בלאט 2 פון 18
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:51 pm
דורך נטורי קרתא עסקן
איך האב נאר איין שונא און דאס איז די ציונים ימשו"ז. אז דו ביסט א ציוני יא האביך דיך פיינט.
מיסטער פריעד דא האסטו א שיינע ווידיא איך בין זיכער אז די וועסט הנאה האבען
http://www.youtube.com/watch?v=Y6UhvGyn ... r_embedded
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
ר׳ עסקן. פארוואס קומסטו נישט מער אפט?? קום מער און זיי אונז מהנה דא מיט דיינע פערל ווערטער. אפשר וועסטו אפילו קענען איינעם מחזיר בתשובה זיין.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 6:25 pm
דורך קול גדול
קענסט שעלטן ביז איבער מארגען, למעשה זעט אויס אז גאט איז אויף די ציונים'ס זייט, די מדינה שטייט שוין פאר איבער זעכציג יאר און ס'בליט און סוקסעספול איז אן אימפעריע אינעם מיטל מזרח, באזיגט אלע אירע פיינט, און איז איינער פון די מערסטע פארגעשריטענע לענדער אין די וועלט.
איך שטעל מיך פאר אז טאמער וועסטו אמאל דארפן צוקומען צו זייער הילף וועסטו זיי נאכלויפן אויף די פיר פיס, פונקט ווי דיין רבי האט זייער גערן אנגענומען זייער הילף און אנטלאפן דו די ציונים פון די נאציס און איבערגעלאזט זיין קהילה קדושה פארברענט צו ווערן.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 6:27 pm
דורך happy
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 6:42 pm
דורך קול גדול
וואס איז די געלעכטער? ס'איז נישט אמת?
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 6:49 pm
דורך happy
אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו?
די מדינה איז נאך קיינמאל נישט געשטאנען אין אזא שלעכטע מצב ווי יעצט
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 7:03 pm
דורך amechiya
בלוט זאל זיך גיסן אבער שלום זאל זיין....
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 7:08 pm
דורך קול גדול
happy האט געשריבן:אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו?
די מדינה איז נאך קיינמאל נישט געשטאנען אין אזא שלעכטע מצב ווי יעצט
די צייטן ווען באסעס האבן אויפגעפלאצט כמעט יעדן צווייטן טאג איז געווען שווערער ווי יעצט, סך הכל איז דא אביסעל טעראר פון ראקעטן וואס על פי רוב פאלן זיי אין אפענע שטחים.
נישט קיין עקזעסטירענדע געפאר. און אסאך לענדער היינט ליידן פון טעראר.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 7:58 pm
דורך געפילטע פיש
קול גדול האט געשריבן:סך הכל איז דא אביסעל טעראר פון ראקעטן וואס על פי רוב פאלן זיי אין אפענע שטחים.
וואס דאס זענען אפענע ניסים וואס תושבי יהודה ושומרון לעבען מיט יעדען טאג, אדער פאלן זיי אין ליידיגע שטחים, אדער אין תלמוד תורות, שולעס, בתי מדרשים פונקט ווען זיי זענען ליידיג, איז בין זעכער דאס איז אין זכות פון זייער מסירת נפש פאר'ן הייליג לאנד.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 12:19 am
דורך קול גדול
געפילטע פיש האט געשריבן:קול גדול האט געשריבן:סך הכל איז דא אביסעל טעראר פון ראקעטן וואס על פי רוב פאלן זיי אין אפענע שטחים.
וואס דאס זענען אפענע ניסים וואס תושבי יהודה ושומרון לעבען מיט יעדען טאג, אדער פאלן זיי אין ליידיגע שטחים, אדער אין תלמוד תורות, שולעס, בתי מדרשים פונקט ווען זיי זענען ליידיג, איז בין זעכער דאס איז אין זכות פון זייער מסירת נפש פאר'ן הייליג לאנד.
גראדע פאלן די ראקעטן אינעם דרום פון ישראל און נישט אין די שטחים פון יהודה ושומרון. ולדעתי איז עס מער צוליב די פרימיטיווע ראקעטן וואס שיסן נישט געווענליך אין ציל, און אויך האט מען געלייגט אין די שטעט קאנטער מיסייילס וואס מ'רופט אין ישראל כיפת ברזל וואס שיסן אראפ רוב ראקעטן טאמער וועלן זיי פאלן אין באוואוינטע געגענטער.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 10:00 am
דורך happy
איך פארשטיי איר זענט נישט צופרידן מיט ווי איר זענט אויפגעוואקסן,
אבער גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין איז אויך נישט קיין מהלך..
וויאזוי פארמעקט מען א אייגענע ניק?
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 9:12 pm
דורך נטורי קרתא עסקן
דאס זעה איך יא אז מיסטער פריעד האט זיך שוין נישט דא באוויזען!!! זעהט אויס אז די ווידעא וואס איך האב פריער געברעננגט האט אים חוזר בתשובה געוועהן!!!
אנשטאט פריעד, זענען דא אנגעקומען נאך אסאך ארגערער!!! אפענע גראבע ציונים ר"ל!! מיסטער העפי, איך קער נישט צו ס'געפעלט דיר יא וואס איך זאג צו נישט, און דו ביסט דער וואס גייט מיט די קאפ אין וואנט!!! ביי אונז איז דא א תורה, וזאת התורה לא תהא מוחלפת!!!
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 9:29 am
דורך happy
מר. עסקן,
מיין תגובה איז געווען געווענדעט צו קול גדול..
