בלאט 2 פון 6

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 11:20 pm
דורך לעיקוואד
https://www.youtube.com/watch?v=CyX7AhRfHm8&feature=youtu.be
היינט איז געווען א זייער אינטרעסאנטע שמועס וועגן וויאזוי צו זיין א צדיק, און וויאזוי צו זיין א פילאסאף און נישט אנהאלטן דעות קדומות..

אויך איז ארויס א קונטרס אויף חנוכה אינהאלטנדיג א שיעור פון עיון למחשבה, וואס מען קען באקומען אויפ'ן אימייל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 10:14 am
דורך והאיש משה
ייש"כ כ'האב זייער הנאה געהאט פון דעם שיעור אויף רבות רעות צדיק! באמת צוריק גלאט געמאכט פשוטע ווערטער פון צדיקים, דהיינו במשך הדורות איז עס געווארען אזא חיזוק ניגון: אז די אייבישטער האט הנאה ווען א יוד פלאגט זיך וכו' ואדם לעמל יולד וכו' און נישט ווערען צובראכען פון נסיונות וכו' וכו' נסיון מלשון נס ווערן דערהויבן און אזוי ווייטער... און די האסט עס צוריק אויסגעגראדט און די האסט עס צוריק געברענגט פאר'ן עולם זייער אמת'דיג גלאט און גראד און למעשה'דיג, כה לחי!

צוויי קליינע הערות:
א' דאס וואס די זאגסט וועגן געבוירן ווערן אויפן בארג, אז ס'איז לא היה ולא נברא, איז לכאו' אפי' נישט ניתן לויכוח אז ס'איז דא מענטשן וואס ווערן געבוירן ריינער לויטערע ווי אנדערע, כ'מיין נישט די שקר פון זיך שאקלען ביי א רבי וואס לא קרא ולא שנה וכו' און האט נישט געארבעט אויף זיך, און איז איין שטיק זיך, מיט מיך, און מידות רעות וכו', און ווען מ'פרעגט די חסידים וואס איז די רבי? הייבט מען אויף די אויגן, ביז מ'זעט נאר נאר דאס ווייסיכעל פונעם אייגעלע, און ער ענטפערט מיט אזא תמיהה! היתכן פרעגסט אויף רבי'ן ער איז דאך דעם אלטען רבינ'ס זוהן ער איז דאך געבוירען אויפען בארג! ניין נישט דאס מיין איך! נאר ס'איז אוודאי דא א מושג פון א מענטש וואס ווערט געבוירען מער ריין העכער און לויטערע, והלא עינינו רואות ס'דא מענטשען וואס מוטשען זיך ווייניגער מיט קנאה אדער תאוה און כבוד מ'זעט זיי זענען מער ריין לכתחילה, אפשר און שפראך פון ארי"הק האט עס צוטוהן מיט נשמת קין און נשמת הבל, משה רבינו איז נתמלא געווארען הבית מלא אורה מיינט אזא סארט ריינקייט און ענוה וואס איז מיטגעקומען, און מבשרי אחזה יעדער קען זען ארום זיך מענטשען וואס האבן נישט געארבעט אויף זיך, און איינער קען נישט -אפי' ווען ער וויל- ווייטוהן א צווייטען, און אנדערע מענטשן האבן אהנאה צו זעהן ל"ע ווי איינער צאפל'ט זיך, ס'דא מענטשן וואס פלאגן זיך מיט נסיונות נישט צו באגנב'ן א צווייטן און אנדערע קאנען נישט צורירן יענעמ'ס א פרוטה אהן ארבעטן אויף זיך, ער פארשטייט און ער פילט מיט א פשטות ווי קאן מען צורירן יענעמס א זאך? איז ס'איז ביי איהם בכלל נישט קיין נסיון יענעם צו באגנבנ'ן, און אזוי ווייטער און ווייטער דאס מיינט מער ריין און יודיש "געבוירען אויפען בארג".

ב' כ'האב נישט פארשטאנען די נקודה אז מ'האט נישט וואס צו טוהן א שמו"ע ווען נישט מחשבות זרות, ס'איז געווען א דזאוק? שטעל דיר פאר די תענוג וואס א מענטש האט און א גוטע מינוט ווען ער קען רעדן מיט'ן אייבירשטען כדבר איש אל רעהו, ווי אזוי פילט ער ביי לכה דודי, אדער נשמת, אדער ביי הלל מיט די מינים וכו' יום קדוש ביי כל נדרי אדער נעילה, פסח ביים סדר, שבועות ביי הקדמות כו' גוטע מצבים ווען ער דארף זיך נישט שלאגן אויף צו פארגעסן ווי און פאר וועם ער שטייט? סך הכל וואלט א מענטש געוואלט אלעמאל זיין אזוי! סאו וואס האסטו געמיינט צו זאגן וואס וועט ער טוהן ווען ער וועט נישט דארפן זיך שלאגן מיט מחשבות זרות? די תשובה איז פשוט ענדזשויען, כ'מיין ווען א חסיד איז געקומען צום רבי'ן בעטן אז ער דארף א עצה פאר מחשבות זרות האט ער געמיינט צו זאגן ער וויל ס'זאל אים זיין גוט לכתחילה און קענען גרינג קאנעקטן צו גאט, אדרבא דאס וואס אונז קוקן אויף צדיקים איז די גלאטקייט דאס רעדן צום אייבירשטען אלעמאל כבן המתחטא לפני אביו שבשמים אא"וו, אדער זייער ריינקייט פון אונטרעסען נגיעות און דאס פארגינען יענעם אפי' א שונא דאס לייכטקייט פון מוחל זיין על עלבונו אזוי ווייטער...

ווי קען מען באקומען די קונ' אויף חנוכה?

בית מדרש עיון למחשבה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 8:22 pm
דורך מי אני
בנוגע דיין ערשטע הערה, זאגט דער מו״נ (ח״א פל״ד, בסיבה רביעית) ענליך. אבער (ווי איך פארשטיי) וואס ר׳ יצחק מיינט אין די קאנטעקסט איז אז יעדע מענטש, אפילו די מיט די גאר גוטע תכונות הנפש וכו׳, איז למעשה זיין חלק הבהמי/החומרי, דער יצה״ר, דארט נאך פריער אלס דעה קדומה.

