בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 11:13 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס עס רעגט מיך אויף, ווייל איך ווייס נישט צי מאז היתה ישראל לגוי איז שוין געווען א דור ווי היינט וואס די עלטערן זענען געווען אזויפיל אריינגעטון אין די חינוך פון די קינדער, אויף טריט און שריט, סיי מצד די עלטערן זעלבסט וואס זענען ארייגעמישט אין יעדע דעטאל כמעט, פיזיש און עמאציאנאל, און סיי מצד די מוסדות וואס פרובירן אנקניפן קשרים מיט די עלטערן, א שטייגער ווי מאכן אסיפות, PTA. זענען אונזערע עלטערן אמאל געגאנגען צו פי.טי.עי.'ס? רוב טאטעס האבן קוים געוואוסט ווער דער מלמד איז... בלויז אזויפיל האט מען געוואוסט, אז אויב דאס קינד האט געכאפט מכות אין חדר (ווי דער שטייגער איז געווען מדי יום ביומו), מיינט עס אז דער טאטע דארף צוגעבן נאך א חלק אינדערהיים... היינט איז דא אבות ובנים, וויפיל האבן אונזערע עלטערן געלערנט מיט אונז? וכדומה וכדומה.
אודאי איז עס נישט קיין נחלת הכלל, געוויס זענען אמאל געווען גוטע עלטערן, און ווארשיינליך זענען היינט דא פארנאכלעסיגטע עלטערן וועלכע דארפן אפאר גוטע פעטש; אבער בכלליות איז היינט א דור ווי די עלטערן קאנעקטן מיט די קינדער אויף א אופן וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען, יא, אפילו עלטערן מיט סמארטפאונ'ס שטייגן איבער אונזערע עלטערן אין דעם הינזיכט, עס איז ממש אכשר דרא מיט דעם, און דא קומט מען אונז ווידעראמאל בלעימען, אלץ זעמיר אונז שולדיג, פאר יעדע גזירה האבן מיר עפעס געזינדיגט, קיינמאל נישט די רבנים.... וואס האקט מען אין קאפ? וואס וויל מען פון אונזער לעבן האבן?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 11:48 am
דורך גדליה
שמעקעדיג איר זענט הייליג גערעכט.
אונזערע עלטערען - אן די סמארטפאונס - האבען נישט געהאט קיין שום קשר מיט די קינדער. ס'איז סתם א ביליגע הוצאת לעז פון מיטליעריגע מענטשען וואס פילען זיך ווי דורעכפעלער, האבען גארנישט אויפגעטוהן אין זייער לעבען, האבען געפייניגט די קינדער אלע יארען, און יעצט שרייען זיי וועגען חינוך הבנים. וועלכע פון אונזערע טאטעס האט אמאל געהאט א אפענע שמועס מיט א קינד? וועלכע טאטע פון ביז צען יאר צוריק האט אמאל אינטרעסירט אויסצולערנען פאר זיין בחור'ל וואס דאס באדייט פובערטי?
די אלע נארישע קרטיק פון בעלי דרשנים קעגען די היינטיגע יונגעלייט קומט פון א גרויסע אכזבה נעבעך, זיי גייען דורעך א מידלייף קרייסעס און ווי שטענדיג איז די יונגע דור צו בלעימען.
ווער רעדט נאך ווען א אדמו"ר רעדט וועגען חינוך הבנים... ווער ס'ווייסט אביסעל וויזוי ס'גייט צו ביי רבי'שע שטיבער, האבען די אדמורים אין בעסטען פאל גאנץ קנאפ א שייכות מיט די קינדער, און אין ערגסטען פאל רייסען זיי זיך ארום.
בכלל ס'איז מורא'דיג פאני ווי אויף אלע גיטע זאכען נעמען די מוסדות קרעדיט. אבער אויף די דורעכפעלער זענען זיי קיינמאל נישט שולדיג. אלץ איז עס די עלטערען, די פרויען, די סמארטפאונס, יעדער איז שולדיג. אבער אז די מוסדות צו די רבי אליין איז גאר שולדיג, דאס איז אים נאך קיינמאל נישט איינגעפאלען.
