בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 3:23 pm
דורך קורקלענד
איך האב עס אויסגעהערט. די פראבלעם איז אבער אז איך פראקראסטינעיט ווייל איך האלט נישט ביים טוהן געוויסע טעסקס וואס איך דארף טוהן. ער זאגט אז איך זאל פראקראסטינעיטן און פארשרייבן וואס איך וואלט געדארפט טוהן און עס טוהן צומארגנס. אבער צומארגענס האלט איך אויך נישט דערביי..........

איך האב שוין אסאך געליינט וועגן פראקראסטינאציע, די אמת'ע סאלושן איז טוה עס אפי' ס'איז אומבאקוועם. און אנדערע ווערטער ס'איז א חלק פון זעלבסט דיסציפלין וואס איז ממילא שטארק נחוץ פאר הצלחה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:12 pm
דורך הקטן
איך האב די הרגשה אז דו האסט דאס אויסגעהערט מיט א האלבע אוירן, דו לייגסט אראפ א זייער סימפליסטיג ווערשען פין וואס ער זאגט.
ער איז דא צי טוישן אינגאנצען די וועג וואו אזוי מיר קיקן אויף פראקראסטענעשן. זעה מער דא procrastination-priority