ועוד אז דארט אין מו״נ איז אויך אפשר משמע (מ׳קען דאס אריינלערנען אין סיבה שנית) אז אפילו די געלונגענע וואס ווערן געבוירן מיט די גוטע און ריכטיגע תכונות הנפש במדות ובשכל דארפן זיך דאך אויסארבעטן דעם אינטעלעקט (לאט) אנצוקומען צום שלימות, מכח אל הפועל ע״ש. אין אנדערע ווערטער, אויסצוארבעטן/ארויסצוארבעטן די סכליות, וואס דאס איז דאך דער יצה״ר וכדברי ר׳ יצחק בריש השיעור.

ובנוגע דיין צווייטע הערה, אז מ׳דערמאנט דעם מו״נ, איז לעיל שם בפל״א לייגט ער צו די סיבה פון הרגל (וואס ר׳ יצחק דערמאנט צום סוף פונ׳ם שיעור) צו די דריי סיבות פון אלכסנדר הפרדוסי [מאפרודיזיאס] וואס שטערן דעם מענטש אנצוקומען צום אמת/תכלית. ער גיבט א משל אז עד כדי כך אז דער פויער האט ניטאמאל א געהעריגע רצון זיך צו באדן, זיך צו באשמירן מיט בשמים, גיין מיט באקוועמע פיינע קליידער וכו׳ כדרך הנגידים. דאס איז אלס מכח זיין רגילות ע״ש.

דאס מיין איך פארענטפערט דיין צווייטע הערה. דהיינו, אז ר׳ יצחק רעדט (ווי אזוי איך פארשטיי) פון איינער וואס ווייסט נישט מער פון דעם ״קאנצעפט״ פון נישט האבן מחשבות זרות אינמיטן דאווענען און אז ס׳איז (אים אין א וועג) א(ן אבסטראקטע) מדריגה וואס ער דארף משתוקק זיין דערצו וכו׳, אבער ער האט עס למעשה נאך נישט (געהעריג) טועם געווען מחמת הרגלו; ער איז (בעיסיקעלי) אזוי ווי דער פויער און בן כפר פונ׳ם רמב״ם׳ס משל. דו רעדסט פון איינער וואס האט דאס שוין טועם געווען. נו, איז ער דאך שוין אמאל געווען א ״נגיד״, און זיין הרגלות איז נישט אזוי ווייט אויף פארקערט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 3:16 pm
דורך לעיקוואד
א גוטן הרב @האיש משה,

על אחרון ראשון, דער אימעיל קען מען זיך איינשרייבען דא, ווער עס שרייבט זיך איין די וואך וועט נאך באקומען די חנוכה קונטרס אויך.

בנוגע די ערשטע שאלה, איך האב אויך הנאה געהאט וואס הרב @מי אני פארענטפערט מיר, און נאך מיט מראי מקומות פון מורה נבוכים.. אוודאי איז ער גערעכט, לאמיר נאר נאך קלארער מאכן.

אגב טאקע שבת האב איך געשמועסט מיט א איד א תלמיד חכם וועגן דער ווארט פון געבוירען אויפ'ן בארג און איך האב דאס מזלזל געווען, האט ער געזאגט אז דאס איז דאך אוודאי אמת אז עס זענען דא חילוקים צווישען מענטשען סיי מצד זייער נאטור, אז איינער האט בעסערע כשרונות אדער מידות טובות בטבעו, און סיי מצד דער חנוך איז דאך אינו דומה ווען איינער וואקסט אויף אין א סביבה וואס איז בעסער וכדומה.

דאס איז אוודאי אמת, אבער דאס רירט נישט באמת בכלל אן מיין שמועס. לאמיר נוצן דער משל - וואס איז אליינס א נמשל - פון לערנען א סוגיה. פשוט אז עס איז דא בעסער בעלי כשרון אדער אזעלכע מיט בעסער חינוך וואס זייער ערשטער הוה אמינה איז בעסער פון א צווייטענס' מסקנה. דאך איז די סדר העבודה פון לערנען אלעמאל נישט צו בלייבען מיט די הוה אמינא נאר חוקר זיין ביז מען וועט פארשטיין קלאר אויב דאס איז ריכטיג. טאמער איז זיך דער בעל כשרון סומך אז זיין מושכל ראשון איז גערעכט ווייל ער איז דאך אזא בעל כשרון, לא די אז ער מאכט אמאל גרעסערע טעותים ווי דער שוואכערע קאפ, וויבאלד ער איז אזא בעל כשרון פאלט עם איין בעסערע קשיות וואס ער קען נעמן פאר א מסקנה, נאר ער הייבט גארנישט אן צו לערנען, דער עצם זאך פון טראכטן איז איבערטראכטען אויב איז דער מחשבה ריכטיג. די זעלבע איז לגבי סדרי דין אדער לגבי מידות. ממילא אוודאי אפשר האט איינער לכתחילה בעסערע אדער גרינגערע תכונות, אבער דער סדר העבודה איז אלעמאל רבות רעות צדיק. און אין א געוויסער זין איז דער צדיק וואס איז געבוירען בעסער האט אדרבה גרעסערע יצר הרע'ס וויבאלד זיין עבודה איז טאקע טיפער, די ווארט עכ"פ איז אז דער סדר העבודה איז אלעמאל התגברות אויף די ערשטע מחשבה, נישט קיין חילוק ווי מען געפינט זיך.

לגבי די צווייטע הערה, ערשטנס, ווי ר' מי אני איז מרמז, אויב איר פארשטייט די טעם פון א תפלה אן קיין שייכות מיט מחשבות זרות, נו מה טוב ומה נעים אשריך וטוב לך איך מיין אבער אז אסאך מענטשען האלטן נאכנישט דארט..
מער קלאר אבער, רעד איך פון א נקודה ענליך וואס מען רופט אין חב"ד אהבה בתענוגים. און ווי עס איז מבואר דארט איז דאס א זאך וואס נאר צדיקים גמורים פארשטיין על פי רוב. דאס הייסט אז אפילו דאס וואס איז התרפקות און תשוקה, איז על פי רוב זיך מתייחס צו די וועלט. א מענטש זאגט איך בין אזוי ווייט איך וויל זיך דערנענטערן צמאה לך נפשי וכו'. דאס איז טאקע נישט 'מחשבות זרות' אבער איז נאכאלץ א תנועה וואס איז זיך מתייחס צו א צובראכנקייט פון די וועלט אדער מענטש. אהבה בתענוגים הייסט אזא סארט אהבה וואס איז נישט קיין תשוקה נישט קיין קלינער נישט קיין גרויסע נאר גאר עפעס אנדערש..
מער פשוט איז אבער אפילו פשוטער..