מר. טייטעלבוים, מיר ווייסען אז איר האט גע'ירש'נט אייער שטוהל צוליב אייער לעצטע נאמען און נישט צוליב אייערע פעהיגקייטען, ווען גייט שוין זיין די צייט וואס איר וועט זאגען אויף זיך אליין "אבל אשמים אנחנו"? ווען גייט איר שוין מודה זיין אז צו קענען פירען א קהילה דארף מען האבען נאך זאכען אויסער הייסען טייטעלבוים?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 11:55 am
דורך קאך_לעפל
גדליה האט געשריבן:שמעקעדיג איר זענט הייליג גערעכט.

ווי צום ביישפיל? מ'דארף קענען פוטבאל? אדער גאר פיזיקס?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:00 pm
דורך גדליה
קאך_לעפל האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:שמעקעדיג איר זענט הייליג גערעכט.

צו זיין א מנהיג פון אזא גרויסע עדה אידען וואלט איך ערווארטעט אז מ'ברויך קענען כאטשיג גאנץ ש"ס און שו"ע. אויך דארף מען זיין א שטיקעל מעביר על מידותיו. די סאטמארע רביס קענען זיך נישט אויסקומען מיט זייערע אייגענע געשוויסטער, ווי אזוי זאלען זיי קענען פירען א קהילה אידען?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:06 pm
דורך קאך_לעפל
גדליה האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:שמעקעדיג איר זענט הייליג גערעכט.

זאגט ווער? די האסט דער פארבאגענער מענועל פון די זאכן וואס מנהיגים דארפן קענען אדער באזיצן? ווער מאכט אפ וואס פאר א טאלאנטן אדער פעאיגייטן א מנהיג דארף האבן?
גיי אריין אין הופער שמחות תורה וועסטו טרעפן עטליכע טויזענט מענטשען וואס זאגן אז זייער מנהיג פארמאגט די נויטיגע טאלאנטן און קוואליפעקאציעס וואס פאדערט זיך פאר א מנהיג. די וועסט נאך אפילו טרעפען אזעלכע וואס וועלן דיר זאגן אז אפילו מיט א שמיץ אריבער.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:07 pm
דורך קאך_לעפל
ממש איצט געטראפן דעם מאנועל:
וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה אֶל ה' לֵאמֹר: יִפְקֹד ה' אֱלֹהֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה: אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה: (במדבר כז טו-יז)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:10 pm
דורך גדליה
גיי אריין אין מעקא וועסטו טרעפען א ביליאן מוסלימענער וואס גלויבען אז מוחמד איז א נביא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:15 pm
דורך גדליה
קאך_לעפל האט געשריבן:ממש איצט געטראפן דעם מאנועל:
וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה אֶל ה' לֵאמֹר: יִפְקֹד ה' אֱלֹהֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה: אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה: (במדבר כז טו-יז)
אין דעם פסוק שטייט אז די טייטעלבוים ברידער דארפען געוועלטיגען אויף סאטמאר?
אויב עפעס לערנען מיר זיך פון דעם פסוק אז שררה גייט נישט אריבער בירושה צו די קינדער.
Re: גזירת החינוך, על שום מה? (דרשת סאטמאר)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:25 pm
דורך שלי שלך
גדליה האט געשריבן:וועלכע טאטע פון ביז צען יאר צוריק האט אמאל אינטרעסירט אויסצולערנען פאר זיין בחור'ל וואס דאס באדייט פובערטי?
וואס מיינט פובערטי?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:29 pm
דורך גדליה
שלי שלך האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:וועלכע טאטע פון ביז צען יאר צוריק האט אמאל אינטרעסירט אויסצולערנען פאר זיין בחור'ל וואס דאס באדייט פובערטי?
וואס מיינט פובערטי?
