בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:45 pm
דורך אישתישבי
אנטשולדיגט מיר, אבער די אלע באזעסענע רבי'ס וואס זענען שוין על המחיה ועל הנחלה, און דארפען שוין נישט פראווען קיין מופתים, קענען שוין אפלאכן פין אנדערע פריש געווארענע רבי'ס וואס כדי צו קענען צוקומען צו דער מדריגה פין אפלאכן אנדערע רוח הקודש פין די נישט סוקסעספול רבי'ס.
גיב דער ינוקא א שאנס, און ער וועט אויך אפלאכן די מאדנע יודעי עתידות.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 3:09 pm
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר, אבער די אלע באזעסענע רבי'ס וואס זענען שוין על המחיה ועל הנחלה, און דארפען שוין נישט פראווען קיין מופתים, קענען שוין אפלאכן פין אנדערע פריש געווארענע רבי'ס וואס כדי צו קענען צוקומען צו דער מדריגה פין אפלאכן אנדערע רוח הקודש פין די נישט סוקסעספול רבי'ס.
גיב דער ינוקא א שאנס, און ער וועט אויך אפלאכן די מאדנע יודעי עתידות.
ער לאכט שוין. אזוי ווי איינער וואקט ארויס פון צימער און ער לאזט איבער אפאר בלעטלעך...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:55 am
דורך נקודת-אמת
איך קען עם און זיין טאטע איז נישט קיין רבי.
זיין טאטע וואוינט אין ירושלים און ער דרייט זיך כסדר אין לעלוב-ניקלשבורג'ע ביהמ"ד
א גרויסער חסיד פונ'עם ארטיגער רבי'ן.
דער איז אן איידעם ביים נשיא מוסדות שטפנשט בארה"ק וברחבי תבל הרה"ק ר' אברהם יענק'ניו סאלאמאן שליט"א
א ווילדע קאפ, געענדיגט ש"ס אלט'ס בחור,
זיין מאמע איז א טאכטער פון הרב מרדכי שיינבערגער פון אלט-שטאט-ירושלים, דינט אויכעט אלט'ס רב פון 'אור-הגנוז' געגנט בגלילות מירון (וויינען וכדו')
דער הרב שיינבערגער איז אן איידעם ביים אלטן סטרעטינער רעבי'ן ר' יודא-הערש בראנדוויין ז"ל פון אלט שטאט ירושלים מגזע סטרעטין - בראנדוויין.
דער אלטן סטרעטינער רבי איז געוועהן מעהר אשלג-געשטימט, און אזוי פיהרט זיך אויך זיין איידעם דער זיידע פונעם בעל רוה"ק שליט"א...
מצד בידרמן קומט ער אן צו די לעלובע גזע וואס אונז קענען, זייער ווייט.
ר' ירחמיאל יוסף, בן ר' יחיאל חיים, בן ר' אלתר אברהם, בן ר' שלמה, בן ר' ירחמיאל (?)
ער איז אן אייניקל פון ר' דוד'ל לעלובער און פונעם יהודי הק' און פון צדיקי בית סטרעטין,
מנכסי מלוג איז ער א בן אחר בן פון די פיש וואס איז געלעגן אויפ'ן טיש פונעם הייליגן שטעפינעשטער זי"ע.
איך ווייס נישט צו ער איז א בעל רוח הקודש וכבר אמרו צדיקים דתפילה עושה מחצה...
איך וויל קיינעם נישט אוועק מאכן ח"ו, אלע זענען גאר חשוב, אבער נעקסטע מאהל בעפאר איהר שרייבט בן האדמו"ר וכו' זייט מברר עפעס מעהר
איך קען נישט ר' [tag]לבי ובשרי[/tag] און פון וואס פונקטליך איז ער נתפעל געווארן, אין ארץ ישראל זאגט מען: "שיערב לו ויבושם לו"
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:25 am
דורך נקודת-אמת
אה, און די וויכטיגסטע זאך, ער האט זיך אויפגעהאלטן אין מדינות האיחוד של אמעריקע
(פארשטייטזיך נעתתר לבקשת חסידיו ומעריציו שבגולה)
אבער ער איז געקומען מיט זיין ברודער א חתן ביי אן אנדערע יו"ר מוסדות העולמי
און דער רבי דע בעל רוה"ק האט זיך אונטערגעגארטלט צוזאם צו שטעלן דאס נויטיגע פאר דעם ברודער'ס חתונה.