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 2:47 pm
דורך לעיקוואד
א שיעור זוהר אויף חנוכה

https://www.youtube.com/watch?v=vLEVtCaMAAU

מען קען זעהן אן ענליכע מהלך אין דער שטיקל זוהר דא
https://yitzchoklowy.com/moadim/chanuka-78-7/

און דער זוהר זעלבסט דא
https://yitzchoklowy.com/moadim/chanuka ... %9b%d7%94/

איך וועל בל"נ שיקען אין אימעיל דער זוהר שענער אויסגעלייגט ווי אויך נאך חידושים און עניינים אויף חנוכה.

איז מיין רבי די גרעסטע רבי?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 2:15 pm
דורך לעיקוואד
א שיעור זוהר פרשת ויגש, וויאזוי קען זיין אזא זאך אז נישט אברהם אבינו נישט יצחק און נישט יעקב זענען גוט, נאר עפעס אנדערש איז גוט?
און אויך, וויאזוי צו וועלן א רבי און טאמער דארף ער זיין די גרעסטע רבי?

https://www.youtube.com/watch?v=9hyov-oPQdQ

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 11:07 pm
דורך לעיקוואד
עס איז אלעמאל גוט צו לערנען, אבער לאמיר נישט מאכן פון דעם דף היומי אזא זאך וואס מען שמועסט מיט די נייעס ווייל אלע שמועסען דאס, תורה איז פיל בעסער פון דעם.
און וואס האט דאס מיט פרשת ויחי איינגעלייגט?

https://youtu.be/k3rBboh4mlw

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 10:14 pm
דורך לעיקוואד
נאך עטליכע וואכן הפסקה איז מיר געלונגען צו שיקען אין דער היינטיגע אימעיל א גאנצע שיעור פון דער וואך אין דער טיפע סוגיא פון מצוות שכליות און מצוות שמעיות לפי שיטת רב סעדיה גאון. האפנטליך וועל איך דאס קענען מאכן יעדער וואך. ריסירשטען, איבערגעבן, און אפשרייבען אזא שיעור איז א גאנצע צוויי טעג ארבעט. און אזא סארט ארבעט דארף שטיצע. אויב איינער דא האט אן אינטערעס אז דאס זאל אנגיין און וויל זיך משתתף זיין און זיין פון די תומכי תורה זאל ער מיר שיקען אן הודעה.

ווי אויך א שיעור בספר הזוהר לפרשת שמות, הערליכע דברי חיזוק פון דער זוהר פאר די אידען וואס גיין אין גלות, צאמגעפלאכטען מיט פשט הפסוקים, סיפורי חסידים, און ארויסברענגען וואס דער זוהר וויל פון דעם אין זיין קאנטעקסט און וואס מיר ווילען פון דעם אין אונזער קאנטעקסט.

https://www.youtube.com/watch?v=WTK4SXmZEDs

בית מדרש עיון למחשבה

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 7:28 pm
דורך חוקר ודורש
IMG_7214.png


בס"ד ביום ראשון הבעל"ט יתקיים שיעור אורח מיוחד על ידי אורחנו מארה"ק
הרב דוד בר חיים שליט"א
ראש מכון שילה
'ויך את המצרי'
הכאת המצרי ע"י משרע"ה יסודות בהבנת דברי חז"ל בהלכה ואגדה יום ראשון לסדר וארא
485 Viola Rd.
7:30 PM
The rav has enlightened and inspired many with his 7:30 profound insight and wisdom in all areas of the Torah: Halacha, Hashkafa and Jewish History.
Come and learn from his unique approach and vision for Am Yisrael

ער גייט געבן דעם זעלבען שיעור מוצאי שבת און זונטאג?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 8:08 pm
דורך לעיקוואד
וויפיל איך פארשטיי, יא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:22 pm
דורך לעיקוואד
שלום לכל החברים האהובים והיקרים,

להלן עדכוני השבוע.

מצורף שיעור חדש מבית מדרשנו השבוע שהוא השיעור התשיעי סדרת אמונה וחקירה. השיעור עוסק בשיטת חובת הלבבות בעניין מצות חקירת הייחוד, ובהבחנה בין שיטתו לבין שיטת רס"ג, בענין זה נעסוק ונעמיד עוד בשבועות הקרובים. הכרת טובה וברכה למשתתפי השיעור שהשתתפו בסכומים הגונים להחזקת התורה, ובמיוחד ר' יעקב, ר' חיים, ר' אלימלך, ר' יואל, שליט"א, יתברכו כולם ממקור הברכות ונזכה להעמיק דעתינו בכל סוגיות הדעת ביחד.
שיעור זוהר חדש ונפלא על פרשת וארא עלה והוא וסיכומו נמצאים להלן. דברי תורה על הפרשה וכן שיעורים משנים שעברו ניתן למצוא כרגיל באתר https://yitzchoklowy.com/current-parsha/.
אתמול ביום רביעי חגגנו בס"ד ברוב עם את סיום ספר ישעיה בקבוצת לימוד התנ"ך שלנו. ברכת מזל טוב ותודה לכל המשתתפים בלימוד ובסעודה. ביום ראשון מתחילים ללמוד בספר ירמיה. זו הזדמנות טובה להצטרף ללימוד פרק תנ"ך ליום בחבורה, להשתתפות יש לשלוח לי הודעה.
ביום רביעי נחנך שיעור חדש בשער הכוונות באנגלית, ראו פרטים להלן.
New Shiur!
Shaar Hakavanos - English - Crown Heights
We will be learning the kavanos of daily prayer
Explore the inner meaning and experience of our daily ritual
Made accessible even without any prior knowledge of Kabala
Wednesday Evenings at 8 Pm
for details please contact Jeremy Tibbets
(617) 777-9196


*******

[url=null][url=https://youtu.be/VSwwpWSl7iQ]זוהר וארא - למשה מותר להתחצף[/url][/url]
מוקדש לעילוי נשמת פנחס בן ריינא ועזרא

ולהצלחת התורמים בכל ענייניהם

דף מקורות לזוהר שלמדנו והמפרשים שציטטנו
לנדבת השיעורים הבאים או לנדב את זכות כתיבת השיעורים נא לפנות אלי

אפשר להירשם לסדרת השיעורים ולקבל עדכון על כל שיעור חדש בלינק לתוכנות פודקאסט, גוגל, אפל, או ביוטוב. כמו כן אפשר למצוא במקומות אלה את שיעורי הפרשה משנים שעברו.
כן אפשר לעקוב אחר השיעורים ולראותם באתר

******************************************************

סיכום השיעור

א) התחלת פרשה זו מבטאת את הדרמה הסודית של יציאת מצרים, טרם החידוש ביציאת מצרים למטה ישנה חידוש בשמות הקודש, שממנה משתלשלים המאורעות שלמטה ושהם עניינם הפנימי. אם כן יש לעמוד מעט על חידוש שם הויה פה. עוד דרמה ישנה בתחלת פרשה זו והוא טענת משה למה הרעות, ודיבור ה' קשות אליו על זה, שממנו ממשיך לומר וארא אל אברהם וגו', וצריך להבין הקשר בין שני הדברים, שנראה כאילו יש הקבלה בין עליית המדרגה משם אל שדי להויה, לבין העליה מדיבור קשות לאמירה רכה של התחלת הפרשה.

