בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד: די בעסטע ראיה אז דו ביסט גערעכט איז, אז דער עולם לאזט זיך דיקטירן פון די אזוי-גערופענע מנהלי המוסדות...! אנישט. וואלטן זיי געדאפרט צו טון וואס דער ציבור פארלאנגט. נישט פארקערט...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:03 pm
דורך קאך_לעפל
די פירער פונעם דער פארמעסט זענען אויך באגאנגן א פונדאמענטאלע נארישקייט. זיי וואלטן געדארפט זעלבסט פארשטיין אז איידער זיי טרעטן נאך אפילו צי די פלענער, וואלטן זיי ערשט געברויכט באשטייערן עטליכע גרייצער פאר די צדקה קאסע פון הרה''צ לוחם מלחמת השם ברמה רבי צבי קלאר שליט''א, על ישראל הדרתו בעירינו הקדוש וויליאמסבורג.

רבי צבי איז שוין לאנגע יארן בבחינת שבת שאסור לעשות מלאכה, אזש לויטן גינעס ווארלד רעקארד איז ער דער לענגסטער ארבייטסלאזער מענטש אין דער וועלט. אפגעזען פון די בני קדושים וועלכע זענען אסור במלאכה מדאורייתא מחמת קדישת זקינתם נשמם עדן.

Re: טעראר האט געזיגט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:46 pm
דורך החוקר
קורקלענד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי אזויפיהל מענטשן דא קענען זיך כסדר טועה זיין און מיינען אז די מוסדות זענען נכסי ציבור. ס'איז א פריוואטע ביזנעס!
דו מיינסטו טעכניש אדער בשיטה?

Re: טעראר האט געזיגט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:33 pm
דורך זיידי באם
פאר די אלע וואס זאגן אז מהאט עס געקענסעלט וועגן זיי האבן נישט פארקויפט גענוג טיקעטס......

קודם כל: ווילסט מיר זאגן אז זושה שמעלצער קען קענסעלען זיין שאו יעדע יאר???


צווייטענס כל: יעדער מיט אביסל שכל פארשטייט אז ווען מפארקויפט טיקעטס פאר צוויי טעג און עס איז נישט געגאנגען אזוי פיל און מהאט נאך צוואנציג טעג צי פארקויפן גייט קיינער נישט קענסעלען זייער שאו איך מיין אביסל קאמאן סענס....

און אנדערע ווערטער פאר די זאגסט עפעס טראכט אביסל אריין וואס די גייסט זאגן....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:07 pm
דורך קורקלענד
החוקר האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי אזויפיהל מענטשן דא קענען זיך כסדר טועה זיין און מיינען אז די מוסדות זענען נכסי ציבור. ס'איז א פריוואטע ביזנעס!
דו מיינסטו טעכניש אדער בשיטה?

פאקטיש.

Re: טעראר האט געזיגט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:39 am
דורך אבי גערעדט
ק/פ

יעצט געזען דעם איסור אויף די פלעיס, חברה ס'איז ערנסטע צרות, מיר און אונזערע קינדער זענען געהעריג האסטעזש ביי די מוסדות

Sent from my SM-G950U using Tapatalk