ווי זענען די לינקע געגאנגען ראָנג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'מיטל גראונד'. אויב ס'מיינט אזא בחינה ווי א פשרה, ביזטו גערעכט אז געווענליך איז עס ערגער, ווייל דו ביזט נישט אהער און נישט אהין. אבער אויב ס'מיינט אז מ'טוט ביידע צוזאמען, מ'נעמט ארויס די גוטע חלקים פון ביידע, איז עס געווענליך די בעסטע. ווייל דער אמת איז אז יעדע שיטה האט א פלאץ וואו מ'דארף עס נוצן, די פראבלעם איז נאר אז מ'נעמט עס צו פלעצער וואו ס'קומט נישט אריין. מ'דארף נוצן יעדע מהלך דארט וואו ס'באלאנגט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אויף די לינקע זייט הערט מען נישט פון קיין אנטיסעמיטיזם?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שטייט אמאל א געזעמעל אין בית המדרש און א גרופע אינטולעקטואלע יונגעלייט דעבאטירן העפטיג אמעריקאנער פאליטיק. יענקל לייגט פאר פאר די אנוועזענדע מיט זאפט זיינע ליבעראלע אנטשויאונגען, און דאקעגן לייבל מיט זיין בלאנדער קמץ בערדל פארטיידיגט העפטיג זיין זעלבסט קאָנסערוואַטיווער געדאנקן-גאנג. די דיסקאסיעס הייבן זיך צו די העכסטע טענער אזש דער אנלויף ווערט אלס מער און מער, דער בית מדרש הייבט אן צו פארן אויף רעדער.

לייבל האלט זייער שטארק אז דאס לאנד זאל זיך פירן אין איינקלאנג מיט די קאנצטאטוציע. און טאקע גענוי ווי די גרינדונג-פאָטערס פון די פאראייניגטע שטאטן האבן דאס פארגעשריבן, אן קיין שום אומנויטיגע געדרייטע אריינטייטשונגען. און ער האלט גלייכצייטיג אז יעדער אמעריקאנער בירגער פארמאגט די רעכט צו טראגן וואפן. און ער טיף איבערצייגט אז די פעדעראלע רעגירונג זאל געפירט ווערן מיט א שטארקער האנד, אבער אויף קיין שום פאל זיך נישט אריינצומישן אין קיין אינערליכע אנגעלעגענהייטן, ווייל אויב דען יא, וואס איז דען די אמעריקאנער רעגירונג אנדערש פון די פארצייטישע טיראנישע מאנארכיעס? די רעגירונג באשטייט בלויז פון אונזערע פארשטייער, מיר זענען א פולשטענדיגע רעפובליק, און מיר פארמאגן אונזער ציווילע רעכטן. מיר ווילן לעבן מיט אויסשליסליכער פרייהייט סיי פון פרעמדע רעגירונגען און אפילו פון אונזער אייגענע רעגירונג. דער רעגירונג איז אויסשליסליך באשטימט בלויז פאר אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן און נאציאנלע זיכערהייטס, ווי עס לויטעט אין די קאנסטעטוציע שווארץ אויף ווייס.

אונזער לייבל וויל אויך א ריינע ווייסע ראסע אין אמעריקע, דערפאר האסט ער עמיגראַנטן צום טויט. און ווען ס'קומט צו געשעפטן איז ער פייערדיגער קאפיטאליסט. און ער איז אויסטערליש קאָנסערוואַטיוו געשטימט ווען ס'קומט צו אומארלישקייט, אזש ער פארליידט פשוט נישט קיין געשלעכטליכע באציאונגן צווישן זעלבע-דזשענדער. און אויב ס'האט פאסירט אז א מאן האט פארגעוואלדיגונג א מיידל אדער גאר א פארהיירעטער ווייבל, און דאס מיידל אדער ווייבל זענען צום באדויערן פארשוואנגערט געווארן, האלט לייבל אז פון א מאראלישער שטאנדונקט איז פארבאטן צו טאן סיי וועלכע סארט שריט צו ברענגען דאס פארשוואגערשאפט צו אן ענדע.

דער נידריגער שווארצער ליבעראלער יענקל בלייבט גאר נישט שולדיג, און ער רייסט אריין אינעם בייזן קאָנסערוואַטיווער לייבל אינעם זיבעטן ריפ אריין.

די קומסט מיר מיט די קאנסטאטוציע וועלכע איז געשריבען געווארן פאר עטוואס מער ווי 300 יאר צוריק? די קאנסטאטוציע הייבט זיך אן מיט די ווערטער: 'מיר די מענטשען פון די פאראייניגטע שטאטן, קאן דען דאס ווירקליך מיינען אין פולן זין פון ווארט 'מיר'? ווארום 'מיר' און אונזערע טאטעס און זיידעס און עלטער זיידעס האבן דאך דאן ניטאמאל עקזעסטירט? ס'איז דאך באשיינפערליך קלאר אז מ'מוז פארטייטשען די קאנסטעטוציע אויף א וועג אז ס'זאל עטוואס שטימען מיטן היינטיגן מציאות...
און איינמאל מ'קען אריין לערנען איז די קאנסטאטוציע איבער אנגעלעגנהייטן פון אונזער צייט, קען די פעדעראלע רעגירונג נאכאנאנד אינפארסירן פרישע געזעצן און עס גלייכצייטיג מאכן שטימען מיט די קאנסטאטוציע. וואס דאס שענקט פאר די רעגירונג די קאנסטאטוציאלע-רעכט זיך צו מישן אין אומצאליגע אינערליכע אנגעלעגנהייטן. (זעלבסטפארשטענליך אויב דער העכסטער געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן דער סופרים קארט ארבייט מיט)