ב) [ביאור המשך הפרשה לפרשת הסנה וסירוב משה וויכוחו עם ה' שם, וביאור דברי רש"י שדיבר איתו קשות שהיה צליל קשה בתחילת הדיבור וזה הספיק למשה להבין שייכנע, ולא שהיה איזה דיבור קשות שאינו כתוב בפרשה].

ג) הזוהר פותח "בטחו בהויה עדי עד". ומפרש רמ"ק הקושי בפסוק זה, מאי קמשמע לן עדי עד, וכי הוה אמינא שיש לבטוח לה' עד זמן מסוים בלבד, ומה מוסיף עדי עד. אלא שצריך לדעת באיזה מידה יהיה הבטחון. הזוהר מתרגם בטחון לאתתקפא. דהיינו בטחון הוא בטיחות, מלשון בטיחות, בטחון עצמי. הבוטח בה' הוא שיש לו וודאות תקיפה בה' שיצליח. ודבר זה אינו פשוט כי יש לה' כמה מידות שאינם מתאימים למידה זו של בטחון. הן מלמטה. מידת הדין מאד חשובה ליישוב העולם וכל העולם עומד על מידת הדין אבל זה לא מקום שיש בו בטחון כי הצדק יכול לחייב דווקא שלא תצליח. כן מצד מעלה המידות שהם מקור לכל העולם הם השגה מופשטת נפלאה אבל מבחינתם הכל טוב והכל כלול ואי אפשר מצדם לבטוח בשום דבר. אבל הבטחון נתלה רק במידה שנקראת "עד", הוא מידת הז"א ככתוב בבוקר "יאכל עד". מידה זו כלולה מכל המידות, דהיינו אינו מידה מסוימת שאם יעבור עליה לא יהיה לו בטחון, אבל עיקרו הוא התקיפות שהוא יכול, ואיזה מידה שיצטרך יעזור לו.

ד) נמצא מידת הבטחון עליונה ממידת המלכות שהוא מידת הדין. ובכדי להגיע אליו צריך להשיג מידת התפארת שהוא כללות המידות ובו ייתכן הבטחון. משה רבינו היה לו תקיפות רבה, שהרי הגיע ואמר אדני למה הרעות לעם הזה. ומאיפה היה לו תקיפות כזאת. לפי שהתאחז במידת עד שבו הבטחון. והתעלה על מידת הדין שנקרא אדני. לפיכך, אומר הזוהר, משה לא נח במקום מידת הדין, כי ידע שיש לו מדרגה יותר עליונה, ומתוך שהיתה לו מדרגה יותר עליונה היה יכול אפילו לצוות למידת הדין לעשות כחפצו, כאיש המצווה על ביתו, ומשה הוא איש האלהים בעלה של מידת הדין הנקראת אלהים.

ה) בכל זאת היה כאן חטא כי באמת לא צריכים להתחצף כלפי מידת הדין, ומי שיודע להתנהג בה באמת יודע להתעלות ממנה גם מבלי חטא זה. אבל הסיבה העמוקה שמשה התחצף לה הוא שהוא מעותד למדרגה יותר גבוהה. וזה לימוד בהרבה עניינים שאדם שאינו מצליח להיאחז במידה מסוימת וחוטא כנגדה אע"פ שהוא חטא הוא הרבה פעמים לפי שהוא מעותד למדרגה יותר עליונה ולפיכך לא נח רוחו באותו מדרגה קטנה.

ו) ממשיל ר' יוסי, משל למה הדבר דומה, בעל שהיתה לו מריבה עם אשתו, והתחילה להתרעם עליו. היה שם המלך ואמר אני המלך, שתקה. כלומר האשה הוא שם אלהים, והיא מתחילה לדבר איתו קשות וידבר אלהים אל משה. מיד ויאמר אליו אני ה'. אומר ה' הלא אני המלך ואני עשיתי לבעלך בעל עליה, אין לך מקום להתרעם. אפשר לדמות את זה לילד כשרוני שצריך לתת לו יותר מקום לבטא את עצמו אפילו שהוא מתחצף לפעמים, וכאשר ילד פשוט מתרעם עליו אומר המלמד לו אני המלמד, אני יודע מה שאני עושה, ומכוחי הוא עושה את זה.

ז) וארא אל האבות באל שדי, ממשיל ר' יוסי עוד משל. למלך שהיה לו בת, וכל מי שרצה לדבר עם המלך היה מדבר איתו על ידי אותו הבת. השכינה טרם נישאה לאיש נקראת אל שדי. ובמידה זו דיבר אל האבות. נישאת הבת, אמר המלך מכאן ואילך לא אדבר דרך ביתי אלא אדבר לבעלה והוא ימסור את דברי. משה זוכה למדרגת בעל השכינה, ומכאן ואילך אינו מדבר עוד באל שדי אלא בשם הויה, או בשם אדני שהוא שם השכינה אחר שנישאת למשה. וכאשר האשה היתה לה מריבה עם בעלה ומתרעמת עליו, אומר המלך לבעל ראה איך זכית למדרגה שלא זכה לו איש זולתך, שאל הכל אני מדבר על ידי שליח ולך ישירות, והזהר בה.



***********

שיעורי בית המדרש עיון למחשבה
דף באתר לסדרי השיעורים
ראו בדף המצורף

*********

ברוך אשר יקים את דברי התורה
קחו חבל בהקמת דברי התורה בעיון ובחיות
אפשרות להנצחת שיעורים וקונטרסים

https://cash.app/$yitzchoklowy
https://www.paypal.com/paypalme2/iyunlemachshava
quickpay/zelle: yitzchok@ylowy.com


שבת אהבה ורצון

יצחק לאווי

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 12:28 pm
דורך לעיקוואד

וואס מיינט גלגולים און פארוואס גייט מיר דאס אן

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2020 10:18 am
דורך לעיקוואד

נייע שיעורים לכבוד פורים

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2020 10:20 am
דורך לעיקוואד
אי"ה נעקסטע צוויי וואכן וועלן מיר לערנען א ספיציעלע סעריע פון שיעורים וועגן דער נושא וואס מיינט באמת דער מדרש אז מען האט פריש מקבל געווען די תורה פורים, האט דאס אן היסטארישע באדייט, און וואספארא באדייט האט דאס אין מחשבה.

