בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:48 pm
דורך נהורא נפישא
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו מיינסט צו פרעגן וויאזוי איך קוק אויף מיך אליין...?

ניין ניין.
איינער וואס איז אידילאגיש איז געווענליך מער אריינגעטאן פארן כלל. נישט סעלפיש. משא"כ איינער וואס איז פראקטיש איז נישטא לטובת הכלל נאר דארט ווי עס בעניפיטירט אים.
געמישט צוויי זאכן. צו זיין אריינגעטאן פארן כלל קען נאך אלץ זיין סעלפיש, דהיינו ער וועט ארויפצווינגן "זיינע" אידילאגישע קוק אויפן כלל אפילו ס'ווייט פון פראקטיש כרחוק מזרח ממערב. למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז רוב אידיאליסטן, נעם קאמוניזם, סאציאליזם, פאשיזם וכדומה, האבן אויך געמיינט דעם כלל און געווען אריינגעטוהן פארן כלל און וויבאלד ס'נישט געווען א "פראקטישע" וועג האט עס נישט און גייט קיינמאל נישט ארבייטן

קען זיין איך וועל דא זיין קאנטראווערסיאל, אבער איך זעה נישט אין היטלערן קיין סעלפישן פארשוין אדרבה ער האט געמיינט די טובת הכלל ער האט נאר געמאכט א יוצא מן הכלל וואס דאס האט צוגעברענגט די גרעסטע שחיטה אין היסטאריע. און נאכאמאל איך האב נישט גערעד ספעציפיש וועלעכע אידילאגיע. איך רעד פון אן אידילאגיע וואס איר קענט זען דערין די טובת הכלל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:50 pm
דורך נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:איר קוקט נישט ארויף אן עסקן לטובת הכלל ? איך רעד נישט פון די וואס זוכן די לעמפלעך. איך רעד אן אקטיוויסט וואס איז דא פאר א צוועק צו מאכן די וועלט א בעסער פלאץ. האלטסט אז ער טוט א נארישקייט אויב ער איז מקריב זיין לעבן דערפאר ?

אודאי קוק איך איהם ארויף! א שאלה?!

פארוואס האלט איר נישט אז ער טוט א נארישקייט מיטן נעמען אויף זיך א גלויבן אז ער טוט א נאבעלע צוועק צו העלפן מענטשן בשעת ווען ער קען אינדזשויען לייף פאר זיך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:53 pm
דורך נהורא נפישא
און נאכאמאל איר קענט זאגן אז פראקטישקייט איז מער ווי אידילאגיע לטובת הכלל וע"ז אנו דנים וועלכע ציעט אייך מער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב ער טוט עס פאר די נאבעלע צוועק, איז טאקע א גרויסע רחמנות אויף איהם. ער איז פון די מענטשן וואס דו וועסט אייביג הערן טענות פון איהם אז מענטשן זענען איהם נישט גענוג מכיר טובה, וכו' וכו'. אויב אבער ער טוט עס ווייל ער קען נישט ענדשויען זיין סטעיק ווען ער ווייסט אז זיין שכן האט נישט קיין ברויט אין שטוב....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:57 pm
דורך נהורא נפישא
איר קוקט אויף רחמנות אלס א שטארקייט אדער שוואכקייט ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א שטארקקייט, וואס איז די שאלה בכלל?! רחמנות איז דאך די שענסטע זאך וואס איז נאר דא אויף די וועלט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:02 pm
דורך נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א שטארקקייט, וואס איז די שאלה בכלל?!

מיין שאלה איז וויבאלד ס'איז א געפיל. און אויב מ'קען נישט וועלידעטן דעם געפיל שכלדיג איז די געפיל א נעגעטיווע זאך קומט אויס אז דוקא די שכל איז די שטארקייט און נישט די געפיל. די געפיל איז נאר בייהילפיג דיר צו מאטיווירן מיט וואס דו ביסט אויך מסכים מיטן שכל
און אנדערע ווערטער איר וואלט געוואלט זיין א גרעסערער בעל רחמנות ווי איר זענט ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דו רעדסט דא צו א ראמענטיסיסט...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:07 pm
דורך נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו רעדסט דא צו א ראמענטיסיסט...

