בלאט 2 פון 10

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 6:10 pm
דורך גדליה
הרב ליטוואק
מזעט ווי איר זענט זייער ברוגז אויף הרב כץ און איר מישט אויס אסאך ווערטער אבער איך האב נישט קיין מושג וואס אייערע ארגומענטן זענען.
אז איר ווילט דן זיין איבער רב כץ'נס תשובות, נו לאמיר זיי אפירזוכען אויפ'ן ברייטען געוועב און נושא ונותן זיין אין א דבר הלכה. אונז האמיר דאך דא דעם בעל דברים אליין, וועט איר קענען הערן א תשובה מפה קדשו (כ'מיין, ממקלדת קדשו). סתם אויסגיסן א קיתון של שופכין אויף אפאר אומשולדיגע סקווערע יונגעלייט און שיסן שטעכדיגע פיילן אויף ריזיגע עדות אידען איז בכלל נישט קיין שיינע מדה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 6:18 pm
דורך יששכר כץ
יעקב מענטש,

ביזט גערעכט, אויב נעמט מען רב טוקר'ס טענה עד הסוף וואלט מען לכאורה געקענט מתיר זיין אלע איסורי דאורייתא דורך מאכען זייט צייט-אנהענגיג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 6:32 pm
דורך יששכר כץ
ליטוואק,

כיהודה ועוד לקרא צו ר' גדליה. אנשטאט סופרעלאטיוון לאמיר הערן ספיציפישע הערות.

די תשובה מאכט פיר טענות, א) אז גילוי ערווה לשעה מועט איז נישט קיין פראבלעם, ב) אז ס'איז נישט דא קיין חשש הרהור במקום קדוש, ג) אז אוסדריקען פאמיליער ליבע איז נישט קיין סתירה מיט א מקום קדוש, ד) אז אפילו פאר נשים בינם לבין עצמם איז אויך דא אן איסור הרהור. די זאגסט אז דאס אלעס איז פשוט. איך וואלט געווען איבער גליקליך צו הערן די פילע פוסקים שקדמוני. איך וואלט זיך אויך זייער געפרייט אויב די קענסט מיר אנווייזן וועלכע מראה מקומות אין די תשובה זענען איבריג.

באותו שעה וואלט איך מיך אויך געפרייט צו הערן דיינע (קאנקרעטע) הערות אויף די איבריגע תשובת דא: https://library.yctorah.org/author/ykatz/ און דא: https://drive.google.com/open?id=1ujm1L ... qaa52CBLhJ

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 6:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יששכר כץ האט געשריבן: אויב נעמט מען רב טוקר'ס טענה עד הסוף וואלט מען לכאורה געקענט מתיר זיין אלע איסורי דאורייתא דורך מאכען זייט צייט-אנהענגיג.

אזויווי מ'זעט טאקע ביי די איסור אויף הסבת נחלה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 7:10 pm
דורך שצם_חנכל
יששכר כץ האט געשריבן:רביה״ק,

זע דעם לינק ווי איך בין מאריך אביסל מער ווי דאס וועקער אינטערויאו ערלויבט: https://kavvanah.wordpress.com/2017/09/ ... rview/amp/

לאז מיר וויסן דיין מיינונג.

ש׳כח ר׳ יששכר פאַרן מראה מקום.

דרשות חז״ל פרובירן טאקע בלויז צו פארשטיין גאטס ווילן, אָבּער קען דען נישט זיין אַז חז״ל׳ס אפטייטשונג אין די תורה איז באיינפלוסט געווארן דורך סאציאלע נארמעס, אין די זעלבע וועג וואס זייערע אייגענע איסורים זענען געווארן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 7:19 pm
דורך גדליה
שצם_חנכל האט געשריבן:
יששכר כץ האט געשריבן:רביה״ק,

זע דעם לינק ווי איך בין מאריך אביסל מער ווי דאס וועקער אינטערויאו ערלויבט: https://kavvanah.wordpress.com/2017/09/ ... rview/amp/

לאז מיר וויסן דיין מיינונג.

ש׳כח ר׳ יששכר פאַרן מראה מקום.

דרשות חז״ל פרובירן טאקע בלויז צו פארשטיין גאטס ווילן, אָבּער קען דען נישט זיין אַז חז״ל׳ס אפטייטשונג אין די תורה איז באיינפלוסט געווארן דורך סאציאלע נארמעס, אין די זעלבע וועג וואס זייערע אייגענע איסורים זענען געווארן?