די שיעורים וועלן זיין זונטאג אין מאנסי און דינסטאג אין בארא פארק.

ווער עס דארף מער פרטים קען זעהן אויף דער אימעיל אדער פרעגן אין אישי.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 8:59 am
דורך מי אני
איך האב געקלערט א שטיקל קשר בדרך דרוש אויף דאס וואס ר׳ יצחק ברענגט דא אראפ דעם רבינו יצחק דמן עכו וואס זאגט אז איינער וואס קומט צו צו די מדריגה פון הנעלבים ואינם עולבים קומען צו צו דעם אז נשמתו תלמדנו, מיט דאס וואס ר׳ יצחק זאגט שפעטער אז מ׳דארף וויסן צומאל ווען א סארט גוטע עבודה איז נישט געמאכט פאר׳ן מענטש. דהיינו, די גמרא זאגט (שבת פח:) אויף די מדריגה פון עלובין ואינן עולבין וכו׳ אז אויף זיי גייט ארויף די פסוק (שופטים ה לא) ואוהביו כצאת השמש בגבורתו ע״ש. אונז טרעפן מיר אז ״גבורת השמש״ לע״ל וועט זיין מספר ״גשם״ פעמים ככה, ועיין ברש״י בפסחים סח. ד״ה יהיה. און אין תענית ד. שטייט אז דאס ווילן השגת הקב״ה כענין גשם איז פעמים מתבקש ופעמים אינו מתבקש ע״ש. ולדרכינו היינו הרמז אז מ׳קומט צו צו דעם עלובין ואינן עולבין, וואס דאס איז כשמש בגבורתו שיהיה ענין מספר ״גשם״ וואס ״גשם״ איז פעמים אינו מתבקש, דעמאלטס איז אויך דא די מדריגה פון נשמתו מלמדתו אז לפעמים איז די דבר טוב וואס ער שטרעבט אויף אינו מתבקש.

עס זענען אויך דא פאראלעלן אינעם שמועס פון מייסטער עקהארט׳ס מהלך פון דעם אז אלעס איז ביסודו ״אַיִן״ וואס די אָלטימעט דערפון איז הקב״ה וגעטליכקייט אשר משם היסוד לכל היקום וכו׳.

ווי אויך מיט דעם וואס מ׳זאגט אז בגדרו של ״מקום״ איז דאס ״אינדערמיט״ שווער מגדיר צו זיין ווייל עס איז נאר ביחס צו איין זייט אונעם אנדערע, איז פונקט אזוי ביי די גדר של ״זמן״ לגבי מהו ההוה וואס איז כהרף עין און ווערט נאר דעפינירט ביחס צום עבר ועתיד, ועיין כאן. ובזה [בענין הוה, המיטל-פונקט, בזמן] פון אן עקזיסטענשעליסט מבט במשנתו של דר. האָזעי אָרטעגאַ:

558BA716-56C5-41B6-B3D7-1BAFD9A05895.jpeg

**

דא [פון בערך 9:40-11:25] זאגט ר' יצחק אז א חלק פון עבודת האדם איז זיך אפטמאל אפצושניידן און פונאנדערטיילן צווישן א קשר פון צוויי גוטע זאכן, ווייל פון זייער צאמשטעל קומט צומאל ארויס רע. איך האב געקלערט אז דאס האט אביסעלע ווידערקול'ן פון דאס וואס פּראקלוס האט געהאלטן בנוגע הרעות אז פאר זיך האבן זיי נישט קיין ישות/מציאות נאר זיי קומען צושטאנד דורך א צאמשטעל פון, און דאס וואס זיי רייטן אויף, צוויי טובות צוזאמען.

***

דא האט איר א לינק צו א טעלעגראם טשענעל פון ר׳ יצחק׳ס שיעורים.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 6:44 pm
דורך מי אני
לגבי די טעמע פון די שיעור, אז די געדאנק פונעם סיום (ואפילו החיים), ווען ס׳איז אויפגעטוהן איז דאס א שמחה און נישט קיין ״טויט״, איז קען מען זאגן אז דאס ליגט אינעם ווארט פונעם אמרי חיים אויף די סדרה טאקע. ער האט געטייטשט (בדרך צחות ״צחוק וכו׳״ קצת) קבור את מתך = באגראב דיין טויטקייט. והיינו לדרכינו אז דאס עצם ״טויט״ זאל מען טייטן און באגראבן, ווייל אז מ׳טוהט אויף און מען קומט אן צום סיום איז דאס עיקר החיים און נישט א ״טויט״ ממש.

ולהבדיל, קען דאס אפשר אויך ליגן אינעם מימרא פונעם מוזיקאנט וואס האט זיך גערופן סאָן ראַ [הערמאן פּוּל בּלאַוּנט], ״אויב דאס העדר החיים איז [דאס] טויט, איז טויט׳ס טויט [דאס] לעבן״. והיינו, אז ווען מ׳באגראבט און מ׳טייטעט דאס טויטקייט כנ״ל איז דאך דאס סיום ביים טויט ״שני חיי״ וככל הנ״ל.

מיט דעם קען מען אפשר אויך זאגן א שטיקל רמז אין וואס די גמרא זאגט אין מגילה י: אמר רב אשי כל ויהי איכא הכי ואיכא הכי ויהי בימי אינו אלא לשון צער ע״ש. והיינו אפשר לרמז לדרכינו אז מ׳באטראכט דאס ״ויהי״ אין די קאנטעקסט פון ״ימי״ אלס אלעמאל א צער, אבער מ׳דארף פארשטיין אז בעצם איז דאס איכא הכי ואיכא הכי; ווענדט זיך ווי אזוי מ׳איז צוגעגאנגען ביז׳ן סיום פון די ״ימי״ וככל הנ״ל.

***

ולגבי דעם וואס ר׳ יצחק דערמאנט דא [24:45-24:55] בנוגע ״לבושים״ להנשמה אז דאס איז סעלף-ריפּיִטיִנג אזוי ווי א פרעקטעל, קען מען צולייגן אז עס איז באקאנט אז די מו״נ (ח״ג פ״ח) זאגט אז דאס זיך אנטוהן קליידער און נישט גיין נאקעט איז פון די מפורסמות און נישט פון די מושכלות, מיינענדיג אז עס איז אומריכטיג בּיי [סאציאלע] קאנווענשאן. יעצט, דער פינאנציעלע אנאליסט ראבּערט פּרעכטער טענה׳ט (עפ״י די פּעטערנס וואס ראלף נעלסאן עליאט האט געוואוזן אין סטאק מארקעט טרענדס) אז פרעקטעל פּעטערנס זענען אויך מוטבע בתוך סאציאלאגישע סיסטעמען.