א ראמאנטעסיסט וואלט איך מער אידענטיפיצירט מיט אידילאגיש

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך נישט. ס'איז אזא בחינה ווי אן אידיאלאגיע נישט צו האבן קיין אידיאלאגיע.

איך האב נאר איין אידיאלאגיע, "טו פאר אנדערע אזויווי דו וואלסט געוואלט ס'זאל געטון ווערן צו דיר", אלעס אנדערש איז שטותים והבלים.

Re: אן אויסוואהל פון צוויי חברותות

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:24 pm
דורך קל וחומר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך נישט. ס'איז אזא בחינה ווי אן אידיאלאגיע נישט צו האבן קיין אידיאלאגיע.

איך האב נאר איין אידיאלאגיע, "טו פאר אנדערע אזויווי דו וואלסט געוואלט ס'זאל געטון ווערן צו דיר", אלעס אנדערש איז שטותים והבלים.
דער כלל פארט נישט אלעמאל גוט, מיך באדערט נישט אויב איינער וועט וויסן אז מיין ווייב איז פארשוואנגעט א טאג נאכן איר פארשוואנגערן, מיין ווייב וועט דאס אבער יא באדערן און איך מוז דאס נישט אייביג וויסן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:28 pm
דורך נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך נישט. ס'איז אזא בחינה ווי אן אידיאלאגיע נישט צו האבן קיין אידיאלאגיע.

איך האב נאר איין אידיאלאגיע, "טו פאר אנדערע אזויווי דו וואלסט געוואלט ס'זאל געטון ווערן צו דיר", אלעס אנדערש איז שטותים והבלים.

טו פאר אנדערע כדאי אנדערע זאלן טון פאר דיר , אדער טו פאר אנדערע פונקט אזויווי אנדערע זאלן טון פאר דיר.
און אנדערע ווערטער א פראקטישע כלל אדער א אידילאגישע, אדער גאר עפעס אנדרעש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:30 pm
דורך נהורא נפישא
קל וחומר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך נישט. ס'איז אזא בחינה ווי אן אידיאלאגיע נישט צו האבן קיין אידיאלאגיע.

איך האב נאר איין אידיאלאגיע, "טו פאר אנדערע אזויווי דו וואלסט געוואלט ס'זאל געטון ווערן צו דיר", אלעס אנדערש איז שטותים והבלים.
דער כלל פארט נישט אלעמאל גוט, מיך באדערט נישט אויב איינער וועט וויסן אז מיין ווייב איז פארשוואנגעט א טאג נאכן איר פארשוואנגערן, מיין ווייב וועט דאס אבער יא באדערן און איך מוז דאס נישט אייביג וויסן.

די כלל מוז נישט מיינען פונקטליך ס'מיינט ענדרעש זיי מכבד יענעמס רצונות פונקט אזויווי דו ווילסט ער זאל מכבד זיין דיין. אה"נ מוזט נישט וויסן אבער קענסטיך פרובירן פארצושטעלן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
טו פאר אנדערע אזויווי דו וואלסט געוואלט ס'זאל געטון ווערן צו דיר, ווייל דו ביזט גארנישט מער פון א צווייטן.

Re: אן אויסוואהל פון צוויי חברותות

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:31 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
נהורא נפישא האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:איר קוקט נישט ארויף אן עסקן לטובת הכלל ? איך רעד נישט פון די וואס זוכן די לעמפלעך. איך רעד אן אקטיוויסט וואס איז דא פאר א צוועק צו מאכן די וועלט א בעסער פלאץ. האלטסט אז ער טוט א נארישקייט אויב ער איז מקריב זיין לעבן דערפאר ?

אודאי קוק איך איהם ארויף! א שאלה?!

