בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 11:59 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן: 1. ערשטנס, שרייב איך אראפ ווער זענען געוועהן מיינע פריינט פאר איך האב געווינען.
קהל'ס.. געדענק.. אונז זענען געווען גוטע חברים נאך פון פריער...
קהל'ס נער האט געשריבן: איין מיינער דיטעיל, כאנישט געקויפט די לאטערי.
זארג נישט.. דיינע שאנסן זענען נישט צו סאך שוואכער פון די וואס האבן יא געקויפט...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 12:04 am
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן: 1. ערשטנס, שרייב איך אראפ ווער זענען געוועהן מיינע פריינט פאר איך האב געווינען.
קהל'ס.. געדענק.. אונז זענען געווען גוטע חברים נאך פון פריער...
קהל'ס נער האט געשריבן: איין מיינער דיטעיל, כאנישט געקויפט די לאטערי.
זארג נישט.. דיינע שאנסן זענען נישט צו סאך שוואכער פון די וואס האבן יא געקויפט...
דאונט ווארי עצי.
די ביסט דאך שוין די געווינער פונעם "קהל'ס פרייז" פאר די ניק פונעם יאר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 12:05 am
דורך שמן למאור
אויף אייוועלט איז דא איינער וואס קויפט א שותפות לאטערי פאר אלע אייוועלט שרייבער יעדעס מאל עס ווערט א גרויסע לאטערי.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p3883710
עס וואלט געווען א גוטע געדאנק צו מאכן אזא זאך דא אויך.. הגם די תנאים פון גילוי וועלן לכאורה דארפן זיין אביסל אנדערש...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 12:15 am
דורך מתבודד
יענע אינגערמאן וואס האט אראפגעריסן די ווייפערס אז די אפיציר זאל אים נישט קענען געבן א טיקעט ’ס ווייב, האט אים געבעטן אז אויב געווינט ער דע לאטערי זאל ער קויפן א הויז לעבן די עמעזאן זיי זאלן נישט דארפן ווארטן אזוי לאנג פאר די דעליוועריס..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 12:41 am
דורך שמן למאור
ס'ערשטע וועט מען זען אפצוקויפן טוויטער פון אילאן מאסק... כ'ווייס אז עס קאסט אביסל מער ווי א ביליאן.. אבער ווייסטעך חברא חברא אית ליה.. און בפרט אז מען געווינט א ביליאן טאלער.

דערנאך וועל איך אפקויפן די מאמענט, די וואך, א בליק, המודיע, אייוועלט, קול מבשר, דער איד, דער בלאט, דער צייטונג, יו נעים איט. פארמאכן קינדליין, עפענען הונדרעט. איך וועל גענצליך קאנטרעלירן די אידישע מידיא (חוץ קאווע שטיבל שטייצעך)

דערנאך וועל איך צאמריפן אלע אדמורי"ם ורבנים צו א גרויסע מעמד, זיי צוזאגנדיג אז אויב זיי קומען באקריגן זיי א מעלאונע פאר זייער מוסדות, און בשעת זיי זענען אזוי אלע פארזאמלט און די זאל איז געפאקט און די קעמארעס ראולן, וועל איך זיך אויפשטעלן צו א פייערדיגע דרשה, כ'וועל זיי אראפצוען דעם מאסקע פון פנים, און אריינגעבן אין באבנס באבן אריין כשלמה בשעתו. און דערנאך וועל איך געבן פאר יעדעם פון זיי א פאקטישע מעלאונע אהיימצושלעפן...

און היות איך גיי דאך קאנטראלן אלע מידיע גייען די צייטונגען נאר רעדן לטובת עצי שטים...

