בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:34 pm
דורך וואלווי
סקרן האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:דמיונות אין בעסטן פאל.
די דברי יואל פלעגט שיקן די גאר שווערע קוויטלעך צום ליובאוויטש'ן רבי'ן... מיי פוט!
איהר ווייסט אדער מיינט? אדער וויל מיינען?
ער זאגט ער האט געהערט פון א כלי ראשון אז איהר ווייסט אנדערש ברענג א ראי'
וואספארע אינטרעסע זאל ער האבן אויפצומאכען אזא מעשה?
די כלי ראשון האט נישט געהאט א דעקל און ס'האט אריינגערעגנט דמיונות...
ס'אזוי ווי די וועסט זאגען אז רעיגען האט גערופן קאסטרא פאר עדווייס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:34 pm
דורך יין שרף

Don't get me wrong. I love him and he actually knows me too.
I've had my stories with him..
And between Satmer and Lubabitch you can assume on which side I am.
But this story sounds pure bologna ( the second half of the story)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:34 pm
דורך סקרן
יין שרף האט געשריבן:ווייל ער זוכט כסדר צו בלאזן אותות ומופסים ודברי חכמה פונעם רבי'ן, אז כמותו לא היה וכמוהו לא יהיה. (האסט מיטגעהאלטן די אמונה סעריעס? צו די פארטאגס חסידות אין 20 פארשעי אונטן? ווען עס האט עפעס א שייכות נאק מיטן רבי'ן זז"ג, בלאזט ער דערפון אויף א האלבע שעה..)
יא איך האב מיטגעהאלטען און ווען ס'איז אריינגעקומען האט ער פארציילט אמת'ע מעשיות וועריפייד
שוין כדרכו של חסיד פארציילט ער עס מיט די גאנצע ברען און געשמאק
אבער איך וויל א ראי' אפצופרעגן די מעשה ער האט פארציילט
ער האט עס פארציילט מיט א נאמען מען קען זיך נאכפרעגן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:37 pm
דורך יין שרף
זיך נאכפרעגן אז וואס? אז שפירא האט אים באמת דערציילט די מעשה? אז שפירא איז נישט קיין בעל דמיון? אז 80% צו 90% פראצענט פון ראביי YY'ס מעשות שהיו, זענען אזוי אמת ווי..?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:40 pm
דורך וואלווי
נו, דער כלי ראשון קען אויך דמיו'ן, אדער פארדרייען "נאר" די נאמען, אדער משנה זיין מפני דרכי שלום...
סאטמארער רב האט אפי' צו ר' חזק'לע מערץ אויך נישט געשיקט קיין שווערע קוויטלעך, מן הסתם אפי' נישט קיין פיקוח נפש אויך נישט.
You gotta know the players
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:41 pm
דורך יין שרף
וואלווי האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:דמיונות אין בעסטן פאל.
די דברי יואל פלעגט שיקן די גאר שווערע קוויטלעך צום ליובאוויטש'ן רבי'ן... מיי פוט!
איהר ווייסט אדער מיינט? אדער וויל מיינען?
ער זאגט ער האט געהערט פון א כלי ראשון אז איהר ווייסט אנדערש ברענג א ראי'
וואספארע אינטרעסע זאל ער האבן אויפצומאכען אזא מעשה?
די כלי ראשון האט נישט געהאט א דעקל און ס'האט אריינגערעגנט דמיונות...
ס'אזוי ווי די וועסט זאגען אז רעיגען האט גערופן קאסטרא פאר עדווייס.
Just the opposite, but whatever..
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:45 pm
דורך סקרן
וואלווי האט געשריבן:נו, דער כלי ראשון קען אויך דמיו'ן, אדער פארדרייען "נאר" די נאמען, אדער משנה זיין מפני דרכי שלום...
סאטמארער רב האט אפי' צו ר' חזק'לע מערץ אויך נישט געשיקט קיין שווערע קוויטלעך, מן הסתם אפי' נישט קיין פיקוח נפש אויך נישט.
You gotta know the players
אדער קען די מעשה זיין אמת
פאלט דיך נישט ביי?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:46 pm
דורך יין שרף
איך טראכט יעצט, אז לשונו הק' פון ראביי YY איז געווען אז ווען די סאטמארע רבי האט א שווערע קעיס און קען זיך נישט קיין עצה געבן שיקט ער צום ליובאוויטשע רבי.