איז לפי״ז קען מען אפשר זאגן אז דאס איז די רמז. דהיינו, אז לבושים רוחניים ארבעטן אויף אזא סארט (כעין) פרעקטעל מהלך, לרמז אז אפילו אין סאציאלאגישע סיסטעמען, וואס מכח דעם איז דא לבושים בכלל כנ״ל, איז דא די סארט פרעקטעל סעלף-ריפּיִטיִנג פּעטערנס.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 2:26 am
דורך מה בכך
לעיקוואד האט געשריבן:עפענט זיך א נייער זאך, דאס איז א בית מדרש ווי מען וועט לערנען די נושאים פון העמק דבר בעיון פונקט אזויווי מען לערנט יעדער סוגיא אין נגלה בעיון אין ישיבות.

דאס איז געאייגענט פאר אינגעלייט וואס קענען לערנען א בלאט גמרא, און האבען שוין אביסעל געלערנט די עניינים און האלטן ביים דאס לערנען בעיון בחבורה.

פאלגנד זענען די פרטים:


בילד

בילד


בילד

פארוואס קען איך נישט עפענען די בילד ?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 1:27 pm
דורך מי אני
ר׳ יצחק דערמאנט דא אז די ענין פון המשכת יצחק מאברהם איז כעין ענין שכחה פונעם פריערדיגן וועג און אזוי ווי א תחיית המתים (וואס ביי מיתה בכלל איז דאך דא אן ענין שכחה כידוע, פסחים נד:) צו ענינו של יצחק (ולכן ווערט תחיית המתים דערמאנט אין ברכת הגבורה שהוא מדתו של יצחק), וואס דאס איז אויך די ענין פון א נייעם טאג ווען מ׳שטייט אויף פון שלאף [שהיא אחד מששים במיתה] צו א נייעם טאג. איך האב געקלערט אז לפי״ז קען מען אפשר זאגן אז די גמרא (שבת פט:) זאגט אז די פסוק (ישעיה סג טז) כי אברהם לא ידענו וגו׳ גייט ארויף אויף מעלתו של יצחק ע״ש. והיינו, אז אברהם ״לא ידענו״, אנצוקומען למהלכו והמשכתו של יצחק פעהלט אויס אן ענין פון שכחה ואי-ידיעה מקודם. ווי אויך איז דארט די ערשטע המלצה פון יצחק בעד כלל ישראל אז האלב דאס לעבן שלאפט מען ע״ש. ווייל דאס איז אויך די רמז פון א נייעם טאג נאכ׳ן שלאף וכנ״ל.

און אפשר קען מען זאגן דערין א רמז און טייטש אז נאך די פסוק זאגט וישכחהו אין סוף פ׳ וישב איז די פסוק ממשיך ויהי מקץ שנתיים ימים וגו׳ ובענין שינתו וחלומו של פרעה. והיינו, אז די ענין פון ״שני ימים״, די מעבר פון איין ״יום״ צום אנדערן, פעהלט אויס (צומאל) אן ענין פון ״שכחה״ וואס איז דורכ׳ן שינה בלילה אינצווישן.

נאך מער קען מען זאגן אז דער חת״ס עה״פ וברך את לחמך וגו׳ [פ׳ משפטים] זאגט אויף דעם וואס די גמרא זאגט בב״מ קז: אז פת שחרית איז מציל פון די 83, כמנין ״מחלה״, חולאים התלויין במרה, אז 83 צוזאמען מיט מספר ״מרה״ איז עולה מספר ״שכח״, ע״ש לפי דרכו. ואפשר לומר לענינינו אז די ענין פון פת ״שחרית״, א נייע מארגן און טאג, איז טאקע דאס ענין פון שכחה פון פריער וככל הנ״ל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 8:26 pm
דורך לעיקוואד
[tag]מי אני[/tag] מיט אזוינע הוספות דארפסטו קומען שמועסען מיט מיר פאר'ן שיעור איך זאל דאס קענען שוין אריינלייגען אין שיעור, נישט איך זאל דארפן ווארטן ביז נעקסטע וואך צו הערן דערפון..

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 2:42 pm
דורך מי אני
אבער דעמאלטס קען איך מיר שוין אריינלאזן און מחייב זיין אין דאס וואס מ׳דערמאנט אנהויב שיעור בנוגע אנהאלטן א קביעות...

און אין דעם געדאנק פון קשר שכחה למיתה, איז דאס וואס ר׳ יצחק דערמאנט אין די שיעור אז שכחה קומט מכח דאס זיך אוועקדרייען פונעם ענין פונעם פנים כביכול פון געטליכקייט, און אז דאס קומט פון די שמוץ אויפ׳ן רוחניות׳דיגן בגד שהיא האור מקיף וואס אנטהאלט די אור פנימי, קען מען מיט דעם אפשר טייטשן די פסוק (משלי טז טו) באור פני מלך חיים וגו׳. והיינו, אז ווען מ׳איז בפני המלך מלכי המלכים איז דעמאלטס די אור מקיף ופנימי מער אפגעהיטן פון שכחה, וממילא יש ענין ״חיים״ וככל הנ״ל.

אולי אולי אולי קען מען אפשר זאגן לגבי סוף השיעור אזא סארט קנייטש אין דעם געדאנק אז צוויי לבושים גיבן נישט קיין מקום פאר די קליפות הגורמים שכחה ארויסצוגיין, אז ס׳איז אויך דא א כעין כל יתר כנטול דמי בנוגע קבלה. דהיינו, אז ווי באקאנט לגבי טריפות איז כל יתר כנטול דמי, ולרש״י מיינט דאס כאילו חסר אחת מעיקרא [די יתר נעמט אוועק איינע פון די אריגינעלע חוץ זי אליינס] (עיין בטו״ז ביו״ד סימן נה ס״ק ד). ובזה איז אפשר אפשר דעם ענין אז ווען מ׳טוהט אן צוויי בגדים אויף איין מאל איז כאילו איינס איז יתר און יעצט פעהלט שוין אפילו די ערשטע בגד, וממילא איז שוין נישט דא דעם דרויסענדיגן שמירה פונעם אור מקיף פון די ענין בגדים.