ערלויבט מיר אביסעל אויסצוברייטערען אייער פראגע.
די גאנצע תורה וואס מיר פירן זיך לויט דעם איז געבויט אויף די פירושים פון חז"ל, (אויסער אויב איר זענט א קראי).
צו קען זיין אז חז"ל האבן מפרש געווען די תורה לויט זייער פארשטאנד און ממילא גייט דאס ארייין אין כלל פון א דרבנן וואס קען יא ווערן אינפלואיסירט פון דרויסענדיגע קולטור?
למשל אין די תורה געפינען מיר נישט קיין מילה אחת אז א פרוי קען נישט זיין א עדות. אדרבה דבורה איז אפילו געווען א שופטת. דאס האבן חזל מחדש געווען אז א פרוי קען נישט זייין עדות, מסתמא אויף עפעס א לימוד איש ולא אשה, כבין פויל נאכצוקוקען. איך זע נישט פארוואס - לשיטתכם - מיר זאלען נישט קענען זיין קלוגער ווי חז"ל און זאגען אז ווען די תורה זאגט על פי שניים עדים יקים דבר מיינט עס סיי א מאן און סיי א פרוי.
אסאך הלכות וואס איז פארבינדען מיט איסורי דאורייתא זענען געוואנדען און חזל'ס אפשאצינג פון מענטשען, מענער און פרויען. צו קען מען דען זאגען אז מגייט דאס אלץ מבטל זיין?
דאכט זיך רב סולוביציק האט אמאל געגעבן א דרשה אין ער האט שטארק פארפירט אז היינטיגע מאדערענע רבנים זאגען אז די מושג פון טב למיתב טן דו מלמיתב ארמלי איז מער נישט נוגע היינטיגע טעג, אין במילא קען מען טוישען פארשידענע הלכות אין גיטין וקידושין.
רב סולוביציק קען זיין זייער ברוגז, אבער די מציאות איז אז א היינטיגע פרוי וועט ענדערשער לעבען אליין ווי איידער מיט א מנובל ומוכה שחין. לכה"פ אין די מאדערנע וועלט איז זיכער אזוי. נו, דארף מען איבערשרייבען האלב אבן העזר? ילמדנו רבינו.
וע"ע כינים בשבת.
וידוע שיטת הרמבם שקידושי כסף הם דרבנן בגלל שלא נכתב מפורש בתורה. ואולי אכן סבר שדרשות חז"ל שנוגדים סתמא דקרא הרי הם מדרבנן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 7:30 pm
דורך לעיקוואד
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן אין בית מדרש אז אנדערע האלטן אז שטעלן דער אינטערוויו אויפ'ן דעקל איז עפעס אזא פריצת גדר פאר דער וועקער מער פון אנדערע זאכן, און אז א אויסגאבע וואס פראבירט צו זיין היימיש קען זיך אזינס נישט ערלויבען. מיר האט דאס דווקא אויגעקוקט איינע פון די מער קאנסערוועטיווער אינטערוויען..
וואס האלט דער עולם?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 8:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס קומען דא נישט אריין ספעציפישע הערות. מיין נידון איז נישט געווען צו די הלכה איז אזוי צו נישט. מיין נידון איז א עס זעט זיך נישט קיין שום שינוי מהותי ביים אריבער שפרינגען פון סאטמאר צו די מאדערנער וועלט. די תשובות זענען אויסגעשטעלט אויף וויאזוי עס וואלט זיך געוואלט אז הלכה זאל אויסקוקען, נישט ווי עס איז, פונקט ווי ביי אריזאנא ווייץ. און די תשובות זענען געוואנדען צו א ציבור וואס זעט נישט די חילוקים אין לערנען פאר עפעס עכט, פונקט ווי אין דיין אלטע וועלט.

ווי אויך איז די עיקר מאטיוואציע היינט עפעס אן אומבאזירטע שיטה"ק, נישט עפעס מער ראציאנאל און אויפגעוויזען ווי אין סאטמאר.

אלזא, זעי איך נישט עפעס א ריזיגע אינערליכע טויש, נאר עפעס קאזמעטיש.

און דאס האב איך געמיינט אין אות ו'.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 8:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
באופן כללי בין איך זייער דאנקבאר צו אבטולמוס פאר די אינטערוויו. ער איז גערעכט אז עס קומט אים דעקונג אין דער וועקער, אפילו ווען ער איז נישט גערעכט. ער איז א פיגור אין די געזעלשאפט וואס עס איז נייטיג צו ליינען וועגן זיין לעבען און גלויבונגען, אפילו ווען מ'האלט נישט ווי אים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 8:53 pm
דורך יששכר כץ
ליטוואק,

איך האב נאך אלץ נישט קייו אנונג וואס די זאגסט אבער א גרויסען שכח פאר פרובירען.

לא יאומן כי יסופר אז איינער קען זאגן אז די שאלה פון נשים'ס חיוב און טייל נעמען אין דאס רעליגיעזע הלוך ילך איז "קאסמעטיש." איך זאג נישט אז מדארף מסכים זיין מיט מיר. להיפוך, ס'איז א רוחניות'דיגער פארגעניגען צו הערן די טענות און קריטק פון אנדערע אויף דעם אשכול. אבער, א שקלא וטריא מיט בלויז קלישעס איז א זלזול אין די אינטיליגענציע פון די וואס דראפעווענען זיך מיט די שווערע פילאזאפישע און הלכה'דיגע שאלות. מעולם לא אמרתי קבלו דעתי, אבל לחלוק בבלי דעת איז א חיסרון אין כבוד התורה. די ענינים זענען שווער אין קאמפליצירט, עס קומט זיי אונזער פולען כובד ראש.

בידידות,
יששכר

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 9:03 pm
דורך גדליה
.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
די אינטערוויא מיט הרב יששכר האט מיר פארשאפט א שמחת יו''ט אפגערעדט ווי ער לויפט אדורך ראשי פרקים פון זיין ערשטע גלגול מלא טעם...