אויב זענען זיי נאך אין אייערע געגנד, קום איך ארויס מיט א רוף זיי צו שטיצן מיט סכומים הגונים
ביד נדיבה, און יוצא זיין דער עניין פון כופר נפש דארך זיי.
וע"ז באעה"ח ימי הרחמים ה'תשע"ט
הק' נקודת-אמת
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:41 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: אם כבר בכופר נפש עסקינן. וועלל איך דיר זאגן אז ס'איז דא א איד אין די עיר ואם בישראל בארא פארק, וואס געט זיך נישט אן אלס בעל רוח הקודש למחצה לשליש ולרביע. זיין זון איז יעצט געווארן א חתן למז"ט בשטומ"צ. און ער האט נישט קיין געלט צו קויפן די מתנות פאר די כלה. דער איד איז אייביג געווען א נהנה מיגיע כפיו. איך וועלל נישט זאגן אין וועלכע פאך ער האט געארבעט. מפני חשש גילוי. ער איז ל"ע נישט געזונט געווארן. און קען נישט ארבעטן. ולרש אין כל...! ער האט מיר געבעטן אז איך זאלל איהם געבן א פאר אדרעסן פון אידן נדיבים בעם וועלכע זענען גרייט איהם צו געבן א סכום הגון בדרך כבוד...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 4:03 pm
דורך נקודת-אמת
איך זעה אז דער מאמענט האט אויסגענוצט די מאמענט צו אינטערוויוען דעם בעל רוח הקודש שליט"א
יחיאל חיים.jpg
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 3:20 pm
דורך לבי ובשרי
לעלובער יונגערמאן ווידעראמאל אין אמעריקא.
דאס מאל מיט א שלשול פון גבאים און פלאכעס מאטארקעדע
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 3:22 pm
דורך לבי ובשרי
מפי השמועה איז עטיטוד ביי רבי אהרן געווען אויפן העכסטן גראד
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 3:42 pm
דורך הדסים
berlbalaguleh האט געשריבן:המשך איבער דעם פעיק גרענד ראביי (ז"ל)...
דארט האטציך געענדיגט זיין רביסט'ווא... זיינע קינדער און אייניקלעך זענען נוהג באדמורו"ת דאהי אין בארא פארק. (אוועקגעמופט פון מאנהעטן. משנה מקום. משנה מזל...! ענד אוו סטארי... זכותו הגדול יגון עלינו ועל כל ישרקל ואמרו אמן...!
למען הפונקטליכקייט, כ'מיין ס'איז זיין משפחה, אבער נישט זיין קינדער און אייניקלעך.
Re: לעלובער רבי בעל רוח הקודש
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 3:42 pm
דורך נעגעל וואסער
חוצפה, ער זעצט אים נישט אויבנאהן.
Re: לעלובער רבי בעל רוח הקודש
נשלח: זונטאג יוני 02, 2019 10:46 pm
דורך moneyminded
נקודת-אמת האט געשריבן:אחר החיפוש שוב ראיתי אז ס'איז שוין פארהאן אן אשכול אין אנשי שם
בשם "
האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א" שכתבו לפני כמה שנים הרב [tag]עפל סיידער[/tag].
מנהלים: ביטע פאראייניגן ביידע אשכולות.
די אטאקירער זענען מכובד צו עפענען אן עקסטערן אשכול אין צימעס און עם בארעדן לכבוד ימי הרחמים והסליחות.
דיסקלעיימער:
איך קען נישט פערזענליך ר' יהודא זינדל המכונה אדמו"ר מלעלוב ביתר עלית
אזוי אויך האב איך ניט זוכה געוועהן צו קענען זיין טאט'ן ז"ל (וואס איז געוועזן די יונגערע זוהן ביי ר' אברהם)
און אויך נישט זיין זיידע האדמו"ר ר' אברהם מלעלוב ז"ל (בן הגדול של הרה"ק רמ"מ מלעלוב)
געהערט האב איך אויף זיי א לאט ועוד חזון למועד.
ער איז די ינוקא פון וועם די רעדסט
דא רעדט מען פון א צווייטען אינגאנצען
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: לעלובער רבי בעל רוח הקודש
נשלח: זונטאג יוני 02, 2019 10:50 pm
דורך moneyminded
לבי ובשרי האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים.
