בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:39 pm
דורך ימים ידברו
קאך לעפעל ווער איז דיין צדיק הדור פליז זאג מיר?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:38 pm
דורך berlbalaguleh
א רעבע וואס מאכט מאדנע העוויות מיט די הענט און זיינע אויגן זענען פארמאכט ווען ער עסט פאטעיטא קוגל. אדער שבועות, ביי די מילכיגע סעודה. ווען ער רוקט אריין די טישעז בלינצעס. מיט די זעלבע כוונות. די כוונות הארי...מה ארי דורס ואוכל...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:27 am
דורך שמעון וואלף
ימים ידברו האט געשריבן:קאך לעפעל ווער איז דיין צדיק הדור פליז זאג מיר?

און טאמער האט ער נישט קיין "צדיק הדור" איז יינו יין נסך? און וועלכע אני מאמין איז מרומז אז מ'דארף גלייבן אז ס'איז דא א צדיק הדור?
די גמרא אין סוכה זאגט אז ס'איז דא ל"ו צדיקים אין יעדע דור. ווען האט זיך עס געטוישט אויף בלויז איין צדיק הדור?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 2:10 am
דורך קאצקע ציקער
עס דרייען זיך דא קינדער אין דעם אשכול....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:20 pm
דורך ימים ידברו
הודי לד' די מצב וווערט לאור תפלת ישראל בעסער יעדען טאג! זייטס מתפלל כי הדור צריך לו! לייגטס אווקע די נערישקייטען און א זייט און נעמט דיתהילים וויאזוי האט הג"ר יחזקאל דייטש פון מאנסי ביי דיי תק"ש געזאגט ער איז די לעצטער פון די פריעדיגע דור לאמרי נישט אפשטעלען תפלות ישראל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:29 pm
דורך וואלווי
הג"ר שמואל קאמינעצקי עמו"ש, איז אויך נאך פון פריערדיגען דור.

אפסס. נעווער מיינד, ער טראגט דאך נישט קיין שוואנץ אויפ'ן קאפ...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:54 am
דורך שמעקעדיג
יעדער וואס גייט אוועק איז דער לעצטער (נסתלק געווארענער) פון פריערדיגן דור.

איך הער שוין דעם נוסח יארן לאנג, זינט אלס קינד. אױב איז יענער א רבי, איז ער זאגאר משיירי כנסת הגדולה.

אלענפאלס, איך בין משתדל און מרבה תפלה, גענוי ווי דער קעפל פונעם אשכול. זאל דער רבי ווערן געזונט כבשנים קדמוניות און דערלעבן משיח'ן בקרוב ממש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:04 am
דורך שמעון וואלף
וואלווי האט געשריבן:הג"ר שמואל קאמינעצקי עמו"ש, איז אויך נאך פון פריערדיגען דור.

אפסס. נעווער מיינד, ער טראגט דאך נישט קיין שוואנץ אויפ'ן קאפ...


איך האב געטראכט די זעלבע פון רב וואלפסן, לכאורה שוין אויך אין די ניינציגע יארן.
א מין צעדרייטע שיטה אז די צדיקי הדור זענען נאר די וואס פירן טיש אין ביהמ"ד

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:56 am
דורך שמעקעדיג
.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:07 pm
דורך איסר האטלקי
שמעקעדיג האט געשריבן:.

ער איז ווייטער נישט געזונט? ס'האט געהייסן אז ער האט זיך שוין ארויסגעדרייט.