מהיכי תיתי אז ער רעדט פון קוויטלעך צו פיקוח נפש שאלות? אפשר גאר למשל א אפגעפארן אינג וכדו', וואס אויף דעם האבן זיי געהאט אסאך מער ערפארונג ווי אים. אפשר גאר אויך מיט קאנעקטשאנס (צו פאליטישע צו אידישע) אין פארווארפענע ערטער ווי זיינע שלוחים האבן זיך אויפגעהאלטן.
והכל על מקומו יבא בשלום..
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:48 pm
דורך וואלווי
סקרן האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:נו, דער כלי ראשון קען אויך דמיו'ן, אדער פארדרייען "נאר" די נאמען, אדער משנה זיין מפני דרכי שלום...
סאטמארער רב האט אפי' צו ר' חזק'לע מערץ אויך נישט געשיקט קיין שווערע קוויטלעך, מן הסתם אפי' נישט קיין פיקוח נפש אויך נישט.
You gotta know the players
אדער קען די מעשה זיין אמת
פאלט דיך נישט ביי?
Not really. Sorry to disappoint you
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:50 pm
דורך סקרן
זייער גוט
מיין שאלה איז נאר פארוואס טייל עולם דא און א גרויס עולם אין די וועלט אהן פורש בשמם זיין האבן איינס פון די צוויי רעאקציעס
א. מחוצף, סאטמאר רב האט נישט געדארפט צוקומען צו דער ליובאוויטשער קיינמאהל
ב. די מעשה קען נישט זיין אמת נישט מעגליך
אהן קיין בעיס פאר עניטונג וואס זיי זאגען
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:55 pm
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:איך טראכט יעצט, אז לשונו הק' פון ראביי YY איז געווען אז ווען די סאטמארע רבי האט א שווערע קעיס און קען זיך נישט קיין עצה געבן שיקט ער צום ליובאוויטשע רבי.
מהיכי תיתי אז ער רעדט פון קוויטלעך צו פיקוח נפש שאלות? אפשר גאר למשל א אפגעפארן אינג וכדו', וואס אויף דעם האבן זיי געהאט אסאך מער ערפארונג ווי אים. אפשר גאר אויך מיט קאנעקטשאנס (צו פאליטישע צו אידישע) אין פארווארפענע ערטער ווי זיינע שלוחים האבן זיך אויפגעהאלטן.
והכל על מקומו יבא בשלום..
אויב אזוי האט ער נישט געדארפט אזוי דראמאטיש אראפ לייגען אז ס'איז גאר שווער שלא לפי די כוחות פון סאטמארער רב וואס קען מיינען א פאל פון פיקוח נפש. ער וואלט געקענט זאגען ברחל בתך הקטנה אז דא רעדט מען פון קירוב.
You can't pick and choose what to repeat accurately or not
אויב אזוי איז נישט נאמן אויף עובדות, נאר אויף די התעוררות אליינס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:59 pm
דורך יין שרף
סקרן האט געשריבן:זייער גוט
מיין שאלה איז נאר פארוואס טייל עולם דא און א גרויס עולם אין די וועלט אהן פורש בשמם זיין האבן איינס פון די צוויי רעאקציעס
א. מחוצף, סאטמאר רב האט נישט געדארפט צוקומען צו דער ליובאוויטשער קיינמאהל
ב. די מעשה קען נישט זיין אמת נישט מעגליך
אהן קיין בעיס פאר עניטונג וואס זיי זאגען
אמממ אממ... די סיבה רופט זיך קאממאן סענס...
ווער עס האט נאר געקענט די דברי יואל, נישט קיין חילוק צו זיינס א חסיד, צו א מעריץ צו א פרעמדער אינגאנצן, שוין נישט אויסרעדן זיינע מתנגדים, קיין איינער האלט נישט אז די דברי יואל זאל קענען האבן געשיקט צום רבי'ן זז"ג.
ולא עוד אז no one came fwd yet saying אז די רבי זי"ע האט אים געשיקט צו אפילו געטראכט פון שיקן צום ליובאוויטש רבי נ"ע.
(און אפילו די מספר המעשה ווייסט אויך נישט פון אזא זאך, נאר אז די רבי האט אזוי געזאגט).
