בלאט 2 פון 2

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:09 am
דורך נפרייליכע מענטש
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:19 am הרב פארחלומ'טער: איך האב נישט געליינט דיין גאנצע דיסערטאציע (קענסט נאכקוקן וואס דאס ווארט מיינט). נאר מיט איין זאך בין איך זיכער מסכים מיט דיר.

איך (און מיין ווייב) ווארפ/ן נישט ארויס קיין פלעסטיק אדער האט קאפס. מ'שווענקט עס אויס און מ'נוצט עס איבער.

ווען די אייניקלעך זז"ג קומען פאר א וויזיט לערן איך זיי אויס אז נאכדעים וואס מ'טרינקט פון א קאפ שווענקט מען עס אויס. און מ'שרייבט אן דעם נאמען פון דעם "בעה"ב" אויפ'ן קאפ מיט א מארקער. נאר פארשטייצעך אז דאס אלעס דארף געטון ווערן בטיב טעם ודעת. מיט קאממאן סענס.

הני מילי. ווען איז דאס געזאגט געווארן?. ווען מ'איז פרייוועט. פאר זיך אליין. ווען ס'איז דא א צוזאמקום פון א גרעסערן עולם ווארפט מען אלעס גלייך אריין אין גארבידזש נאכ'ן ניצן.
אזוי בין איך אויפגעוואקסן אבער נאך די חתונה האט די ב"ב נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך נוץ איבער א פלאסטיק קאפ, האב איך אנגעהויבן נוצן א גלאז.

אבער ווען איך גיי צו מיין טאטע און דער היים שווענק איך נאך אויס די קאפ.

שרייבן די נאמען האט מען נאר געטוהן ווען מען האט נישא גוט געפיהלט.

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:25 am
דורך אלפא
איך האב אפט אזא מחשבה/חקירה וועמענס פליכט איז עס?! איז עס נארמאל (סיי וואס..)?! קומט עס אזוי?!

למעשה מיין צווייטע מחשבה איז אייביג, מאי נפקא מינה?! אויב איז עס נישט נארמאל אבער איך קען עס מאכן ארבייטן who cares?! אויב לאמיר זאגן 'פרויען' זענען אזוי און מענער זענען אזי, אבער ביי מיר אינדערהיים שטעלט זיך עס סוקסעספולי ארויס אנדערש וועמען שטערט עס?! פארוואס זאל עס מיר בכלל אנגיין..

נאכדעם טראכט איך, אויב איז עס 'נישט נארמאל' 'אומנאטורליך' 'ס'קומט אנדערש', אפשר קען עס קראכן אדער בעקפייערן?! דארף איך דאך יא וויסן וויאזוי עס קומט 'באמת'...

בכל אופן, אפי' אויב איך גיי יא וויסן וואס איז 'נארמאל', אבער איך בין לאמיר זאגן געווייערד אנדערש (אין דעם פרט), גייט עס מיר דאך נאר מער צומישן. ובכלל ווער זאגט אז נארמאל איז נארמאל?! ווער איז מחליט וואס נארמאל מיינט?! מיין שכן? מיינע שכנים? מיין קהילה/קולטור? עפעס א שטודיע, בוך, אדער פאול? איינער וואס האט פראפאזירט? - אז עס לוינט צו ווערן אינוועסטירט דערין..?!


איינער מיט סימפאטיע?

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:28 am
דורך היימלינד
נארמאל איז to do what works for you

ווען מען הייבט מיט חשבונות קומט עס אסאך מאל פון resentment אז מען איז נישט צופרידען פון וואס מען טוט אדער ווייל עס איז טאקע too much אדער ווייל מען באקומט נישט קיין appreciation ממילא וועפט אויס די סיפוק.

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:30 am
דורך אלפא
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:28 am נארמאל איז to do what works for you
איך מיין אבער אז מיט דעם אלעם קורטשעט פאר אסאך די שאלה 'איז עס נארמאל?!'..

איך בין באמת נייגעריג פון א פסיכאלאגישע שטאנדפונקט פארוואס עס איז אזוי וויכטיג פאר מענטשן צו וויסן/טון וואס איז 'נארמאל', און וואס די קרייעטיריע איז בכלל דערפאר - אין דעם קאנטעקסט?!

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:31 am
דורך היימלינד
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:30 am
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:28 am נארמאל איז to do what works for you
איך מיין אבער אז מיט דעם אלעם קורטשעט פאר אסאך די שאלה 'איז עס נארמאל?!'..