מיר האט אויך געקוועטשט דאס ער איז תולה ישיבת מצויינים אין בריסק, אבער ב''ה עס איז שוין אויסגעגראד.

אז ר' משה ראובן איצקאוויטש איז א תלמיד פון חזון איש איז מיר געווען א גרויסע חידוש לכאורה שטומט עס ניטאמאל מיט די יארן, און איין באשעפער ווייסט ווי ער איז געווארן אויס למדן... עכ''פ היינט איז ער נעבעך זייער אויסגעשפילט ווייס איך נישט פארוואס.

עס האט מיר זייער געבאדערט די עפילאג ווי די שרייבר ברענגט ארויס אז כאילו די חרדים האבן אויסגעשפיגען ר' יששכר אין צייט וואס אין ארטיקל זעהט עס בכלל נישט אויס אזוי, אפילו ווען מען האט עם פארשיקט פון קרית יואלע ישיבה איז ער נתעלה געווארן לגדולה צו ישיבת מצויינים אין בני ברק וואס אין יענע צייט איז דאס געווען פון די שטארקע ישיבות.

שפעטער אין די אינטערוויא ברענגט ער אויך ארויס אז עס איז געווען זיין החלטה גענצליך איבערלאזן די חרדים בשעת קיינער האט מיטגעהאלטן זיינע אינערליכע געדאנקן, ער האט זיך אליינס אפגעזאגט פון זיין שיעור, אפילו ביים זיכען א שידוך צום צווייטען מאל איז ווי ער פארציילט האט עם זיין טאטע פראבירט צוצירעדן צו טרעפן זיין טיפ אין די חרדישע געזעלשאפט, און זיין לבוש האט ער אויך געביטן אויפן פארלאנג פון נוות ביתו.

עכ''פ ר' יששכר איז דירעקט א קלאסישע דוגמא אלס איינער וואס האט דירעקט יא געהאט די יכולת צו פארבלייבען אין די חרדישע קומיוניטי ביי מצד משפחתו זייער האבן עם אלס עקסעפטעט און ווי אויך די ציבור, אז ער האט געשפירט א דראנג צו פאהרלערנען גמרא פאר מיידליך וואס קען די חרדישע געמיינדע טון פאר עם??

עס האט מיר פערזענליך געשטאכן די עפילאג איך ווארט אויף א הסבר אדער אן אפאלאדשי פאר די חרדישע ציבור.

באופן כללי קומט זיך אן הכרה פאר הרב יששכר אין זיין אויפריכטיג נישט צו פארלייקענען אונזער גוטע חלקים ( הגם עס פעלט הסברה וואס האט עם פונקליך געדריקט דא ביי אונז, די ''געשמאק'' צו מצוות בענקט ער זיך און ער ווייטאגט אויף זיינע קינדער'ס קענטעניש אין די תורה ) זיין אמת גייט מיט אויך ביי קליינע אומוויכטיגע פרטים ווי אנשטאט צו שרייבן ''אז ער האט איבער גענומען ר' אברהם חיים אז שיעור'' וואס קען אויסגעטייטשט ווערן כאילו נעתר לבקשתו אז מען האט עם אפירגעזוכט... שרייבט ער די נאקעטע אמת ער איז געקומען אין כולל און געפרעגט צו איינער וויל עם איבערנעמען און ער האט זיך אנגעטראגן... דאס טראגט א באזונדערע חן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:22 pm
דורך גדליה
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן אין בית מדרש אז אנדערע האלטן אז שטעלן דער אינטערוויו אויפ'ן דעקל איז עפעס אזא פריצת גדר פאר דער וועקער מער פון אנדערע זאכן, און אז א אויסגאבע וואס פראבירט צו זיין היימיש קען זיך אזינס נישט ערלויבען. מיר האט דאס דווקא אויגעקוקט איינע פון די מער קאנסערוועטיווער אינטערוויען..
וואס האלט דער עולם?

לויט ווי איך פארשטיי אז הרב כ"ץ איז א סמל פאר די אפען ארטאדאקסי, וועלכע פירען א שטיקעל קאמף מיט די פרומע ארטאדאקסען, ממילא דאס אליין אז מהאט אים בכלל געשטעלט אויפ'ן דעקל איז שוין אליין א צעד, אפילו די אינטעוויו אליין איז גאר פרום

Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 12:51 am
דורך דער גאלדענער אדלער
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן אין בית מדרש אז אנדערע האלטן אז שטעלן דער אינטערוויו אויפ'ן דעקל איז עפעס אזא פריצת גדר פאר דער וועקער מער פון אנדערע זאכן, און אז א אויסגאבע וואס פראבירט צו זיין היימיש קען זיך אזינס נישט ערלויבען. מיר האט דאס דווקא אויגעקוקט איינע פון די מער קאנסערוועטיווער אינטערוויען..
וואס האלט דער עולם?
ייש"כ @לעיקוואד פארן עס ארויף ברענגן אין דעם אשכול, כ'האב געפלאנט ארויפצולייגן מיינע צוויי סענטס אויפן אנדערן אשכול.