פארוואס האלט איר נישט אז ער טוט א נארישקייט מיטן נעמען אויף זיך א גלויבן אז ער טוט א נאבעלע צוועק צו העלפן מענטשן בשעת ווען ער קען אינדזשויען לייף פאר זיך.
דאס איז נישט קיין שאלה, ווייל אידילאגיע איז א נאטור פינקט ווי פראקטיש, און א מענטש וואס איז געבוירן מיט איינע פון די נאטורן וועט עם עס שטופן צו טוהן סיי ווי ער קען זיך כמעט נישט ארויסדרייען דערפון

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:32 pm
דורך נהורא נפישא
סאונד אידילאגיש נישט פראקטיש

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:35 pm
דורך נהורא נפישא
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:איר קוקט נישט ארויף אן עסקן לטובת הכלל ? איך רעד נישט פון די וואס זוכן די לעמפלעך. איך רעד אן אקטיוויסט וואס איז דא פאר א צוועק צו מאכן די וועלט א בעסער פלאץ. האלטסט אז ער טוט א נארישקייט אויב ער איז מקריב זיין לעבן דערפאר ?

אודאי קוק איך איהם ארויף! א שאלה?!

פארוואס האלט איר נישט אז ער טוט א נארישקייט מיטן נעמען אויף זיך א גלויבן אז ער טוט א נאבעלע צוועק צו העלפן מענטשן בשעת ווען ער קען אינדזשויען לייף פאר זיך.
דאס איז נישט קיין שאלה, ווייל אידילאגיע איז א נאטור פינקט ווי פראקטיש, און א מענטש וואס איז געבוירן מיט איינע פון די נאטורן וועט עם עס שטופן צו טוהן סיי ווי ער קען זיך כמעט נישט ארויסדרייען דערפון

וועם קוקט איר מער ארויף אן אקטיוויסט וואס טוט דאס מכח רחמנות אדער אן אקטיוויסט וואס טוט דאס פאר עפעס אן אידילאגיע פון ישרות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נהורא נפישא האט געשריבן:סאונד אידילאגיש נישט פראקטיש

זאג נאר, ווען דו ביזט הונגעריג עסטו, איא? איז עס אן אידיאלאגיע? פראקטיש?

איז איינער וואס איז נישט סעלפיש פארשטייט אין פילט אז זיינע באדערפענישן זענען גארנישט וויכטיגער פון א צווייטנס, נישט קיין שייכות מיט אידיאלאגיע אדער פראקטיק. פארשטאנען?!

Here am I, fond of my life, not wanting to die, fond of pleasure and averse from pain. Suppose someone should rob me of my life...it would not be a thing pleasing and delightful to me. If I, in my turn, should rob of his life one fond of his life, not wanting to die, one fond of pleasure and averse to pain,it would not be a thing pleasing or delightful to him. For a state that is not pleasant or delightful to me must also be to him also; and a state that is not pleasing or delightful to me, how could I inflict that upon another? As a result of such reflection I myself abstain from taking the life of creatures and I encourage others so to abstain, and I speak in praise of so abstaining.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:48 pm
דורך נהורא נפישא
איר זענט א וועדזשיטעריען ?
כ'האב נאכגעקוקט די ציטאט איז פון די בודיסטישע בייבל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליידער נישט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:53 pm
דורך נהורא נפישא
איר האלט אז איר באגייט אן עוולה דערמיט.
איר שטרעבט צוצוקומען דערצי
זענט איר נישט דזשאדזשמענטל פאר אנדערע וואס פירן זיך נישט אויף שיין צו מענטשן פונקט אזויווי איר ווילט נישט אז מענטשן זאלן זיין דזשדאזשמענטל אויף דעם וואס איר פירט זיך נישט אויף שיין צו בעלי חיים

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די גאנצע זאך פון זיין דשאדשמענטל איז אויך א חלק פון די גרויסע דשאוק וואס רופט זיך 'איך'. ווער האט דיך/מיך געפרעגט וואס דו/איך האלט, האלט דיין קרעפ ביי דיר און לאז צורוה.

live & let live

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:02 pm
דורך נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די גאנצע זאך פון זיין דשאדשמענטל איז אויך א חלק פון די גרויסע דשאוק וואס רופט זיך 'איך'. ווער האט דיך/מיך געפרעגט וואס דו/איך האלט, האלט דיין קרעפ ביי דיר און לאז צורוה.

live & let live

ווען איר זעט אן עוולה ווערן באגאנגען האלט איר אייביג פון זיין פאסיוו ?