Puberty
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:31 pm
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:ממש איצט געטראפן דעם מאנועל:
וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה אֶל ה' לֵאמֹר: יִפְקֹד ה' אֱלֹהֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה: אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה: (במדבר כז טו-יז)
קאך לעפל:נאכאמאל. ווער האט גערעדט צו וועים...? די אייבישטער צו משה רבנו. אדער משה רבנו צו דעם אייבישטן. ביטע מאך נישט אויף קיין נייע פסוקים...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:34 pm
דורך קאך_לעפל
מיין נקודה איז:
א סארט מנהיג ווי משה רבינו, יושע בן נון, שמואל הרמתי, עתניאל בו קנז, רבינו הקדוש (נישט דער סאקמארער) האבן באזיצט יעדע סארט מעלה וואס מ'קען זיך בלויז פארשטעלן.
אזא סארט מנהיג איז שוין ליידער נישט פארהאן. היינט ווענדט זיך אלעס אין די קעלבער. אויב די קעלבער זענען ווירקליך צופרידן מיט זייער געטרייער פאסטוך, דאן ווער זענען די קעלבער פונעם אנדערען פאסטוך אריין צו רעדן צו זייער פאסטוך באזיצט ווירקליך די געפאדערטע פאכטוכישע איינגשאפטן? אלע קעלבער האלטן אז זייער פאסטוך איז דאס בעסטע. אין באווייז אז זיי לויפן אים נאך ווי די קעלבער.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:31 pm
דורך גדליה
קאך לעפעל,
אפשר זענען די חסידים טאקע קעלבער אבער די היינטיגע מנהיגים זענען נישט קיין פאסטוכער נאר וועלף.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:41 pm
דורך קאך_לעפל
גדליה האט געשריבן:קאך לעפעל,
אפשר זענען די חסידים טאקע קעלבער אבער די היינטיגע מנהיגים זענען נישט קיין פאסטוכער נאר וועלף.
זאגט ווער? די קעלבער? די פאסטעכער? די קעלבער זאגן אז זייער פאסטוך איז גאר ג-ט, און די פאסטוכער זאגט דאס זעלבע, אז זיי זענען ג-ט. און יעדער איז ב''ה פיין צופרידן, די קעלבער האבן בלויז פראבלעמען מיט די אנדערע פאסטוכער...אבער נשט מיט זייער איייגענע....
דאס אז די היינטיגע מנהיגים זענען וועלף, דאס איז פילייכט דיין אייגענע מיינונג? שטומט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:51 pm
דורך גדליה
דער העלבראנץ פון לב טהור האט אויך קעלבער וואס גלויבען אין אים. דער אכזר און רוצח קים יאנג אן איז אויכעט פארגעטערט אין זיין מדינה.
דאס וואס א דיקטאטאר האט קעלבער וואס גלייבען אין עם געבט עם נאכנישט קיין רעכט צו טוהן וואס ער וויל.
נ. ב. אלץ וואס איך שרייב איז מיין אייגענע מיינונג. אנדערש ווי די טייטעלבוים ברידער פארמאגט איך נישט קיין דיירעקט ליין צו ג-ט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עכט נאריש די גאנצע נושא. די אלע זאליס האבען א ברירה? האבען זיי געהאט א שטימע אריין צו וויילען ווער זאל זיין זייער גייסטישע פירער? ט'קענען זיי פראקטישעהייט אפלאזען די זאך?
זאת ועוד, דאס אז מ'רעדט זיך אפ איז אויף דעם גופא, אז מענטשן גיין צו א מנהיג וואס האט נישט די נויטיגע פעאיגקייטן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:30 pm
דורך קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עכט נאריש די גאנצע נושא. די אלע זאליס האבען א ברירה? האבען זיי געהאט א שטימע אריין צו וויילען ווער זאל זיין זייער גייסטישע פירער? ט'קענען זיי פראקטישעהייט אפלאזען די זאך?
זאת ועוד, דאס אז מ'רעדט זיך אפ איז אויף דעם גופא, אז מענטשן גיין צו א מנהיג וואס האט נישט די נויטיגע פעאיגקייטן.