איך בין באמת נייגעריג פון א פסיכאלאגישע שטאנדפונקט פארוואס עס איז אזוי וויכטיג פאר מענטשן צו וויסן/טון וואס איז 'נארמאל', און וואס די קרייעטיריע איז בכלל דערפאר - אין דעם קאנטעקסט?!
there is a need to feel normal and excepted in society

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:33 am
דורך היימלינד
איך מיין אבער אז ווען עס קומט צו די שטוב איז עס ווייניגער נוגע ווייל ס'איז פריוואט און קיינער דארף נישט וויסען וואס דו/זי טוען

כל זמן מען פילט זיך נישט אויסגעניצט/אויסגעברענט פעלט נישט אויס צו חקר'ן צופיל - יוסיף דעת יוסיף מכאוב, יענם וועם מ'איז מקנא האט זיך אויך זיין פעקל

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:36 am
דורך אלפא
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:31 am

there is a need to feel normal and excepted in society
עס איז אבער שייך אויך (אדער בפרט) ביי פריוואטע זאכן וואס קיינער גייט קיינמאל נישט וויסן אז אדער וויאזוי איך טו עס.
זייער אסאך שאלות אין שלום בית קענען אריינגיין אין דעם קאטעגאריע - ווי מיר זוכן ענטפערס איבער וויאזוי עס איז נארמאל - אנשטאט צו אפלערנען וואס גייט ארבייטן אין דעם שטוב. אפי' עס איז א זאך וואס האט גארנישט מיט 'סאסייעטאל נארמס' אדער זיין עקסעפטעד..

אנלעס די צורך צו זיין 'עקסעפטעד' איז אזוי טיף אריינגעבאקן אין אונזער סייקי, אז אפי' דארט ווי קיין דרויסענדיגע אויג קומט נישט אן - ווילן מיר נאכאלץ געפעלן...

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:38 am
דורך היימלינד
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:36 am
אנלעס די צורך צו זיין 'עקסעפטעד' איז אזוי טיף אריינגעבאקן אין אונזער סייקי, אז אפי' דארט ווי קיין דרויסענדיגע אויג קומט נישט אן - ווילן מיר נאכאלץ געפעלן...
good point
אדער קען זיין אז די מענט וויל זיין עקסעפטעד ביי זיך
ער וויל פילען כלפי זיך אז ער איז אקעי און נארמאל

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:41 am
דורך אלפא
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:38 am
good point
אדער קען זיין אז די מענט וויל זיין עקסעפטעד ביי זיך
ער וויל פילען כלפי זיך אז ער איז אקעי און נארמאל
סא וואס איז די קרייעטיריע פון 'נארמאל' צו פארפילן דעם צורך?

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:53 am
דורך זאקן
נפרייליכע מענטש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:09 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:19 am הרב פארחלומ'טער: איך האב נישט געליינט דיין גאנצע דיסערטאציע (קענסט נאכקוקן וואס דאס ווארט מיינט). נאר מיט איין זאך בין איך זיכער מסכים מיט דיר.

איך (און מיין ווייב) ווארפ/ן נישט ארויס קיין פלעסטיק אדער האט קאפס. מ'שווענקט עס אויס און מ'נוצט עס איבער.

ווען די אייניקלעך זז"ג קומען פאר א וויזיט לערן איך זיי אויס אז נאכדעים וואס מ'טרינקט פון א קאפ שווענקט מען עס אויס. און מ'שרייבט אן דעם נאמען פון דעם "בעה"ב" אויפ'ן קאפ מיט א מארקער. נאר פארשטייצעך אז דאס אלעס דארף געטון ווערן בטיב טעם ודעת. מיט קאממאן סענס.

הני מילי. ווען איז דאס געזאגט געווארן?. ווען מ'איז פרייוועט. פאר זיך אליין. ווען ס'איז דא א צוזאמקום פון א גרעסערן עולם ווארפט מען אלעס גלייך אריין אין גארבידזש נאכ'ן ניצן.
אזוי בין איך אויפגעוואקסן אבער נאך די חתונה האט די ב"ב נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך נוץ איבער א פלאסטיק קאפ, האב איך אנגעהויבן נוצן א גלאז.

אבער ווען איך גיי צו מיין טאטע און דער היים שווענק איך נאך אויס די קאפ.

שרייבן די נאמען האט מען נאר געטוהן ווען מען האט נישא גוט געפיהלט.
איך האב א שטארקע פילינג אז ר׳ בערל איז די טאטע פון פארחלומ׳טער………

Re: הילף מיט שלום בית

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:58 pm
דורך פרייליכע איד
Try to listen to him, he has lots of good stuff

https://www.yiddish24.com/cat/151

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:53 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:30 am
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:28 am נארמאל איז to do what works for you
איך מיין אבער אז מיט דעם אלעם קורטשעט פאר אסאך די שאלה 'איז עס נארמאל?!'..