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 12:43 pm
דורך הניק שלי
רבי לעבן, איר דארפט א דאקטאר.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:48 pm
דורך שויתי'ניק
כבוד הרב עסקן היקר, איר פארשטייט נישט וואס איר טוט דא.
איר האט אנגעהויבן א אשכול, און אנשטאט זיך ארויסשטעלן און שיין מסביר זיין די שטעלונגען פון נטורי קרתא, וואס מענטשן אין אלגעמיין ווילן אמאל הערן און פארשטיין, און דורכדעם וועסטו קענען להגדיל תורה ולהאדירה...
גייסטו און נעמסט שעלטן און שרייען, מוחה זיין און באליידיגן אויף אלע זייטן, רעכטס און לינקס.
סארי אבער זו דרכה של תורה? כ'טראכט נאר צו דו ביזט טאקע א קנאי אדער אן אנגעשטעלטער אגענט פון די ציונים צו מאכן א שלעכטן אימעדזש איבער די קנאים...
זאג נאר ר' משה בער פירט זיך אויך אזוי אויף? קענסט אים בכלל...
וויפיל איך האב מיר באגעגענט מיט אים איז ער זייער אן איידעלער מענטש, און רעדט נישט דיין שפראך בכלל.
כמוז נישט מיטהאלטן אלע זיינע שיטות און כ'ווער נאכנישט קיין ציוני, שייגעץ, לץ דערפאר...
אבער דיין שפראך איז זיכער נישט לפי רוח התורה והקנאות, אפשר האסטו זיך אפגעלערנט פון דיינע באליבטע אראבער...
חכמים הזהרו בדבריכם!!!

Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 2:10 pm
דורך chasid
שויתי'ניק האט געשריבן:כ'טראכט נאר צו דו ביזט אן אנגעשטעלטער אגענט פון די ציונים צו מאכן א שלעכטן אימעדזש איבער די קנאים...
איך טראכט אזוי א גאנצע צייט
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 3:09 pm
דורך פינטאו
יא. מ'בעט זיך און מ'בעט זיך אבער ער קען בלויז קוויטשן און שרייען.
שויתי'ניק האט געשריבן:כ'טראכט נאר צו דו ביזט טאקע א קנאי אדער אן אנגעשטעלטער אגענט פון די ציונים צו מאכן א שלעכטן אימעדזש איבער די קנאים...
אויך געטראכט נאך די לעצטע פאר תגובות.
שויתי'ניק האט געשריבן:זאג נאר ר' משה בער פירט זיך אויך אזוי אויף? קענסט אים בכלל...
וויפיל איך האב מיר באגעגענט מיט אים איז ער זייער אן איידעלער מענטש, און רעדט נישט דיין שפראך בכלל.
ס'קומט מיר אויס צו באגעגענען ר' משה בער עטליכע מאל א וואך און ער מאכט א רושם ווי א גאר איידעלער איד.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 4:16 pm
דורך נטורי קרתא עסקן
לאמיך אייך מסביר זיין יודן. איך בין נישט דא א רעפרעזענטעטיוו פון אלע ערליכע יודן!! אויב געפעלט ענק נישט וויאזוי איך שרייב, זאל דאס ח"ו נישט זיין א סיבה צו טראכטן אז אלע עהרליכע יודן זענען.....
איך בין נישט דא אויפצורעגן איינעם, נאר אפשר אפשר וועט איינער נאר ווערן נתעורר, לוינט זיך שוין.
איך "שריי נישט"!!! נאר איך זאג וואס די אמת'ע תורה זאגט!!! די תורה"ק איז געגעבען געווארן מתוך אש און קולות.. אין א יוד דארף ברענען דעם רצון ה'!!
איך האב איינעם באליידיגט?!!! דאס איז די לעצטע זאך וואס דו קענסט זאגן!!! פונקט פארקערט, דא זענען געקומען מענטשן זאגן ציונות דווקא מיך צו באליידיגן.. זיי מיינען אז איך פארשטיי נישט אז זיי זענען נישט אזעלכע גראבע ציונים עכט, נאר דא ווילן זיי זיך רייצן. זיי זענען מסתמא אזעלכע ציונים ווי סאטמאר איז ליידער היינט, ווי די איד און בלאט רח"ל.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 4:26 pm
דורך chasid
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:נאר איז זאג וואס די אמתע תורה זאגט!!!
אז??
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 9:09 pm
דורך נטורי קרתא עסקן
chasid האט געשריבן:נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:נאר איז זאג וואס די אמתע תורה זאגט!!!
אז??
ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקב"ה את העובדי כוכבים שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדי
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 9:37 pm
דורך פינטאו
וואו איז די דיסלייק ווען מען דארף אים..?
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:37 pm
דורך nescafe
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:chasid האט געשריבן:נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:נאר איז זאג וואס די אמתע תורה זאגט!!!
אז??
ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקב"ה את העובדי כוכבים שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדי
דא האב איך געטראפען א תשובה פון א רב בענין הג' שבועות.
http://www.moreshet.co.il/web/shut/shut2.asp?id=18348
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:18 am
דורך קול גדול
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:chasid האט געשריבן:נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:נאר איז זאג וואס די אמתע תורה זאגט!!!
אז??
ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקב"ה את העובדי כוכבים שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדי
ס'איז דאך נאר אן אגדה, מאידך שטייט דאך אין די תורה אזויפיל מאל אז מ'דארף יא איינעמען ארץ ישראל, ודברי הרב ודברי התלמיד וכו'.