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 3:02 pm
דורך וואלווי
סקרן האט געשריבן:זייער גוט
מיין שאלה איז נאר פארוואס טייל עולם דא און א גרויס עולם אין די וועלט אהן פורש בשמם זיין האבן איינס פון די צוויי רעאקציעס
א. מחוצף, סאטמאר רב האט נישט געדארפט צוקומען צו דער ליובאוויטשער קיינמאהל
ב. די מעשה קען נישט זיין אמת נישט מעגליך
אהן קיין בעיס פאר עניטונג וואס זיי זאגען
ס'איז אות א', נאר מיט א twist. ס'איז די מציאות אז סאטמארער האט נישט גענוצט ליובאוויטשער רבי'ן "אפילו" ווען ס'איז געווען א שווערע רבי'שע עסק. אבער אויב ס'וואלט יא געווען שכיח אזוי, עכ"פ, ביי עפעס א שתדלנות וואס האט באלאנגט אין תחום פון ליובאוויטשער רבי'ן וואלט עס בכלל נישט געווען א חוצפה, אדרבה, ס'וואלט געוויזן אויפריכטיגקייט.
וואס זאל מען טוהן אבער אז נישט אזוי האט ער דאס דערציילט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 3:28 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: אבער דער עיקר חידוש אין זיין מעשה (י.י. דזשעיקאבסאן) איז, אז דער ליובאוויטשער רבי האט געוואוסט אז ער איז דער זון פון די פרוי וועלכע האט געשריבן דעם בריוו. אפילו ער האט איהם נאך קיינמאל פריער נישט געזעהן...!
Re: סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 4:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גראדע, פלעגט דער ליובאוויטשער רבי שיקען זיין שווערע קוויטלעך צו מיר.
גיי פרעג עס אפ
איך מיין אז דזשעיקאבסענ׳ס טאטע וואלט געהאט די מערסטע טענות אויף אים פאר אזא מעשה......
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:09 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך קען א איד (ער האט געהייסן ר' מאיר לאנסקי). ער פלעגט שיקן זיינע שווערע קוויטלעך צו איינעם מר. אל. קאפאון...! שפעטער נאך זיין הסתלקות, האט ער געשיקט צו זיין ממלא מקום. דזשאן גאטטי. דאהי אין ניו יארק. ווייל מר. קאפאון האט געוואוינט אין שיקאגא...!
מיט'ן צווייטן חלק ביסטו גערעכט. אבער וויי. וויי. אפערירט אין יאר 2018. און ער ווילל זיין פאליטיקלי קארעקט...!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:20 pm
דורך איך אויך
יין שרף האט געשריבן:הרב ישראל דוד שלעזינגר לאזט זיך הערן..
זייער צום זאך. אביסל שטערט מיר יא אז ער האקט אויף לואי שיינער פערזענליך.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:11 pm
דורך קאצקע ציקער
סקרן האט געשריבן:זייער גוט
מיין שאלה איז נאר פארוואס טייל עולם דא און א גרויס עולם אין די וועלט אהן פורש בשמם זיין האבן איינס פון די צוויי רעאקציעס
א. מחוצף, סאטמאר רב האט נישט געדארפט צוקומען צו דער ליובאוויטשער קיינמאהל
ב. די מעשה קען נישט זיין אמת נישט מעגליך
אהן קיין בעיס פאר עניטונג וואס זיי זאגען
ס'איז אזוי אמת ווי איך זאג דיר ווען אז ליבאוויטשער רבי האט געשיקט זיינע שווערע קוויטלעך צו סאטמאר רב וואלסט עס זעכער געגלייבט ניין?
Re: סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וויל זיך באציען צום עיקר טעמע פון מוזיקאלישע סליחות, מיט אינספיירינג ספיטשעס. איך האב נישט אויסגעהערט הרב שלזינגר און נישט געהערט קיין מחאות, און אוודאי זענען מחאות נישט אין פלאץ. דאס מיינט אבער נישט אז אויב אזוי איז אלס אינדערארדנונג.
יעדער דארף התחדשות, הן דער יחיד און הן די ציבור. עס איז זייער שווער איבערצוחזר׳ן טאג נאך טאג די זעלבע מעשים מיט די זעלבע געדאנקען און געפילן. מ׳ווערט שוין נישט נתפעל פון די התפעלות פון פאראיאר, עס הערט זיך נישט אזוי לייכט די זעלבע משל פון א בת מלך ווי פון אלס קינד.