דערנאך וועל איך אויפנעמען @קהל'ס נער אויסצופירן זיינע פלענער...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 1:50 am
דורך שמעקעדיג
עצי שטים האט געשריבן:דערנאך וועל איך געבן פאר יעדעם פון זיי א פאקטישע מעלאונע אהיימצושלעפן...
:lol:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 7:45 am
דורך מתבודד
@עצי :like :like

געגאנגן! די בלו-פרינט איז דא יעצט דארף מען נאר אידישע תפילות. מ’זעהט עס ’בחווווש’ אז אלעס איז גרייט מ’דארף נאר די פאר איבעריגע תפילות!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 1:58 pm
דורך בן נון
נישט געווען קיין געווינער ווייטער געשטיגן צו אן אבנארמאלע סכום פון 1.200,0,000,00 כווייס שוין נישט וויאזוי צו מאכן די פינטעלעך און שטרעכעלעך
ווען כוואלט געווען א ביליאנער וואלט איך יא געוויסט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:26 pm
דורך שמן למאור
בן נון האט געשריבן:נישט געווען קיין געווינער ווייטער געשטיגן צו אן אבנארמאלע סכום פון 1.200,0,000,00 כווייס שוין נישט וויאזוי צו מאכן די פינטעלעך און שטרעכעלעך
ווען כוואלט געווען א ביליאנער וואלט איך יא געוויסט?
מען דארף נישט זיין קיין ביליאנער צו קענען אויסלייגן נומערן ווי א נארמאלן מענטש. אין וועלכע פאבליק סקול האסטו געלערנט...?

לאמיר דיר גיבן א לעקציע... מען הייבט אייביג אהן פון די רעכטע זייט, און נאך יעדע דריי דידזשיטס לייגט מען א שטרעכל.
כזה $1,200,000,000
אויב וויל מען צולייגן אפאר סענט, דאן לייגט מען א פינטל ביים סוף פונעם נומער אויפן רעכטן זייט און מען שרייבט דערנאך די נומער.
כזה $1,200,000,000.67

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 4:18 pm
דורך פאלאצ'ינטא
דארף מען טוישען די נאמען און אנטלויפען.

איעדער וועט ווערן דיין קרוב, ספעציאל די רעבענים און מוסדות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 4:27 pm
דורך פאלאצ'ינטא
געהערט א גוט ווארט פון א קלוגע איד

Be kind to the people you meet on the way up
Because you're going to meet the same people on the way down

Re: געווינען די לאטערי, וואס יעצט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 4:38 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:געהערט א גוט ווארט פון א קלוגע איד

Be kind to the people you meet on the way up
Because you're going to meet the same people on the way down
Be kind to people on the way up - you'll meet them again on your way down.

Jimmy Durante



Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
איז נישט דאס די געדאנק וואס די גמרא זאגט אין מסכת שבת

אמר לה רבי חייא לדביתהו כי אתי עניא אקדימי ליה ריפתא כי היכי דלקדמו לבניך, אמרה ליה מילט קא לייטת להו
אמר לה קרא קא כתיב כי בגלל הדבר הזה ותנא דבי ר' ישמעאל גלגל הוא שחוזר בעולם....

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 11:13 pm
דורך מי ימצא
נישטא היינטיגע נאכט קיין געווינער.

אפשר קען די מזל נאר שפילן ווען סטאנצט אריבער 2 ביליון???

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 3:40 pm
דורך מרדכי מרדכי
שוין דא א געווינער.
איך בין זייער נייגעריג וואס מען טוהט מיט אזא סכום!

Re: געווינען די לאטערי, וואס יעצט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 6:26 pm
דורך טמיר
אינטערעסאנט צי וויסן אז 70% פון לאטערי געווינערס ענדיגן אפ מיט באנקראט!
נעמענדיג אין באטראכט אז רובא דרובא פון לאטערי קויפערס זענען לאו איי קיו מענטשן איז דאס נישט קיין שום חידוש

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 6:47 am
דורך פאלאצ'ינטא
איך וויל דא לאזען וויסען דעם גאנצען עולם ווי אויך די שנארער און טעלעפאון רופער אז, איך האב נישט געווינען... איך האב אפי נישט געקויפט קיין טיקעט