אז וועו זייערע עלטערן האבן משלים געווען מיט זייערע אפגעפארענע געי קינדער האבן זיי זיך געבעטן אז ביים חתונה זאלן זיי עט ליסט מאכן א אידישע חתונה.. גיי כאטש מיטן קאפל, זאג כאטש אם אשכחך ירושלים, וכו', ווייז כאטש אז דו ביסט סטאק אבער דו מיינסט נישט מורד צו זיין...

ס'ווייזט גאר אסאך אויפן חילוק אין קולטור, פון 'ישראל'ישע און אמעריקאנע 'אידישקייט'...

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 28, 2021 3:05 pm
דורך דוראק
אישתישבי האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט פארוואס די גיהנם איז מיר א חילוק אויב זיי ווילען אז די מדינה זאל אנערקענען פאר מערידזש צוויי מענער זאל עס זיין א פראבלעם פאר אונז אידן, וואס דער מערידזש פין דער מדינה מיינט ממילא גארנישט. פארצייטנס האט מען חתונה געהאט נישט געזעצליך ווען מען האט געקענט, איך וואלט אויך נישט חתונה געהאט געזעצליך ווען אין דארף נישט פ"ס נאך די חתונה, פארוואס זאל מיר אנגיין אז די מדינה אנערקענט מערידזש אויך סיי וואס פאר אופן? איך בין עפעס תלוי אין די חוקי המדינה?

די טענה אַז עס איז קען חילוק ניט צי מ'אַנערקענט עס אָפיציעל צי ניט איז ניט קיין ריכטיקע. זע חולין צ"ב „עולא אמר אלו שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה אחת שאין כותבין כתובה לזכרים”.

נשלח: מאנטאג יוני 28, 2021 3:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די שאלה איז נאר צו נח האט מקבל געווען אויף זיך צו פאלגן עולא...

נשלח: מאנטאג יוני 28, 2021 3:36 pm
דורך יעקב מעקסוועל
די תורה זענען זיי שוין זיכער נישט מכבד, עט ליעסט פארקויפן זיי נישט קיין מענטשן פלייש אין די בוטשער...

נשלח: מאנטאג יוני 28, 2021 7:01 pm
דורך דוראק
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו נח האט מקבל געווען אויף זיך צו פאלגן עולא...

די שאלה איז ניט געוועזן וועגן נח'ן, נאָר „פארוואס די גיהנם איז מיר א חילוק אויב זיי ווילען אז די מדינה זאל אנערקענען פאר מערידזש צוויי מענער זאל עס זיין א פראבלעם פאר אונז אידן, וואס דער מערידזש פין דער מדינה מיינט ממילא גארנישט.”

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 9:07 pm
דורך berlbalaguleh
דוראק: ניט אינגאנצן אזוי. מערידזש אין די מדינה כהיום גייט דורך די רבנות הראשית לענייני נישואין. און זיי זענען ערליכע אידן תלמידי חכמים. (פארשטאנדיג אז זיי גייען ניט אין די שיטה.). נאר די רשעים ובראשם אביגדור ליברמאן וויללן דאס טאקע אויסרייסן. אויך אנדערע חוקי התורה וועלכע ווערן נאך (אדערוויילע) איינגעהאלטן...!

עוצו עצה ותופר. דברו דבר ולא יקום. כי עמנו א-ל...!