בלאט 2 פון 2

Re: חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע חלק ב - וועקער 1

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 9:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיין הבנת הנקרא איז צום באדויערען.

איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך קען אננעמען ביידע צדדים. איך זאג נאר אז דו האסט קיין שום ראיה נישט געברענגט פון אלע דיין מראה מקומות. און אזוי האב איך נאכאנאנד געזאגט.

גראדע האב איך אפט גערעדט מין מיין רבי׳ן זז"ג אויף דעם, און ער איז געווען גאר נאנט מיט ר׳ גדליה נדל און זיין שטעלונג אין חז"ל מיט סייענס איז בלויז אז חז"ל האבען זיך שטארק געזארגט צו זיים גערעכט מיט זייער מיינונג. ד.ה. אז זיי האבען נישט פארלאזט אויף דער גבאי׳ן אדער א גוגל פארש, נאר נאכגעגאנגען ווי ווייט מעגלעך אויף יעדער פרט. אוועק צו גייען פון זייעא כללים צוליעב היינטיגע געדאנקען, וואס איז געבויט אויף מענטשען וואס נעמען די זאכען מיט פיל ווייניגער ערנסטקייט, קען מען נאר טון מיט גרויס פארזיכטיגקייט.

דאס אז כללי העיבור זענען הלכה למשה מסיני איז מבואר אין פיל מער ערטער ווי דער רמב"ם, נאר ער איז דער לייכסטע מקור.

איך האב נישט דורכגעליינט גאנץ גרעץ און הלוי, אבער דאס איז קלאר אז הלוי האט אן אגענדע, ער שרייבט אזוי להדיא. זיין פירכות אויף גרעץ קען מען אבער נישט אזוי לייכט אוועק שטופען. די אטאריטעט פון גרעץ זעט אויס אז עס קומט פון דעם אז ער איז צוגעגאנגען ׳אפען מיינדעד׳, וואס דאס מיינט אז חז"ל זענען ביי אים ניטאמאל א דעת יחיד. דאס איז ׳אפען מיינדעד׳ ביי די וואס ליידען פון אויבער חכמה סינדראום, נישט קיין עכטע שכל.

עכ"פ די עיקר טענות מיינע האסטו נאך נישט אנגערירט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 6:49 pm
דורך הוגה
איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם ארטיקל. דאס בעסטע לאזט מען פאר די לעצטע... איך האב זייער הנאה פון די יעצטיגע פארמאט, אבער דאס מיינט נישט אז א צווייטע פארמאט איז נישט גוט אדער אפילו בעסער. איך בין מפליא דיין קענטעניסן און עס אינספירירט מיר צו ליינען מער אויף דער נושא. יישר כח.

חכמות חיצוניות חלק ג' - וועקער # 15

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 2:51 pm
דורך וואלווי
א דאנק אייך מיימון פאר די רייכע ארטיקל, וואס כמעשהו בראשונה ובשניה, האט אוועק געשטעלט מיט א דריטע מאל די חזקה פון חזקת חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן.

צווישען די כמה מעלות טובות פונ'ם באשרייבונג זעט זיך אן די רייכקייט פון די אינפארמאציע, די מראה מקומת אויף רוב פון די אינפארמאציע, ואחרון חביב אז ס'איז געשריבן געווארן מיט א שטארקע סדר מסודר און סטראקטור, סיי קראנאלאג'יקלי און סיי לפי די סאב-טאפיק, וואס געבט אסאך צו צום פליסיגקייט פון ליינען און מאכט דאס א געשמאקע לייען.

וואס ווייטער איר זענט ממשיך מיט די געוואלדיגע ארבעט וועט איר מער מעמיד זיין די נושא על האמת, מיט באשרייבען חכמות חיצוניות במשך די ווייטערדיגע דורות. מ'וועט נישט קענען בלאפן מיט זאגן "מ'קען נישט פארגליייכן צו די פריערדיגע", אדער "ראשונים כמלאכים"....

נ"ב, וואס איז די גענויע מראה מקום ווי דער בעל חובת הלבבות ברענגט די ברית החדשה?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 6:22 pm
דורך מיימון
יישר כח.

אויף אט די קשיא האב איך זיך גערישט, און איך האב שוין ערווארט העפטיגע מחאות (זעט אויס ליטוואק האט עס נאכנישט געליינט..) און איך האב עס באמת געטראכט אויסצולאזן וויבאלד איך האב נישט דערויף קיין פעסטן מקור. צום סוף אבער האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און אזא פעטן ביינדל גיט זיך נישט אזוי גרינג אויף.

איך האב טאקע דירעקט צוגעצייכנט דעם מקור. אין אוצר ישראל זעט אויס א שטיקל טעות. אבער אין מקור אינעם מבוא לחובת הלבבות פון ש"י איש הורוויץ ברענגט ער אז דאס איז אין שער חשבון הנפש פרק ג וואו ער ברענגט א ציטאט איבער די הארבקייט פון שווערן. דער פראבלעם איז אז חז"ל זענען אויך פארנומען דערמיט כאטש זיי זאגן נישט דעם ציטאט ממש (אבער אין מתיה האב איך אויך נישט געטראפן דעם לשון) . ער שרייבט ועוד כאלה דארף מען וויסן צו ער האט טאקע געהאט בעסערע שטיקלעך ווי דאס. זע אויך דארט א גאנצע רשימה מיט מקורות פון אומות העולם וואס ער ברענגט.

זע אויך דא. אויך איז באקאנט אז דער שטיקל וואס ער שרייבט איבער א חכם וואס האט זיך געבייזערט וואס מען לערנט פרעמדע דינים איידער חובת הלב (וואס כידוע האט עס געמאכט אסאך גדולי ישראל אומבאקוועם) איז גאר געווען א מוסלעמענער.

זע דא פון שי איש הורוויץ
מבוא לתורת חובת הלבבות

איך האף צו לייגן א פייל מיט בוקמארקס שפעטער.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2019 11:16 pm
דורך מיימון
מיימון האט געשריבן:איך האף צו לייגן א פייל מיט בוקמארקס שפעטער.