איך בין באמת נייגעריג פון א פסיכאלאגישע שטאנדפונקט פארוואס עס איז אזוי וויכטיג פאר מענטשן צו וויסן/טון וואס איז 'נארמאל', און וואס די קרייעטיריע איז בכלל דערפאר - אין דעם קאנטעקסט?!
ביי דעם איז נישט שייך צו מעסטן און פארגלייכן זיך צו אנדערע מענטשן. וואס ס'ארבעט ביי איין קאפל קען זיין א פראבלעם ביי א צווייטע. ס'ווענדט זיך אין די נאטור פון די מענטשן.

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:10 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
פארחלומ'ט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:11 am Wow, א ריזיגע שכויעך @שמעקעדיג.

מיין פראבלעם יעצט איז נישט אזוי ווייט די ידיעה, עס איז פשוט אז מען פארגעסט און אלעס געשעט ווייטער. סא וואס איך זיך עכט איז א קאונסלער וואס זאל שטיין מיט מיר פאר א שטיק צייט. דאס האב איך איר אויך געזאגט אז איך וועל טון, און איך מוז עס טון אויך צי ווייזן אז איך בין ערענסט דערביי.

איך טראכט (הויך, בדרך אפשר) אז וואס דו דארפסט באמת איז ווערן שטערקער אין דיר אליינס - סעלף עסטיעם/קאנפידענס און אירע שרייען זאלן דיר ווייניגער אפעקטירן...

אן אויסברויך פונעם פרוי קעמען אנקוקען ווי אן עקספרעשען פון איר אייגענע שוועריקייטן/פעין וואס זי גייט דורך אין יענע מינוט און מ׳דארף עס כלל נישט נעמען פערסאנעל [אפילו ווען מ׳סטראשעט מיט א גט וכדו׳]. געוויסע מדריכים זענען אפילו ממליץ אז בשעת מעשה זאל מען איר אויך געבן ׳מיטגעפיל׳ און אימאשענעל סופארט, אויף אזוי ווייט ווי זאגן: ״יו! כ׳שוין דיך אז דו דארפסט מיטמאכן (אריינגעפאלן) מיט אזא מאן ווי מיר...״.

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:54 pm
דורך טירן
נאך אלע גוטע עצות, וואס העלפט פאר דעם העלפֿט נישט פאר יענעם סוי די עיקר עצה איז תפילה ַ אפילו איינער דארף יא צוקומען צו הילף זאל ער גוט מתפלל זיין ער זאל נישט אריינפאלן מיט געלט גייצער וואס נאר געלט איז יענעם מטרה כידוע

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2024 5:39 am
דורך פאלאצ'ינטא
אמאהל איז געקומען א אינגערמאן צו הרה"ג ר' שמעון שוואב ז"ל אז זיין ווייב בעט איהם אז ער זאל ארויסנעמען די מיסט (גארבידז'), און היות ער איז א כולל אינגערמאן, פאסט עס נישט.

האט איהם ר' שמעון געזאגט... גערעכט עס פאסט נישט.

די נעקסטע צופרי בשעת די פארפאלק האבען געגעסן פרישטיג קלאפט איינער ביים טיהר. ער מאכט אויף און ר' שמעון שטייט דארט.

וואס וויל דער רב? פרעגט ער,

ענטפערט איהם ר' שמעון, איך בין געקומען ארויסנעמען דיין גארבידז', פאר דיר פאסט עס נישט אבער איך קען עס יא ארויסנעמען,

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2024 11:22 am
דורך היימלינד
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:10 pm
פארחלומ'ט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:11 am Wow, א ריזיגע שכויעך @שמעקעדיג.

מיין פראבלעם יעצט איז נישט אזוי ווייט די ידיעה, עס איז פשוט אז מען פארגעסט און אלעס געשעט ווייטער. סא וואס איך זיך עכט איז א קאונסלער וואס זאל שטיין מיט מיר פאר א שטיק צייט. דאס האב איך איר אויך געזאגט אז איך וועל טון, און איך מוז עס טון אויך צי ווייזן אז איך בין ערענסט דערביי.

איך טראכט (הויך, בדרך אפשר) אז וואס דו דארפסט באמת איז ווערן שטערקער אין דיר אליינס - סעלף עסטיעם/קאנפידענס און אירע שרייען זאלן דיר ווייניגער אפעקטירן...