***

אפאר מעגליכע הערות אויף די שיעור:

ביי בערך 30:00 רירט מען שוין אויך אן אין אבן סינא׳ס חילוק צווישן עססענס און עקזיסטענץ, וואס ביי ג-ט ב״ה איז דאס עססענס זיין עצם עקזיסטענץ. (ועיין כאן.) ואולי אולי מיט דעם קען מען אביסל מקשר זיין דאס ערשטע עיקר פון מציאות מיט׳ן צווייטען עיקר פון אחדות אויף א סארט נעא-פּלעטאניק אופן. דהיינו, אז דאס אז מציאות איז זיין עססענס אלס ״איינס״ און עס איז נישט אפגעטיילט איז אויך א פארעם פון אחדותו ית׳. (כמובן איז דאס נישט וואס דער רמב״ם (בכלל מער אן אריסטאטיליען) מיינט ממש. דאס איז מער אין איינקלאנג מיט׳ן חובת הלבבות בשער היחוד.)

ואולי מענין לענין באותו ענין רירט מען א משהו אן צו מייסטער עקהארט׳ס הגדרה פון ״גארנישט״, וואס די העכסטע געדאנק פון ״גארנישט״ איז ג-ט ב״ה וואס פון אים קומט אלעס ארויס להוה.

ביי בערך 1:00:00 קען מען אפשר ברענגן א קצת סעד צו ר׳ יצחק בנוגע הגדרת ״ראשית״ [ואולי ממילא ג״כ ״ראשון״] אז דאס איז נישט דוקא טעמפּאריש ותלוי בזמן, פונעם רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״ב פ״ב). ער זאגט דארט בנוגע מהלכו נגד הרמב״ם בענין חומר קדמון אז ״בראשית״ קען מיינען פשוט אז עס איז קודם בסדר הגם נישט דוקא בזמן ע״ש.

די שמועס ביי בערך 1:20:00 דערמאנט פון די באקאנטע מעשה (לויט ווי אזוי איך האב עס געהערט) פונעם קדושת לוי וואס האט געענטפערט פאר זיין שווער ווען ער׳ט אים געוואוזן אז אפילו א משרתת גלייבט אין ג-ט, ״זי זאגט אז זי גלייבט און איך ווייס אז איך גלייב״. דאס איז לכאורה א סעד צו ר׳ יצחק און שוין פון א חסידי׳שע מקור.

viewtopic.php?f=47&t=8145

***

מ׳קען אולי אביסל צולייגן צו וואס ר׳ יצחק זאגט דא אז דאס געדאנק פון דאס וואס די פלישתים האבן סותר געווען וכו׳ בארותיו של אברהם איז דאס געדאנק אז אויף וואס אברהם האט געוואלט מפיץ זיין וכו׳ אזוי ווי א באר חוצה לו אויף דעם זענען זיי געקומען מיט ליצנות ושחוק כדוגמת מאבימלך נתעברה שרה. והיינו, די שב שמעתתא זאגט אין זיין הקדמה (אות ב׳) אז די געדאנק און עבודה פון א מענטש איז צו ווערן פון א בור, וואס איז נאר מקבל אין זיך, צו א באר, וואס איז נובע חוצה לו צו אנדערע ע״ש. והיינו, מ׳דארף מאכן א חילוק פון אן אות ו׳ לאות א׳. מיט דעם קען מען סתם אזוי זאגן אז וועגן דעם האט מען מוסיף געווען אן אות ה׳ לשמו של אברהם, ווייל דאס איז דאך געווען זיין עבודה צו מפיץ זיין אמונה וכו׳ און ער האט געמאכט דעם חילוק צווישן דעם אות ו׳ און אות א׳ וואס די חילוק צווישן זיי איז מספר ה׳.

יעצט, די פרקי דר׳ אליעזר זאגט (פמ״ז) אז פון די אותיות מנצפ״ך איז גאולתו והאות של יצחק דעם אות ם׳ ע״ש. די גמרא זאגט בב״ב פח: אז די תוכחה בתו״כ איז בשמונה אותיות, והיינו עס הייבט זיך אן מיט אן אות ו׳ און ענדיגט זיך מיט אן ם׳ וואס איז אכט אותיות שפעטער ע״ש. מ׳טרעפט טאקע ביי די תוכחה לסוף אז מ׳טוהט דאס עטוואס ממתיק זיין מיט׳ן ארויסשרייבן יעקוב מלא ו׳ (עיין ברש״י ויקרא כו מב).

ולענינינו אפשר לרמז אז ביי די ענין בארות של אברהם ויצחק, וואס ביי באר איז דער ענין עס צו טוישן פון אן אות ו׳ כנ״ל, הייבט זיך טאקע אן די ערשטע תוכחה מיט א ו׳, וואס איז היפך ענין זה, און ענדיגט זיך מיט אן ם׳ וואס איז מרמז ליצחק. ולרמז אפשר ווייל די וואס זענען געווען קעגן ענין ״באר״ כנ״ל האבן טאקע ליצנות געמאכט קעגן יצחק, וזהו השמונה אותיות לרמז על (תהלים קכו ב) ״אז״ ימלא שחוק וגו׳, וואס דאס האבן זיי גענוצט במלחמתם קעגן ענין באר, און די לעצטע באר וואו יצחק האט גובר געווען [רחובות] איז טאקע מרמז (עיין ברמב״ן בראשית כו כ) צום בית שלישי וגאולה העתידה וואס צו דעם איז טאקע בעצם מרמז די פסוק פון אז ימלא וגו׳.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:39 pm
דורך לעיקוואד
מי אני האט געשריבן:
אולי אולי אולי קען מען אפשר זאגן לגבי סוף השיעור אזא סארט קנייטש אין דעם געדאנק אז צוויי לבושים גיבן נישט קיין מקום פאר די קליפות הגורמים שכחה ארויסצוגיין, אז ס׳איז אויך דא א כעין כל יתר כנטול דמי בנוגע קבלה. דהיינו, אז ווי באקאנט לגבי טריפות איז כל יתר כנטול דמי, ולרש״י מיינט דאס כאילו חסר אחת מעיקרא [די יתר נעמט אוועק איינע פון די אריגינעלע חוץ זי אליינס] (עיין בטו״ז ביו״ד סימן נה ס״ק ד). ובזה איז אפשר אפשר דעם ענין אז ווען מ׳טוהט אן צוויי בגדים אויף איין מאל איז כאילו איינס איז יתר און יעצט פעהלט שוין אפילו די ערשטע בגד, וממילא איז שוין נישט דא דעם דרויסענדיגן שמירה פונעם אור מקיף פון די ענין בגדים.
.