כ'האב זייער הנאה געהאט צו ליינען דעם אינטעריוויו פון הרב כ"ץ, כ'וואלט ווען געקענט באשטיין ווען ס'האט נאך א צוואנציג בלעטער, ס'האט זיך צו שנעל ג'ענדינקט. כ'קען נישט הרב כ"ץ פערזענליך אבער איצטערט נאכן ליינען דעם ארטיקל בין איך געווארן זייער נייגעריג זיך צו באקענען מיט עם כ'האב בקרוב אייך צו קאנטאקטן, (אבער ביטע פרעג מיך נישט מיין ניק[emoji1787]) גראדע האב איך א חבר וואס האט געוואלט מיטהאלטן די הקפות מיט די תפילות ביי אייך אין שוהל אבער די סקעדזשול איז נישט געווען אפדעיטעד אויפן שוהל וועבזייטל, ביטע אפדעיטן א דאנק.

לגבי דאס אריינברענגן דעם אינטעריוויו אינעם וועקער און עס אזוי ארויף לייגן מיט קידוש לבנה אותיות אויפן דעקל, איז ממש געוואלדיג. וואו דען אז נישט אינעם וועקער זאל אזא אינטעריוויו באשריבן ווערן?! דער וועקער איז נישט קיין מעין סטריעם זשורנאל וואס זוכט סתם צו שמייכלען און זינגען שיינע ניגונים וואס יעדער זאל מיט קלאטשן, דער וועקער איז געמאכט פשוטו כמשמעו צו וועקן דעם עולם פונעם טיפען שלאף, צו שרייבן ארטיקלעך וואס זאל הייבן די אויגן ברעמען. און אז מאנכע רעגן זיך אז באמת וואלט אזא אינטעריוויו נישט געדארפט אריינקומען אינעם וועקער, מיינט אז ס'האט געטראפן דעם ציל.

‏איבערן יו"ט איז אנגעגאנגן א היציגע דיבאטע צווישן מיינע חברים צו ס'האט יא אדער נישט געדארפט אריין גיין אין וועקער, איז ווי ביי יעדע שמועס זענען דא אייביג עקסטרעמיסטן וואס גיבן אזא דריי מיט די האנט צו ווייזן אויף א זיכערע ניין, אנדערע מאכן מער א תיקו'דיגע מינע, און אנדערע זאגן שוין יא מער בדרך אפשר. איינע פון מיינע חשובע רביים האבן געהאט א טענה אז הלמאי דער רב כ"ץ אידאך פון דער אנדערע זייט ממש, וואלט ענדערש נישט געברויכט באשריבן ווערן זיינע קולות, אבער צום סוף האט ער אויך איינגעגבן אז ס'איז יא אין פלאץ אבער ער האט געהאלטן אז די לעצטע פאר קאפיטלעך (עפילאג) וואלט געדארפט שטיין אלץ אן הקדמה ווייל אזוי וואלט מען ווען מער פארשטאנן וואס דער אינטעריוויוער וויל ארויסברענגן. אבער דער אמת איז אז נישט זיינע קולות און חומורות האט מען געזוכט צו באשרייבן דא, נאר זיין לעבענס געשיכטע און דאס איז טאקע הערליך ארויסגעברענגט געווארן דא, און א גרויסן ייש"כ @אבטולמוס פארן אינטעריוויו. און פאר הרב כ"ץ אוועק צו געבן אייער טייערע צייט צו מהנה זיין די ליינערס.

לגבי די טענהרייען דא וועגן הרב כ"ץ'ס תשובות, האב איך נישט וואס אריין צו רעדן, קוים וואס איך קען פרעגן שאלות, זאל איך נאך פסק'נן צו זיינע תשובות זענען אויסגעהאלטן צו נישט. ס'קומט מיר פאר ווי די קיצונים האבן זיך געטענהט איבער די תשובות פונעם ירושלים'ער רב הרב קוק זצ"ל. צו ער האט יא אדער נישט געמעגט אזוי פסק'נן ווי למשל ביי די באקאנטע היתר מכירה. ווער דען זאל האבן א דעה אין די תורה אז נישט די תלמידי חכמים וואס לערנען און הארעווען א גאנצן טאג? ס'וועלן אייביג זיין חברה וואס וועלן קריטיקירן צו זיי זענען יא אדער נישט גערעכט. מ'קען קיינמאל נישט יעדן צופרידן שטעלן צוגלייך. און כמדומה לי אז דער רב וואס האט געגעבן סמיכה פאר הרב כ"ץ זענען טייל פון זיינע פסקים אויך שטארק נישט אנגענומען ביי געוויסע עקסטרעמיסטן, ווי למשל זיינע מראות איז דא וואס האבן טענות, און וועלן בשו"א נישט נאכגיין, און אפילו אנדערע תשובות זיינע, ס'נישט עק וועלט. דער ת"ח מעג האבן א דעה אין תורה אפילו רוב נעמען נישט זיין דעה.

הרב כ"ץ שליט"א חזק חזק ונתחזק

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 8:59 am
דורך לעיקוואד
וואס איז דאס אפען-ארטאדאקסי? איז דאס אנדערש פון באבוב-45?

Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב כץ, נישט די נושא איז קאסמעטיש, נאר דיין טויש אין לעבען איז קאסמעטיש. די זעלבע יענטע אנדערש פארשטעלט, זאגט מען אויף אידיש.

איך וויל בכוונה נישט מעורר זיין אויף די תשובות, ווייל די נושא איז נישט די ראיה צו יענער, נאר דער גאנצע צוגאנג צו הלכה. דער ׳אינטואיציע׳ וואס דו פרעדיגסט צו דיין תלמידים איז א חרבן, נישט די אויסגעהאלטענע וועג פון פסק. דאס ברענגט אונטער די גאנצע הלכה׳יגע סיסטעם, ובפרט ווען מ׳הייסט יונגע אפרוחים שלא נפקחו עיניהם אז דאס איז פון די סאמע ערשטע טריטען אין הלכה. יא, אן אינטואיציע קען אמאל עפעס זאגען, אבער דאס איז אייביג געבויט אויף עכטע סבות און הינטערגרונדען, און ווען די הינטערגרונד איז נישט א ריזיגע קענטעניס אין לערנען, איז עס סתם א bias און עפעס מיט וואס מ׳דארף זיך שלאגען, נישט אננעמען.

אלס א ביישפיל וועל איך נעמען די תשובה וועגען פרויען צוגייען צום עמוד צו סליחות. א הקדמה האסטו געשריבען אז די זאכען האבען שוין א יסוד אין די לעצטע דורות אז מ׳דארף זיי מתיר זיים. וואס פארא יסוד האט עס? אז דו זוכסט עס מתיר צו זיין? דער איינציגסטע אויף וועמען דו קענסט זיך בויען איז הרב סאלאווייציג, וואס איז געווען כרחוק מזרח ממערב אין דעם. דאס זיין לערנען גמרא מיט מיידלעך צו גלייכבארעכטיגען איז פונקט ווי צושטעלען כבתה זקוק לה צו אין זיקה. און דאס אליינס אז אזוי הייבט מען אזא תשובה ווייזט א שטארקע גרינגשעצונג צו די אינטעלעקטואלע יסוד פון הלכה און תורה. נאר אין ווסמב"ג און בארא פארק בלייבט אזא איינער ביי שלש סעודות תורות, ווי אזעלכע זאכען פאסען טאקע. שרייבען תשובות להלכה, איז א וועג צו פארדעקען עפעס וואס איז נישט הלכה, פונקט ווי אלע פארטיי קונטרסים און וואס קומען ארויס תמידים כסדרן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:13 am
דורך לעיקוואד
כ'פארשטיי נישט וואס ליטוואק וויל, אויב איז דער גאנצער חטא פון ר' יששכר אז ער שרייבט אונגארישע תשובות, נו איז דאס דאך גאנץ א היימישע זאך, וואס דארף ער זיין פרומער פון זיינע רעביס און עפעס שרייבען ליטווישע תשובות? (אגב עס איז נישטא אזא זאך. אגרות משה איז פיל מיט בויך סברות פונקט ווי אלע אנדערע תשובות ספרים)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:19 am
דורך לעיקוואד
ערנסט גערעדט, איך מיין אז דאס איז גאנץ קלאר אנגענומען ביי אונגארישע רבנים אז דער צוגאנג צו פסק איז מיט ע געפיל און נישט דורך זיכן אין ספרים. נאר זיי האבן עס נישט געשריבן אין מאגאזינען, און האבן ענדערש גענוצט ווערטער ווי סייעתא דשמיא און רוח הקודש פון א פוסק. דער חידוש אדער איראניע פון ר' יששכר איז אז אויב אזוי קען מען פונקט אזוי נוצען די געפיל אויף די אנדערע זייט..

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:26 am
דורך לעיקוואד
כשאני לעצמי מיין איך אז הא לן והא להו. עס איז א גרויסער חילוק פון א טעארעטישער דיון ביז א למעשה'דיגער פסק הלכה. און דער פסק למעשה ווענדט זיך אסאך אין די אומשטענדען פון דער ספעציפישער קהילה. היינט איז א פראבלעם ווען יעדער איינער ווייסט אלעס ווערט אזא מין מחלוקת ווי יעדער באשייגעצט דער צווייטער, אבער בפועל רעדן זיי צו אנדערע מענטשען און עס איז א שאד דער מחלוקת (געוויסע אונגארישע רבנים האבן זיך מתנגד געווען צו אגודת ישראל מהאי טעמא אז מען קען נישט האבן איין סטאנדארט פאר יעדער קהילה). אין געוויסער קהילות איז א צורך מתיר זיין פאר נשים עולה זיין לתורה און דאס איז דארט דער חיזוק הדת. ביי אנדערע קהילות איז דווקא א צורך טונקעלער צו מאכן דער מחיצה און דאס איז דארט דער חיזוק הדת. די צוויי קהילות מוזן זיך נישט ארומשלאגען וויבאלד זיי צילן בכלל נישט אויף דער זעלבער עולם. יעדער מרא דאתרא האט א רעכט איינצופירען ביי עם וויאזוי עס זעהט עם אויס צו זיין ריכטיג אין זיין מציאות.

Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 10:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען די נושא איז חיזוק הדת, ביסטו אפשר גערעכט. אבער דער וואס האט אן ערך עליון פון גלייכבארעכטיגונג איז אביסל סאספישעס ווען ער וועט פונקט האלטען אז עס איז דא א חיזוק הדת אין דעם אויך.

און חיזוק הדת איז נאר איין מוסטער פון א שעת הדחק צו וואס מיר דארפען זיך צושטעלען ביים מכריע זיין די פיינעל פסק, אזוי וויפיל אנדערע שעות הדחק. עס איז נישט קיין יסוד אין הלכה מעיקרו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 10:30 am
דורך יששכר כץ
ליטוואק,

אז די גייסט קריטקירן, לכל הפחות טו עס מיט אמת, ציטיר מיינע ווערטר במלואם. וואלסטו דאס געטון, וואלסטו געזען אז דיינע טענות אין להם רגלים, אז איך פארענטפער דיינע קשיות.

ביחס די שאלה צו הלכה גלייבט אין פרעצעדענט: אוודאי קען איין פאקט נישט טון דאס, אבער מערערע פאקטן קענען דאס טון-באופן חלקי.

אט איז וואס איך שרייב:

"כשפוסקים באים לדון בשאלה, עליהם לדעת מה נקודת הפתיחה, או ההנחה הקדומה בשאלה זו: האם הדבר מותר עד שלא יוכח אחרת, או שמא הדבר אסור ועל המתירים להוכיח שאינו כן. קביעת נקודת הפתיחה בכוחה לסייע לפוסקים לנווט דרכם הפסיקתית, שכידוע היא מלאה עיקולי ופשורי. היא גם תשפיע על דעתם בבואם להכריע בכל צומת הלכתית, כמה משקל להעניק לכל שיקול או להקצות לכל ראיה או הוכחה. ובעיקר, נקודת הפתיחה תקבע על איזה צד מוטלת האחריות להוכיח דעתם מעל כל ספק.

מובן מאליו שנקודת הפתיחה נקבעת, בדרך כלל, על פי תקדימים ובהתאם לרוחם. אם שאלות מסוג מסוים נשאלו הרבה פעמים והמסקנה היתה תמיד להיתר, כאשר עולה שוב שאלה באותו כיוון, סביר להניח שהדבר מותר עד שיוכרע אחרת.

לענייננו, כשאנו באים לדון על מקומן של נשים במרחב הציבורי-דתי, ריבוי התקדימים מחייב אותנו להניח נקודת פתיחה להיתר. לפני כשישים שנה נשאלה השאלה אם מותר לנשים בזמן הזה ללמוד תורה; התשובה היתה להיתר. לאחר זמן עלתה לדיון השאלה אם מותר לנשים לקרות מגילה בציבור של נשים; שוב התשובה היתה שמותר להן. האם מותר לנשים להוציא את הציבור ידי חובת קידוש בקידושא רבה? שוב התשובה חיובית. וכהנה וכהנה. ריבוי המקרים מייצר עמדה תקדימית מחייבת, שמחייבת הפוסקים הדנים בנושא דומה לגשת לדיון בנקודת פתיחה מתירה ולהעמיד רף מאוד גבוה למבקשים לטעון שבמקרה הנדון ההלכה אוסרת בניגוד לכל השאלות האחרות.

גישתי אינה אומרת שמעכשיו הכול מותר, שלפי ההלכה נשים הן שותפות מלאות עם האנשים בהנהגה דתית וריטואלית. אין ספק שמרחב התמרון ההלכתי לנשים מוגבל, אבל כשאנו דנים במקרה ספציפי אנו צריכים להתחיל בהנחה מתירה, עד שהאוסר יוכיח בראיות בלתי מופרכות שהדבר אכן אסור."

די מיסט נישט אננעמען די פסקים, אבער איך שרייב נישט פאר דיר. איך פאסקען פאר מענטשען וואס עס זיי א דבר פשוט אז כל הנ"ל איז מותר, מענטשן וואס לדוגמא זענען מקבל רב סאלאווציק'ס פסק בנוגע לימוד תורה לנשים.

דאס זעלבע איז אויך מיט דיין קריטיק בנוגע דעם פוסק'ס ארינטאציע. ציטיר'סט האלבע זאכן. איך אדרעסיר בפירוש דיין טעות.

In my classes on the philosophy of halakhah, I illustrate this with a little quiz. I tell the students about the three major disputes between Rav Moshe Feinstein and Rabbi Joel Teitelbaum, the Satmar Rav: halav stam, artificial insemination, and the necessary height of a mehitzah separating men and women in a prayer space. I share with them that they were both consistent about all three questions, either consistently lenient about all three or consistently stringent, without telling them who was lenient and who was stringent. Their assignment is to figure out on their own who paskened leniently on all three and who was stringent. They always guess correctly that Rav Moshe was lenient and the Satmar Rav was stringent.