אן אויסברויך פונעם פרוי קעמען אנקוקען ווי אן עקספרעשען פון איר אייגענע שוועריקייטן/פעין וואס זי גייט דורך אין יענע מינוט און מ׳דארף עס כלל נישט נעמען פערסאנעל [אפילו ווען מ׳סטראשעט מיט א גט וכדו׳]. געוויסע מדריכים זענען אפילו ממליץ אז בשעת מעשה זאל מען איר אויך געבן ׳מיטגעפיל׳ און אימאשענעל סופארט, אויף אזוי ווייט ווי זאגן: ״יו! כ׳שוין דיך אז דו דארפסט מיטמאכן (אריינגעפאלן) מיט אזא מאן ווי מיר...״.
מען דארף זייער אכטונג געבן מיט אזא ליין, וויסען ווער ווען און וויאזוי, עס קען האבן זייער א שלעכטע אפעקט אויב זי האט נאר א הו"א אז מ'איז סארקאסטיש און עס וועט נאר צולייגען פעין אז מ'מאכט ליצנות פון איר.

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2024 6:03 pm
דורך קל לזכור
האב איך געזעהן אמאל ווי הרבני טאני ראבינס ברענגט שלום בין איש לאשתו.

די ווייב זעהט אויס א געפערליכע קאמפלעינער, ער טרעינט דארט די מאן אז די אלע קולות וואס די פרוי שרייט בעט זי סך הכל קום נענטער צו מיר איך וויל זיין נאנט מיט דיר. אבער דער מאן כאפט נישט און ער לויפט נאך ווייטער, וחוזר חלילה.

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 12:48 am
דורך חדשים
קל לזכור האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 6:03 pm האב איך געזעהן אמאל ווי הרבני טאני ראבינס ברענגט שלום בין איש לאשתו.

די ווייב זעהט אויס א געפערליכע קאמפלעינער, ער טרעינט דארט די מאן אז די אלע קולות וואס די פרוי שרייט בעט זי סך הכל קום נענטער צו מיר איך וויל זיין נאנט מיט דיר. אבער דער מאן כאפט נישט און ער לויפט נאך ווייטער, וחוזר חלילה.
Highly recommended

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 2:19 am
דורך שאלתיאל
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:25 am ובכלל ווער זאגט אז נארמאל איז נארמאל?! ווער איז מחליט וואס נארמאל מיינט?! מיין שכן? מיינע שכנים? מיין קהילה/קולטור? עפעס א שטודיע, בוך, אדער פאול?
א גוטע שאלה.

"נארמאל" האט נישט קיין אביעקטיווע משמעות פאר זיך אליין און איז אייביג געוואנדן אין די קאנטעקסט, פלאץ, תקופה וכו'. ס'איז א טעכנישע טערמין וואס איר מיינונג איז ענליך צו "אנגענומען" אדער "געווענליך"/צוגעוואוינט'' וואס דאס ווערט באשטימט בדר"כ אדער דורך נאטורליכע אומשטענדן אין די סביבה אדער ארטיפישל נארמעס איינגעפירט דורך די רוב/די ארויפגעקוקטע עליטע אין די סאסייעטי.

מ'פארציילט אויף א ענגלישע קעניג/ן וואס ביי א באזוך אין א פארמאכטע גייסטיש אנשטאלט האט א ארטיגע געטענ"הט פאר איר אז ער דער נארמאלע און זי איז משוגע. האט זי געזאגט : קען זיין ענק זענען די נארמאלע אבער אונז זענען די רוב..

א גוטע דוגמה זענען טאקע גייסטיש ליידענדע וואס זענען נישט לאנג צוריק פארעכנט געווארן גאר אלץ הייליגע געטליכע מענטשן מיט צוטריט צו העכערע רעאלמס און היינט ווערן זיי פארשפארט ווי מצורעים אינדערויסן פון מחנה

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 4:13 am
דורך שמעקעדיג
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:25 am בכל אופן, אפי' אויב איך גיי יא וויסן וואס איז 'נארמאל', אבער איך בין לאמיר זאגן געווייערד אנדערש (אין דעם פרט), גייט עס מיר דאך נאר מער צומישן. ובכלל ווער זאגט אז נארמאל איז נארמאל?! ווער איז מחליט וואס נארמאל מיינט?! מיין שכן? מיינע שכנים? מיין קהילה/קולטור? עפעס א שטודיע, בוך, אדער פאול? איינער וואס האט פראפאזירט?

Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 1:04 pm
דורך מרדכי מרדכי
די ארבעט פון ארבעטן אויפן שלום בית געהערט פאר דעם וואס וויל די מערידזש זאל ארבעטן (בד"כ ביידע).
איך בין דער איינציגסטער אין מיין הויז וואס נוצט איבער פלעסטיק קאפס, לגבי מתנות בין איך נישט זייער גוט אין דעם אבער איך בין זיך משתדל במשכ'ן יאר צו הערן ווען זי זאגט אז זי וויל עפעס און איך קויף עס ביי די קומענדיגע איווענט.
אויב לייגט זי מעיקאפ אדער פערפיום קען מען אייביג קויפן א גיפט קארד ביי איינער פון די געשעפטן.