מיר האבן זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א שפאציר מיט'ן רבי'ן ביים ים. בילדער וועלן בס"ד נאכפאלגן.
פאלגענד זענען עטליכע בירורים וועלכע מיר האבן זיך דערוואוסט ביי א שמועס מיט'ן רבי'ן.
דער רבי הייסט ירחמיאל יוסף אז זון רבי יחיאל חיים שליט"א - האדמו"ר מלעלוב ירושלים. דער רבי וואוינט אין עיה"ת בני ברק.
דער אזוי באקאנטער יניקא פון לעלוב איז א ערשטע קאזינע מיט'ן רבי'ן (און קוקט אויס שטארק ענליך).
@נקודת האמת, נישט צוזאמשטעלן די צוויי פריערגעשמועסטע אשכולותף וויבאלד די רעדע איז פון צוויי באזונדערע פיגור'ן.
זיין טאטע איז נישט קיין רבי , מען האט אים געכאפט ביי די גראבע ליגענט
זיין זיידע אויך נישט ,זיין טאטע מיט זיין זיידע און עלטער זיידע זענען נישט געווען קיין רבנים נאר סתם בעל בתים , זיין טאטע איז א פשוטע איד וואס ארבעט פאר פרנסה
עס איז דא א לאנגע ליסט מיט לגיונות וואס ער האט געזאגט, ער איז נישט קיין יתום , און זיי שוועסטער האט נישט חתונה
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: לעלובער רבי בעל רוח הקודש
נשלח: זונטאג יוני 02, 2019 10:53 pm
דורך moneyminded
נקודת-אמת האט געשריבן:איך זעה אז דער מאמענט האט אויסגענוצט די מאמענט צו אינטערוויוען דעם בעל רוח הקודש שליט"א
יחיאל חיים.jpg
דאס איז נישט ער זיין ווייטע קאזין, די מאמענט גייט אים באשרייבן די וואך הער איך
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: לעלובער רבי בעל רוח הקודש
נשלח: זונטאג יוני 02, 2019 10:54 pm
דורך moneyminded
לבי ובשרי האט געשריבן:מפי השמועה איז עטיטוד ביי רבי אהרן געווען אויפן העכסטן גראד
ער איז שוין יעצט געווען די צווייטע מאל ביי אים , און יעצט האט ער אים געפרעגט וויזוי ער איז א לעלוב'ע אייניקעל און ער האט אנגעהויבן קעקעצען און עס איז געקומען פיינע עטטיוד ווי עס דארף צו זיין
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: לעלובער רבי בעל רוח הקודש
נשלח: זונטאג יוני 02, 2019 10:56 pm
דורך moneyminded
הער איך אז עס ווערט צו פארשפרייטען, ער זאגט צו גרויסע זאכן פאר ביזנעס און רייסט שווערע געלטער פונעם עולם און ווערט נישט מקיום פארשטייט זיך , עס איז כדאי צו פארשפרייטען , יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון פון א בעיסוואטער אידעל וואס האט זיך אויסגעטין נעבעך די הויזען פאר אים , ער רופט מיך פרעגן צו ער איז א גרויסע מענטש וועגן ער האט אים געגעבן א סכום וואס ער געט נישט פאר קיינעם און ער האט אים צוגעזאגט א גרויסע דיעל וואס דארף געשען און אפאר וואכן
ער איז געווען שבת אין בעיסוואטער
די לעצטע מאל ער איז דא געווען האט ער צוגעזאגט פאר מענדעל שווימער פון קרית יואל א ביזנעס דיעל און ארויסגעשלעפט 40 אלפים פון אים , פארשטייט זיך אז די דיעל איז קיינמאל געשען , הער איך אז לעצטע וואך האט ער צאמגעשטעלט הונדערטע אלפים אין קרית יואל,ער קען עפעס מוראדיג גוט ליינען אז עס כאפט א שרעק און מענטשן פאלן פאר אים ווי משיגע
Re: לעלובער רבי בעל רוח הקודש
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2019 11:24 am
דורך אונטער חכם
אקעי, איך בין אין פאר די ביזנעס , ווער וויל זיין מיין גבאי?
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2019 1:21 pm
דורך איסר האטלקי
הייסט אז ער האט שוין מתנגדים אויך...
די איינציגע זאך וואס פעלט פאר ווערעצקי איז אביסל מתנגדים, דער לעלובער האט דאס שוין אויך איינגעקויפט, מה טוב חלקו וחבלו.