דעריבער גייט מען זוכן נייע התעוררות׳ן. יעדער קומט אן צו אלול, סליחות מיט די הייליגע טעג, מיט א רצון זיך עטוואס צו פארבעסערן. דאס יאר וועט מען מאכען א שינוי לטובה וואס וועט זיך האלטן. כ"ג שבט פון תשע"ט וועט נישט אויסקוקן ווי כ"ג שבט תשע"ח. עס כאפט זיך א מחשבה׳לע אז פאראיאר האט מען אויך אזוי געוואלט, וקרה מה שקרה. אבער די מחשבה פארשטילט מען שנעל, און מיט רעכט. אז מ׳גלויבט נישט אז מ׳קען זיך טוישען, איז מען רח"ל מבעט אין כפרת יוהכ"פ, וואס אויף דעם זאגט די גמרא אז יוכ"פ העלפט טאקע נישט. וויאזוי טוט מען דאס? די שאלה פאדערט אויך א התחדשות, טו נישט ווי פאראיאר, ווייל די אויסקומפף וועט זיין ווי פאראיאר. אזוי ווי די אויסגעדראשענע משל פון פאר צענדליגע יארן פון דער צאנזער רב מיט די פארלוירענע מענטש אין וואלד.
עס איז דא צו דעם א לעזונג, און מוזיקאלישע סליחות איז נישט דאס. די אנשי כנה"ג זענען געווען זייער קלוגע מענטשען, און יעדער מיט אם עינא פקיחא קען זען אז זייער שפראך, ווי לייכט עס איז, האט א געוואלדיגע טיפקייט. א טיפקייט וואס סתם שפראך האט נישט. פיוטים און סליחות ליינען זיך נישט ווי שמונה עשרה. יעדעס יאר קען מען, אין די אלטע נוסח, זען נייע חידושים מיט התעוררות׳ן, און די זעלבע ברכה און תפלה טראגט אן אנדערע באדייט.
מ׳קען טרעפען חידושים אין די אלטע, כל זמן שאתה ממשמש בהן אתה מוצא בהן טעם. איין יאר איז דער לדוד א געוואלדיגע חידוש, די נעקסטע יאר לערנט מען אפ די מפרשים אויף פרשת כי תשא, און מען זעט די אמת׳ער טייטש פון די י"ג מדות און זייער כח. וכהנה וכהנה.
דער וואודרידזשע רב פלעגט דאס אפט דערמאנען, און עס זעט אויס טאקע גערעכט.
אנפילען דער נויג צו התחדשות מיט אן אינספירעישאנעל עקספיריענס, וואס האט לאו דוקא צוטון מיט די שינוי וואס די ימים נוראים דארפען פאראורזאכען, זעט מיר אויס ווי א פארפאטשקעטע געלעגענהייט. מ׳וואלט געקענט נוצען די נויג פאר עפעס מער זאכליך
והנלע"ד כתבתי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:21 pm
דורך נעגעל וואסער
היי יאר האב איך טאקע געמאכט א געוואלדיגע התחדשות.
כ'האב געקויפט א סליחות מיט טייטש, און איך זאג וואס איך זאג שטייט און מיט כוונה. כ'יאג אבער נישט אהן די גאנצע מעשה.
טוב מעט בכוונה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אנשי כנה"ג זענען געווען זייער קלוגע מענטשען
זייער גוט געזאגט, אבער וואו פאר א שווארץ יאר קומען די אנשי כנסת הגדולה אריין דא?!
Re: סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אנגעהויבען די געדאנק אויף די פשוט׳ער ווערטער פון שמונה עשרה. דאס גילט אויף די פסוקים אין נביא און חומש, און די תפלות פון די גאונים וואס מיר זאגען. אלס איז א מועט המחזיק את המרובה, כמבואר לכל מעיין
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'האט אבער גארנישט מיט יואלי לעבאוויטש'ס סליחות צוטאן.
נאך א זאך וואס איך פארשטיי נישט לויט דיר, פארוואס האבן די פייטנים געמאכט סליחות אז אונז האבן שוין די געוואלדיגע טיפע תפילות פון די גאונים? און פארוואס האבן די גאונים געדארפט מאכן תפילות אז די אנשי כנסת הגדולה וואס זענען געווען פיל קלוגער פון זיי האבן שוין געמאכט תפילות פון פריער? און פארוואס האבן די אנשי כנסת הגדולה געדארפט מאכן תפילות, פארוואס האבן זיי נישט געקענט פשוט זיך אריינטיפן אין די טיפזיניגע פסוקים פון נביא און חומש וואס זענען פיל מיט תוכן?