דאס איז אן אינטרעסאנטער געדאנק. ווי דערמאנט ביים שיעור מוטשע איך מיך וואס איז פשט, דאס איז אפשר א מהלך. הגם עס איז אפשר נישט משמע אז עס פעלט בכלל די אור מקיף נאר אז עס וועט פעלן איינער פון זיי, ער זאגט קלאר אז יעדער בגד האט זיך דעער מקיף פאר זיך, בין איך נישט זיכער, ועוד צריך עיון.

די הערות אויפ'ן עניינים פון מציאות און ראשית זענען אלע ריכטיג.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 10:25 pm
דורך מי אני
לגבי וואס ר׳ יצחק דערמאנט דא צום סוף לגבי די 10 קאטעגאריעס פון אריסטו [1 עצם/סאָבּסטענץ און 9 מקרים/עקסידענטס] (אויך דערמאנט אין חובת הלבבות שער היחוד ריש פ״ז) איז אינטרעסאנט צו דערמאנען אז בא וויליאם אקאם והעמידן על שתים: עצם/סאָבּסטענץ און איכות/קוואליטעט. דאס איז ווייל ער האט גע׳טענה׳ט אז עס איז דא א חילוק צווישן ״אבּסאלוט״ נעמען און קאנאטעטיוו נעמען. אן ״אבּסאלוט״ נאמען באציהט זיך צו א זאך ממש דירעקט משא״כ א קאנאטעטיוו נאמען נאר אינדערעקט ווייל עס באציהט זיך בעצם צו עפעס אנדערש. א משל צו א קאנאטעטיוו נאמען איז ווען איך רוף א טייערע ציגאר פון קובּאַ א ״קוּבּען״; וואס מען וויל זיך אבער באציהען צו איז אבער צום עצם סאָבּסטענץ וואס איז א ציגאר. ער טענה׳ט אז אלע קאטעגאריעס, אחוץ די צוויי פון עצם ואיכות, זענען אזעלכע אינדירעקטע סארט קאנאטעטיוו נעמען וואס פעהלט נישט אויס צו זאגן אז זיי באציהען זיך צו אן אנטאלאגישע מקרה אינעם עצם הדבר. למשל, כמות טענה׳ט ער איז קאנאטעטיוו ווייל עס טוהט מער סיגניפירן, אלס אזוי ווי א קיצור לשון פון רעדן, וואס עס איז נישט דא דערפון (דאס גייט אין איינקלאנג מיט זיין שיטה פון נאמינעליזם קעגן דעם געדאנק פון [פּלעטאניק] יוּניווערסלס/כללים, ועיין באשכול זו לגבי דעם טאקע בענין כמות ומספרים).

דאס (אלס) גייט אין איינקלאנג מיט זיין באקאנטע רעיזאר וואס לויטעט אז עס פעהלט נישט אויס צו פארמערן ענטיטיס ללא צורך.

דער סטאָאיק פילאזאף קרייסיפּוס פון די חכמי יון (געלעבט בערך 100 יאר נאך אריסטו) האט דאס צוטיילט אויף 4: עצם, איכות, יחס, און נפעל.

און אז מ׳דערמאנט אין אנהויב שיעור דר. הערי וואלפסאן איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס ער האט געשריבן אין זיין בוך בנוגע די קשר פון מהלך דרך התלמוד והפילפול צו ווי אזוי רב חסדאי קרשקש (בעיקר) איז צוגעגאנגען צו פילאזאפיע:
90EFE612-3E72-4D06-8E42-4F6180E369FB.jpeg

E1803AA6-92F4-4A28-9A82-3B7165A35F15.jpeg

D91CD60E-4DCC-493F-9F55-0BC3EFAC73D8.jpeg

ואגב, דא הא׳מיר דערמאנט די פאפיר פון דר. נארמאן סאלאמאן וואס איז מדמה ומחלק כללי ההגיון בעלמא און די פון די גמרא.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 3:31 pm
דורך מי אני
לגבי דאס וואס עס קומט ארויס פון וואס ר׳ יצחק דערמאנט דא (בסופו) אז ביי חנוכה איז דא אן ענין פון ברייטערע האריזאנטעליטי בענין מדריגה לעומת ענין ווערטיקעל, קען מען דאס אפשר מקשר זיין מיט וואס דער פייטן לעאנערד כהן זאגט דא [00:55-01:58]. דהיינו, ער זאגט אז מ׳האט פארלוירן דעם געדאנק פון טיפקייט און דאס ווערטיקעל חלק פון אידישע רעליגיע ודביקות און דאס איז אויפגעטוישט געווארן צו מער שטחיות והאריזאנטעל. דאס זאגט ער איז רמז צו פארוואס די ביהמ״ק איז חרוב געווארן. דאס קען נוגע זיין צו די אשכול.

ועפי״ז קען מען זאגן אז דעריבער איז חנוכה מרמז צו האריזאנטעליטי וויבאלד אין חנוכה האט מען דאך צוריק מחנך געווען די ביהמ״ק וואס איז נחרב געווארן במקצת ע״י מלכות יון, וואס חורבנו של הבית ווייזט אויף דעם ענין פון האריזאנטעליטי ושטחיות ברעליגיע.

ולגבי סתם אזוי בדברי כהן קען מען זאגן אז איך האב געהערט פון ר׳ חיים וואזנער אז די חילוק צווישן ״דעת״ און ״בינה״ איז אז ״דעת״ איז לירד לעומקה של דבר [כעין ווערטיקעל], משא״כ ״בינה״ איז דאס׳ן זיין ביכולת צו טראכטן ברייטער אויף א נידון [כעין האריזאנטעל] ווי למשל זעהן מער אפציעס דערינען וכדומה. ולפי״ז קען מען אפשר זאגן א רמז אין דאס אז כהן איז (ווי נישט) מקשר דאס׳ן נישט גיין מער ווערטיקעל בזה און נאר האריזאנטעל מיט׳ן חורבן הבית. דהיינו, די גמרא זאגט אין ברכות לג. וא"ר אלעזר כל אדם שיש בו דעה כאילו נבנה בית המקדש בימיו ע״ש. ווייל אז ער האט דאס ענין פון ״דעה״, שהיא ענין ווערטיקעל במחשבה וכנ״ל און ער האט דאס בענין די קאנסעפּשאן פון געטליכקייט וכו׳, איז כאילו נבנה בית המקדש בימיו וואס איר חורבן איז צושטאנד געקומען ווייל מען האט דאס פארלוירן וכדברי כהן.