דאס וואס איך זאג, זיי האלטן אז ער האט יא.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:34 pm
דורך גדליה
קאך_לעפל האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עכט נאריש די גאנצע נושא. די אלע זאליס האבען א ברירה? האבען זיי געהאט א שטימע אריין צו וויילען ווער זאל זיין זייער גייסטישע פירער? ט'קענען זיי פראקטישעהייט אפלאזען די זאך?
זאת ועוד, דאס אז מ'רעדט זיך אפ איז אויף דעם גופא, אז מענטשן גיין צו א מנהיג וואס האט נישט די נויטיגע פעאיגקייטן.
דאס וואס איך זאג, זיי האלטן אז ער האט יא.
אויב אסאך מענטשען זאגען איבער א שקר אסאך מאל ווערט עס נאכנישט אמת.
איר האלט אין איין רעפערירן צו די טויזענטער אידען ביי הקפות און ביי פראטעסטען. איר פארפעלט צו אנערקענען אז ביליאנען מענטשען גלייבען אין כל מיני נארישקייטען און זיי ווערען נישט אמת צוליב דעם. האק דיך שוין ארויס פון קאפ די פראפאגאנדע און קום צום טעם פון אנערקענען די אמתדיגקייט פון די קליינע הייפעלע אידען שלא כרעו לעבודה זרה דמיתקריא טייטעלבוים והאלבערשטאם וטווערסקי
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאך_לעפל האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עכט נאריש די גאנצע נושא. די אלע זאליס האבען א ברירה? האבען זיי געהאט א שטימע אריין צו וויילען ווער זאל זיין זייער גייסטישע פירער? ט'קענען זיי פראקטישעהייט אפלאזען די זאך?
זאת ועוד, דאס אז מ'רעדט זיך אפ איז אויף דעם גופא, אז מענטשן גיין צו א מנהיג וואס האט נישט די נויטיגע פעאיגקייטן.
דאס וואס איך זאג, זיי האלטן אז ער האט יא.
פון וואנעט ווייסטו אז זיי האלטען אזוי?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:39 pm
דורך קאך_לעפל
יענקי: רבי, בערל האט מיך געוואלט שלאגן. רבי: פון ווייסטו וואס ער האט געוואלט? יענקי: ווייל ער האט!
די קעלבער לויפן נאך דעם פאסטוך. דאס איז א מציאות, און די קעלבער וואס ווילן פאשן אויף די פריי וו.צ.ב.ש. די אנגעבליכע אויפגעקלעטע, לויפן נישט נאך דעם פאסטוך.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:41 pm
דורך גדליה
קאך_לעפל האט געשריבן:יענקי: רבי, בערל האט מיך געוואלט שלאגן. רבי: פון ווייסטו וואס ער האט געוואלט? יענקי: ווייל ער האט!
די קעלבער לויפן נאך דעם פאסטוך. דאס איז א מציאות, און די קעלבער וואס ווילן פאשן אויף די פריי וו.צ.ב.ש. די אנגעבליכע אויפגעקלעטע, לויפן נישט נאך דעם פאסטוך.
וויפיל זאליס לויפען נאך ר' זלמן לייב? אפשר פינעף פערצענט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:43 pm
דורך קאך_לעפל
גדליה האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:יענקי: רבי, בערל האט מיך געוואלט שלאגן. רבי: פון ווייסטו וואס ער האט געוואלט? יענקי: ווייל ער האט!
די קעלבער לויפן נאך דעם פאסטוך. דאס איז א מציאות, און די קעלבער וואס ווילן פאשן אויף די פריי וו.צ.ב.ש. די אנגעבליכע אויפגעקלערטע, לויפן נישט נאך דעם פאסטוך.
וויפיל זאליס לויפען נאך ר' זלמן לייב? אפשר פינעף פערצענט
אזלא פינף פראצענט האלטן אז רבי זאלמן האט די פעאיקייטן צו זיין א מנהיג? קאן זיין, איך בין נישט אזוי גוט מיט סטאסטיקס. כ'וועל דיר מוזן גלייבן אויפן ווארט...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב דיר שוין געענטפערט אויף דעם.