טראגן וואפן? ביזט ווירקליך פארנארט? מ'הערט דאך איטליכער טאג פון פרישע שיסערייען אין שולעס און פארוויילונגס ערטער אד''ג.

און אייגענטליך פארוואס האסטו אזוי פיינט עמיגראַנטן? (אייגענליך פון וואו שטאמסטו זעלבסט?)מיר זענען דאך א לאנד געבויעט אויף עמיגראַנטן. די גרונד-פרינציפן פון די פאראייניגטע שטאטן איז דאך טאלעראנץ און גלייכ-בארעכטונג פאר אלעמען גלייך אפגעזען פון קאליר, ראסע, אדער רעליגיע. אמעריקע איז א לאנד פון מעגליכקייטן פאר איטליכער וועלכע איז באשאפן אין ג-טס געשטאלט, וואס וויל לעבן מיט די אטשויאונגען וועלכע די גרינדונג-פאָטערס האבן אראפגעשטעלט... איין פאלק אונטער ג-ט...

און ווען מ'רעדט שוין פון די עקאנאמיע...איז דען טאקע בלויז קאפיטאליזם די אויסשליסליכסטע עקאנאמישע לעזונג? ווארום וואס האט געפירט צום אלוועלטיכער עקאנאמישער קראך אין יארע 929' למספ'? אויב נישט קאפיטאליזם? פאר די עקאנאמיע פאדערט זיך עטוואס א לייכטע קומבאנאציע צווישן קאפיטאליזם און סאציאליזם. ווארום ס'איז דאך נישט עטיש צו לאזן די ארימע אויסשטארבן פאר הונגער און נויט.

און די קומסט מיר זאגן אז ליבעראליזם ברענגט אונטער מאראלישע ווירדן. איז וואס? פארוואס זאל נישט איטליכער אמעריקאנער בירגער מעגן טאן וואס זיין הארץ באגערט? איז דען דאס נישט איינער פון די ציוויליע רעכטען, וועלכע איז אייגענטליך א טייל פון דיין באליבטע קאנסטעטוציע שלחן ערוך, דאס רעכט צו לעבן מיט צופרידנקייט? און אז עמיצער מאכט אפ אז הייראטען דייקע מיט זיין דזשענדער באפרידיגט אים, איז דאס פילייכט זיין בירגערליכער רעכט... דאס זעלבע איז מיט ברענגען א אומ-פאראויס-פלאנירטער פארשוואגערשאפטן צו אן ענדע, דאס איז א רעכט וואס יעדע אינווידואלע בירגער פארמאגט, די קענסט פילייכט נישט ארויפצווינגן דיינע מאראלישע ווירדן אויף מיר....

דער געפילדער איז געגאנגען ביז צום הימל, יעדער מיט זיין מיינונגען. ביז דער רב איז אריינגעקומען אין שול...דער רב הערט אויס די אַרגומענטן און רופט זיך אן מיט פארשטאנד: מיר אידן זענען נישט קיין קאָנסערוואַטיווען און אויך נישט קיין ליבעראלן. מיר זענען ביידע יא און ביידע נישט. מיר האבן א תורה הק' וואס צייגט אונז אן די ריכטיגע ווירקן אין לעבן. און איטליכער איד זאל שטימען פאר וועלכע פארטיי ס'קומט אים פערזענליך אויס גוט. ס'איז נישט מעגליך אז א איד זאל זיין א פלשטענדיגער רעפובליקאנער אדער א פולשטענדיגער דעמאקראט...
כ'מיין אז דער רב זאגט גוט. נישט אזוי?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ביידע אידילאגיעס זענען צומאל יא/נישט גערעכט.

ס'איז אזוי אנגענומען אז אויב איינער נעמט אן איין זאך רעכט דארף ער אנעמען אלע/רוב זאכן פון יענער לאגער און אזוי אויך פארקערט. איך פארשטיי אבער נישט פארוואס. לדעתי וואלט געדארפט זיין אסאך מער ווי צוויי זייטן.

איינער פון די מערקבארע פלעצער ווי ס'זעהט זיך שטארק ארויס איז ביי די על.דזשי.בּי.טי.קיו.עקס.וויי.זי. איז דען נישט שייך אז איינער זאל זיין אין שטיצע פון על און נישט אין שטיצע פון טי? פארוואס האט מען געמאכט איין טשאלנט פון די גאנצע מעשה? אפשר זאל איינער אין שטיצע פון טי יא און דזשי נישט....
פארשפארט