The reason they consistently guess correctly is that they associate what they know about these two poskim’s religious biographies with their halakhic orientation. The Satmar Rav, a hasidic rebbe, brought a stringent orientation toward halakhah, while Rav Moshe brought a more practical, lenient outlook. What that means, is that neither of them approached psak with a tabula rasa; they had an intuitive starting point. The Satmar Rav, as a hasid, started out with an assumption that these things are assur and then searched the poskim to confirm his religiously informed intuition and interpreted what he read as affirming that position. Rav Moshe’s starting point was an assumption of leniency which he then found that the poskim confirmed.

This is not to say that Rav Moshe never reached a stringent conclusion or that the Satmar Rav never paskened leniently. They were, of course, honest and open, and ultimately went wherever the texts led them, li’kulah or li’humrah. What this exercise demonstrates, though, is that the halakhic process is driven significantly by the posek’s preexisting orientation which itself is informed, at least in part, by precedents established in response to similar questions. This judicial intuition drives their inquiry and informs their evaluation of the complex and sometimes ambiguous evidence they encounter.

אניוועי, גענוג ביטול תורה. ביטע פארשטיי אויב איך איגנאריר די ווייטער'דיגע הערות, עס איז נישט פערזענליך.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 10:39 am
דורך אספקלריה
איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם אינטערוויא.
ער איז געווען אויפריכטיג און אפען מיט זיינע נטיות,ספיקות, געפילען,און אפשר אפילו אפען צו איבערטראכטען זיינע באשליסען.
און איך האב אפארמאל זיך געטראפען דורכגיין מיינע אייגענע מסעות.
סהאט אוכט געבאדערט מיין געוויזען זעענדיג דעם נאמען אויפען דעקל,למעשה איז ער אן אפציעלע מיטגליד און א אנפירער פון א מאוומענט וואס גייט לכאורה אויבנאויף און די פיסטריט פון קאנסערוועטיוו זשודיסעם,וואלט די וועקער געגעבען א שופר פאר איינער וואס פראמאוט קאנסערוועטיוו זשודיסעם ? או דילמא פארקערט די וועקער וויל אונז לערנען אז ישיבה חובבי תורה איז טאקע נישט קיין סתירה צו אן ארטעדאקס גאטפארכטיגע יוד.
צו אזוי צו אזוי ,האב איך שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקעל.
און פארקערט סאיז געווען א שטארק פאזיטיווע און היימיש גענויגטע אינטערוואוי.
וואס איך האב געליינט פון זיינע ווערטער איז אז זייענדיג אן ערענסטע יונגערמאן פילט ער א בענקעניש צו א געמיינדע וואס א טייל פון זיי לעבן א ווארימע לעבן פון תורה און מצוות, ער שפירט א אינערליכע הערצה און הוקרה צו זיין אויפריכטיג נאבעלע פאטער.
און למעשה איז מיר טאקע אינטערסאנט צו מיט זיין היינטיגע בליק וואלט ער איבערגעטוהן וואס ער האט איבערגעטוהן.
און באמת האב איך כסדר דעם פאלגענדיגע קלער.
אוודאי איינער וואס איז אויפגעוואקסען און א פאלטשע שטוב און א ביטערע ענווייערמענט און האט נישט באמת קיינמאל ענזשויט און אריינגעלעבט א עהרליכע לעבן פארשטיי איך אז ער זאל פארלאזען אונזער געמיינדע און נישט צוריק קוקען אויף דעם זייט.
אויב אבער איינער איז אויפגעוואקסען בא עלטערען וואס האבען געלעבט אן עהרליכע לייף סטייל מיט אן אמת, און דאס קינד איז אויפגעוואקסען מיט ווארימע געפילען צו א שבת, א מצווה ,
אויב זיינע עלטערען זענען געווען באמת עהרליכע מענטשען און נישט באגנבעט און אויסגענערט קיין מענטשען, און געהאט אן אינערליכע קאננעקשין צו אונזער לייף סטייל,
איז אפילו ער ווערט עלטער און זיין קאפ הייבט אהן צוטראכטען אפשר אהער און אפשר אהין, למעשה איז ער קאננעקטיד אהער און זיין בשר גידים ועצמות, דמו ונפשו וחלבו, נפשו רוחו ונשמתו ,זענען אריינגעפרעגעלט און וואס ער איז אויפגעווקסען, ביים פארלאזען אונזער געמיינדע קען זיין קאפ אפשר הנאה האבען פון די אפענקייט וואס ער טרעפט ערגעץ אנדערש, אבער וויאזוי טראגט מען אריבער דאס איבריגע סיסטעם פון די מענטש, די געפילען פון די שבת און יו״ט סעודות וואס מאיז געוואונט פון אזויפיל יאר, די געפילען פון ריינקייט,די ווארימע פעמילי לייף, די שטארקע עהרליכקייט און אויסגעהאלטענקייט און געלט זאכען {יא איך קען אסאך אזעלכע יודען ביי אונז, אוודאי די סקרוי בוילס מאכען מער נאוז און סגעט אמאל א אנדערע בליק אבער ווער סקוקט ריכטיג קען טרעפן און אונזער געמיינדע א גרויסע צאל פון ערליכע מענטשען בדיני ממונות}
וואו סשיינט פון דעם ארטיקעל קומט ר יששכר פון אזא סארט שטוב,סשיינט אז זיין טאטע איז געווען באמת פון די גאר עהרליכע און אויפריכטיגע מענטשען, מזעעט אז ער האט זיך באטייליגט ביי זיינע שמחות מיט א שמייכעל און אויפריכטיגקייט און ער האט געקענט אוועקקוקען אויף די אויבנאויפדיגע עקסטרעמע דיפרענצען.
קען זיין אז איך בין מיך טועה אבער אזוי קומט ער אדורך און דעם ארטיקעל,
עכ״פ מיין נקודה איז אז פאר אן ענוויערמענט איז לכאורה מער געאייגנט פאר א מענטש זיך צו דרייען און א פלאץ וואו זיין געפיל סיסטעם שפירט זיך באקוועם,ווי ענדישער און א פלאץ וואס זיין אינטעלאוקט שפירט באקוועם אבער זיין מהות שפירט זיך א פרעמדער ?
צו אפשר ווענדט זיך עס וואס פארנעמט די עיקר בא דעם ספציפישע מענטש זיין אינטעלאוקט אדער זיין געפיל סיסטעם.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 11:09 am
דורך יששכר כץ
איך האב אוסגעלאזט א חלק:

we differ significantly. I believe that it is inherently a part of the halakhic process for a posek to approach a question from a “starting point” whereby the posek begins with an assumed opinion about the correct answer: איבעית אימא קרא, איבעית אימא סברא.
קרא: As R. Linzer mentions, there is the premise of המוציא מחברו עליו הראיה, which expresses the notion of judicial passivity. If someone wants to challenge the status quo, the burden of proof is on them. They need to prove definitively that the previously established status has indeed changed; otherwise, halakhah will operate according to the status quo.
Granted, the particular concept of hamotzi me’haveiro is employed primarily in the financial realm, but many poskim believe that it is based on the general operating principle of hazakah.[4] (As a matter of fact, המוציא מחברו עליו הראיה is often interchangeably referred to as חזקת מרא קמא, even though the two concepts are not exactly the same. There are times when one of these concepts is operative but not the other.)
Even if hamotzi me’haveiro per se is not a variable of hazakah, there is no doubt that hazakah is a central tenet of pesika, halakhic adjudication. Hazakah postulates a notion of judicial stasis: we maintain an established halakhic status until incontrovertibly proven otherwise.
While there are a variety of hazakot, all of which point to the premise of judicial passivity, most relevant for our purposes is the concept of hazakah di’dina.[5] Hazakah di’dina, in contrast to other hazakot, is established by adjudication, not by intrinsic factors. If a suspected case was adjudicated in a certain way, halakhah will maintain that status until it is definitively proven otherwise.
The Talmudic source for this unique kind of hazakah is the gemara in Hullin (9a) בהמה בחייה בחזקת איסור עומדת עד שנשחטה, נשחטה בחזקת היתר עומדת עד שיודע לך במה נטרפה: an animal is assumed to be non-kosher until it has been slaughtered properly. Once it has been slaughtered properly, it attains a kosher status which cannot be undone through speculative probabilities, no matter how feasible those probabilities are.[6] This halakhah makes explicit the notion of halakhic passivity. Once we have established a judicial status, stringent or lenient, we hold onto that status even in the presence of plausible possibilities to the contrary. Halakhah puts the onus on those challenging the status quo to prove their claim. This notion is true in every arena – for example, kashrut, terumah and niddah. Things obviously change; the animal may become treif or the mikveh pasul. In some instances there may even be very good reason to assume that the status quo has changed; there are many ways an animal can turn out to be non-kosher or that a mikvah would stop being valid. Nonetheless, halakhah embraces a judicial status quo in the absence of compelling evidence to the contrary.
The reason for this practice, as the Ahronim[7] point out, is primarily sevara, a logical inference, as articulated by Rambam.[8] Rambam writes:
וענין רגלים לדבר שהענין יגיע עד ללא תכלית אם נלך אחר האפשרויות, אבל העיקר שאם הוחזק מצב מסוים נשאירנו בחזקתו עד שיהא דבר ברור מסלקו מאותה החזקה, וכל דבר שיש בו ספק ואפשרות אחרת הרי אין החזקה מסתקלת
The reason for the concept of raglayim ladavar is because there is a futility in attempting to pursue every possibility. Instead we have a principle that if a certain status was established (הוחזק), we retain that established status (חזקתו) unless an unequivocal counterpoint comes along to unseat it. Probabilities and speculative possibilities are insufficient to put a dent in an established status.
For Rambam, established precedent in halakhah creates a high evidentiary bar, whereby unless one can definitively prove otherwise, we assume that the established halakhic status, the hazakah, remains intact.
While some believe that the notion of determining facts based on hazakah is factual,[9] the dominant voice among the Ahronim is that it is procedural.[10] Hazakah, they believe, does not tell us the facts of the case but instead establishes a behavioral standard. Once we have established a standard, we assume it remains intact until we encounter explicit evidence to the contrary; העמד דבר על חזקתו.
In the context of women’s roles we do not have an established hazakah in the technical sense but we do have something similar. When considering whether women should be excluded or included, the cumulative precedential evidence points in favor of inclusion, making it a hazakah-like starting point and, in turn, putting a high burden of proof on those who advocate exclusion.